טאמבל סאס האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט געווען צו לייענען. כ'ווארט קוים מיט געדולד אויף די המשך. כ'האב פרובירט צו זוכן שפורן פון דער מעשה, רדימנו, רעדעם און וואס נישט. חוץ אפאר רעפרענצן צו דער שטאט אין קול לובלין האב איך נישט געקענט טרעפן. אפשר זאגסטו דער מקור?
הדד בן בדד האט געשריבן:, דער געוואגטער איז שוין גארנישט אזא אינגל, ער איז א געוואגטער שרייבער, און א געוואגטער פארשער, ווייל ווי איינער האט שוין אנגעמערקט האב איך אויך געזוכט אינעם גוגל הדור און נישט געפונען, און דאס אז ער האט מצליח געווען אויפצוגראבן אזא מעשה איז שוין אליינס א געוואגטע אקציע, און דער וועג וויאזוי ער שרייבט עס.
.
געוואגטער איך בעט זיך בתחנונים ביי דיר, שרייב נישט איבער די ראדימנא פרשה. ובזכות זה זאלסטו געבענטשט ווערן פון הימל. ראה הזהרנוך
כבוד הרב חכם וסופר שי'
איך בין מחוייב מוחה צו זיין אויף דיין לעצטע שריט פון באשרייבן די פרשת הרה"צ מרעדים, ס'איז כבוד ה' הסתר דבר, וחכמים הזהרו בדבריכם
כה דברי השפל
....
ווער האט דיר געגעבן רשות צו פארשפרייטן אזא סיפור? ניבול פה איז ביי דיר גארנישט?
כ'גלייב נישט אז איר באקומט באצאלט, אויב יא דאן איז נאך דא עפעס א נסיון. אבער אז נישט בעט איך דיר בכל לשון של בקשה, קלער זיך איבער און שרייב נישט דער חלק שני. דאס מפרסם זיין ברבים בפרט פאר אנשי דלא מעלי וואס וועלן מאכן דערפון סם המוות, פון וואנעט נעמסטו די אחריות און געוואגטקייט?
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן: איך האלט אין איין באקומען שארפע אימיילס פון פריינט יודעי היסטאריע וגארביטש'ו אז ס'גלייכער זיך צו אפשאקלן דערפון באצייטנס. איין ביישפיל:
איך בין מחוייב מוחה צו זיין אויף דיין לעצטע שריט פון באשרייבן די פרשת הרה"צ מרעדים, ס'איז כבוד ה' הסתר דבר, וחכמים הזהרו בדבריכם
כה דברי השפל
....
געוואלדיג האט געשריבן:דער געוואגטער האט א ספק זיין הארץ צאפלט איהם, ער אליין האט חשק צו מפרסם זיין די מעשה אבער מצד שני ציטערט ער מצד ויהיו מלעיבים במלאכי אלוקים, איך בין א שותף מיט זיינע ספיקות כאטש מיין נייגער ברענט אין מיר האב איך אפילו מורא פון א בקשה צו די לינקס, עס איז א האקעלע נקודה און אויב דאס איז דיין אפהאלט פארשטיי איך דיר, עס איז א שווערע החלטה.
ב"ה יום ג' פרשת נשא פה קראקא שלום וכל טוב סלה.
לכבוד שאר בשרי הרב הצדיק שליט"א.
איך האב דא פון אייך גרויס עגמת נפש, וואס איז מיר געקומען גאנץ אומזיסט. אינדערהיים האב איך א קישען און א איבערבעט, און דא מוז איך שלאפן צווישן פרעמדע, דו ווילסט נישט וויסן פון גארנישט, דו זיצט זיך אינדעהיים און מיך האט עס פארטראגן אזש אהער. צו וואס האט מען דאס באדארפט? אז מיין הארץ זאל צושניטן ווערן אויף הונדערט שטיקלעך? אלע מחלות און עגמת נפש'ן האב איך צוליב דעם, איך האף אבער, אז דער רבנו של עולם וועט מיר ארויס העלפן.
איך בעט דיר אז דו זאלסט קומען מוצאי יום כיפור (?-שבועות) און אויב נישט, וועל איך קומען צו דיר, ווייל אנדערש וועל איך נישט הערן קיין קידוש און קיין שלום עליכם. נאך אמאל שרייב איך דיר, אז דו זאלסט קומען, און געדענק מיינע ווערטער און זיי וויסען, אז אלץ איז פאר דיינע עבירות און נישט פאר מיינע.דער אידישער צענטער אין אוושווענצים
עס איז שוין אריבער דריי וואכן און האסט אפילו קיין איין מאל נישט געפרעגט, וואס דאס קינד מאכט. ווייס אז דאס קינד איז שלאף, און דו האסט נישט געפרעגט וואס ער מאכט. וואס איז דאס קינד שולדיג אז דו האסט געזינדיגט? דאס קינד האט זיך אויף דער וועלט נישט געבעטן.
פון מיר דער רעבעצין זלאטע תחי'! איך שוק דיר ברכות און וואונטשן, גאט זאל דיר געבן לאנגע און גיטע יארן. הלואי דער אייבערשטער זאל מיר שוקען א ישועה במהרה בימינו, אז אונזערע תפילות זאלן דערהערט ווערן אין הימעל.
ממני הנ"ל, וואס האפט וואס שנעלער צו זעען זיך מיט דיר געזונטערהייט.
"ב"ה יום ב' פרשת בלק פה מאריענבאד,
לכבוד שאר בשרי הרה"צ שליט"א!
דעם בריוו פון כבוד קדושתו האב איך איבערדעליינט מיט גרויס פרייד, איך מוז אבער זאגן אז כבוד קדושתו האט מיר צובראכן און פארוואונדעט דאס הארץ, און האט געשאטן זאלץ אויף מיינע וואונדן, און איצט ליג איך קראנק. פונדעסטוועגן, וויל איך זיך זעהן מיט כבוד קדושתו. איך וויל וויסן וואס איר מאכט אין געזונט. צו כבוד קדושתו עסט או שלאפט, איך בעט דאס אלץ מיר גענוי שרייבן, כדי מיך צו דערהאלטן ביים לעבן.מאריענבאד שטראמט מיט אידן
די הייליגע רעבעצין האט מיך אזוי שעהן אויפגענומען. זי האט זיך נישט געוואלט א ריהר-טהון אן מיר. זי, מיט אירע טייערע קינדער, האבן געטאנצט ארום מיר א גאנצן טאג, זיי וואלטן מיר דאס טעלערל פון הימל אראפ געבראכט. איך מוז אייך זאגן, אז דער בעזוך ביי אייך האט מיך ממש מחי' געווען. אייער תורה, אייר אפריכטען דעם שבת'דיגן טיש, אייר זאגן שלום עליכם, און אייער גאנ פיהרונג, האבן מיר פשוט דערהאלטן ביים לעבן.
טייערע רבי! איהר שרייבט אז איר האט עגמת נפש! וואס פעהלט אייך דען?! איר האט ג-ט צו דאנקען אייער רעבעצין ביז הונדערט און צוואנציג יאהר, אן אייערע קינדער , און הונדערטער מענטשן זיצן ביי אייר טיש, הלואי זיי זאלן זיך מעהרן ביז הונדערט יאר. און איצט בארעכנט מיך איינזאם ווי א שטיין, איך האב נישט צו וועמען א ווארט צו רעדן, איך האב נישט פאר וועמען מיין ביטער הארץ אויסצוגיסן. איך קאן נישט עסן, או איך שלאף נישט. זעהט רבי לעבן, וואס פון מיר איז געווארן. הלואי דער אויבערשטער זאל מיר אין גיכען שיקן א ישועה.
טייערער הייליגער צדיק! איך האף אז מיט גאט'ס הילף וועל איך קאנען פארברענגן ביי אייך דעם גאנצען יום טוב, אבער די רעבעצין זאל לעבן, זאל מיך אליין פארבעטען. איך האב טעלעגראפירט צו מיין טייער קינד און איך האב באקומען א תשובה אז דאס קינד האט זיך פערקיהלט. האב איך געשיקט א דעפעשע מ'זאל נעהמען א דאקטאר. איצט איז געקומען א ידיעה אז דאס קינד איז בעסער. פון גרויס עגמת נפש בין איך קראנק געווארען. איצט, מייו טייערער הייליגער רבי, שרייב איך אז מיין גאנץ לעבען הענגט-אב פון דעם רבי'ן זאל לעבן. ווען דער רבי זאל וועלן, וואלט אויף מיר געקומען א הילף. איך פערהאף צו גאט און דעם רבי'ן, אז כבוד קדושתו וועט אין מיר געדענקען.
מעהר קיין נייעס צו שרייבן. איך וואונטש אייך געזונט.
פון מיר, אייער קרובה זלאטע תחי'!
א שעהנער גריס פאר דער רעבעצין און די קינדער."
הוגה האט געשריבן:WOW! דער מעשה איז געשריבן עפעס מורא'דיג ציענד. יישר כח פאר'ן ממשיך זיין און מיר קוקן ארויס אויף די המשך. אגב, די לשון הכתב קלינגט עפעס אלט-מאדיש. דו שרייבסט עס נאך פון א בוך אדער וואס?
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:די מיינסט אזאנע אויסדרוקן ווי "שמואל'טשי מיינס" ? אדער די נוסח ואופן הכתיבה בכלליות?
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט