הוגה האט געשריבן:עקספערימענטער'ס ארטיקל איז געוואלדיג! ביטע לייג עס ארויף דא כדי מ'זאל קענען קאמענטירן און לייקן.
גדעון האט געשריבן:ווי לאנג ס׳איז נישטא א ווערסיע ווי איך דארף נישט אויסנוצן מיין טאנער פאר די שווערע גרעפיקס, גיב איך נישט קיין לייקס און איך פרינט נישט!
אין עונשין וכו׳ וגו׳
זר זהב האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:עקספערימענטער'ס ארטיקל איז געוואלדיג! ביטע לייג עס ארויף דא כדי מ'זאל קענען קאמענטירן און לייקן.
סתם פאר שי אונטערעסאנטקייט דערפון, די ארטיקל איז איינמאל שוין געווען דא א גוטע פאר חדשים צוריק, ס'געווען דא ממש פאר צוויי מינוט און פלוצלינג פארשווינדן געווארן איך האב עס פונקט געכאפט, און געווינדערט פארוואס מ'האט עס אראפגענומען.
עקפערימענטירער האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:עקספערימענטער'ס ארטיקל איז געוואלדיג! ביטע לייג עס ארויף דא כדי מ'זאל קענען קאמענטירן און לייקן.
סתם פאר שי אונטערעסאנטקייט דערפון, די ארטיקל איז איינמאל שוין געווען דא א גוטע פאר חדשים צוריק, ס'געווען דא ממש פאר צוויי מינוט און פלוצלינג פארשווינדן געווארן איך האב עס פונקט געכאפט, און געווינדערט פארוואס מ'האט עס אראפגענומען.
אמת, מיין ארטיקעל איז דורך אפאר גלגולים. ערשט האב איך געשריבן א ארטיקעל דירעקט צו ענטפערן אויף די מעלות ארטיקל, זעה דא:
viewtopic.php?p=290759#p290759
נאכדעם האב איך מחליט געווען אז איך וויל נישט גיין פערזענליך, און איך האב עס נישט מפרסם געוועהן. א האלב יאהר צוריק האב איך נאכאמאל איבערגעארבייט די ארטיקעל אז ס'זאל נישט זיין פערזענליך, און כ'האב עס ארויפגעשטעלט אויף קאווע שטיבל, אבער כ'האב באלד חרטה געהאט, און געבעטן אז מ'זאל עס תיכף אראפנעמען. נאך א חבר ה'שטיבל האט עס געזעהן און האט מיך געמוטשעט פארוואס איך האב עס אראפגענומען. כ'האב אים געזאגט אז כ'בין נישט צופרידן דערפון, און כ'האף עס נאכאמאל איבערצוארבייטן. למעשה איז די צייט דורך און כ'בין נישט אנגעקומען דערצו, האט מיך דער חבר ה'שטיבל הרוצה בעילום שמו אנגעטראגן ארויסצוהעלפן מיט די עבודת הקודש, און מיט זיין הילף איז עס ב"ה געווארן א דבר השלם.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט