תשרי ע"פ אריסטו (דער וועקער #5)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

תשרי ע"פ אריסטו (דער וועקער #5)

הודעהדורך ונבנתה העיר » זונטאג אקטאבער 09, 2016 3:32 pm

חלק א'



דער פריערדיגער ליובאוויטשער רבי, דער רייץ נ"ע, איז אמאל אין א מוצאי יום כיפור אריין צו זיין טאטן דער רבי רש"ב און געפרעגט: וואס איז יעצט די עבודה?

יעצט? זאגט דער רבי, יעצט דארף מען תשובה טון...

---------

אריסטו זאגט א געוואלדיגע געדאנק: אין אין-סוף צייט מוז יעדע מעגליכקייט פאסירן.

ווי דער פילאזאפישער-מאטעמאטישער געדאנק ווערט ארגינעל אוועקגעשטעלט מיינט עס לכאורה טאקע א 'פאקט' כפשוטו [וראה סוגיית אינפינעט מאנקי טעארעם].

דאס זעלביגע ווערט גענוצט לגבי אין סוף מקום. אלבערס' פאראדאקס טענה'עט אזוי: שטעלט אייך פאר אז איר שטייט אין א וואלד וועלכע האט נישט קיין סוף, איר שיסט ארויס א פייל אין סיי וועלכע ריכטונג, וועט עס סוף כל סוף 'מוזן' אריינפליען אין א בוים, ווייל אז עס איז א וואלד אין-סוף וועט יעדע ליניע מוזן האבן א בוים ערגעצוואו.

[דער פאראדאקס גיבט זיך אפ מיט'ן פראבלעם פארוואס די נאכט-הימל איז נישט ליכטיג הגם אין יעדן פונקט געפונט זיך א שטערן ערגעצוואו.]

דער רמב"ם אין מורה נבוכים בויעט אויף דעם א גלאטע ראי' אז עס מוז זיך געפונען א געוויסער וועזן וועלכער איז 'מחוייב המציאות', ס'איז נישט דא ביי אים די מעגליכקייט יא צו זיין אדער נישט צו זיין, ער 'מוז' זיין – דאס איז דער וועזן וועלכע מיר רופן 'גאט'.

עס זענען פארהאן דריי מעגליכקייטן, זאגט דער רמב"ם: אדער איז יעדע מין מציאות א זאך וועלכע קען קומען און גיין – למשל דינאזאורען, א שטיק צייט האט דער מין 'בכללו' עקזעסטירט און דערנאך איז עס פארגאנגען.

אדער קען זיין אז קיין שום מין קען נישט פארגיין.

אדער, געוויסע יא און געוויסע נישט.

יעצט, זאגט ער ווייטער, מאכט דעם חשבון:

דער צווייטער אופן איז נישט אמת – ווייל מיר זען בחוש אז געוויסע מינים קענען בטל ווערן.

דער ערשטער אופן קען אויך נישט זיין אמת. פארוואס? אט הערט:

מיר וועלן נאכגעבן פאר אריסטו זיין שיטה אז די וועלט שטייט שוין פון אייביג אן. אויב אזוי, מוז דאך זיין אז יעדע מעגליכקייט וועלכע קען נאר פאסירן האט שוין פאסירט אין דעם אין-סוף זמן, איז אויב האט אלעס די מעגליכקייט פון נישט זיין א מציאות וואלט אלעס שוין געמוזט בטל ווערן און ס'וואלט נישט געבליבן ווער ס'זאל ברענגען די פרישע מציאות'ן וועלכע מיר זען היינט פאר די אויגן.

על כרחך מוז מען אננעמען די דריטע אפציע. עפעס א מציאות מוז זיין ביי וועמען ס'איז נישט דא די ברירה פון אדער יא זיין אדער נישט זיין.

דער מציאות ווערט גערופן גאט.

--------

אינטערעסאנט איז אז אין זיין בריוו צו אבן תיבון, וואו ער איז אים פושט זיינע ספיקות ביים איבערזעצן דעם מורה צו לשון הקודש, איז דער רמב"ם עס מסביר אויף א לומד'ישען אופן:

יעדע אפשרות מוז אמאל קומען לידי מעשה. אויב נישט - פון וואס באשטייט דען די אפשרות.

אויב וואלט דער מענטשליכער מין – זאגט דער רמב"ם – קיינמאל אין היסטאריע געשריבן, און וועט קיינמאל נישט שרייבן, וואס מיינען דען די ווערטער 'א מענטש האט די מעגליכקייט צו שרייבן'?

--------

אמת. דער מושכל ראשון פון אין-סוף איז אז ס'איז 'גארנישט'. ס'איז 'שולל' אלעס.

די מעשה איז אבער פונקט פארקערט; אין-סוף מיינט טאקע דייקא 'אלעס'. יעדע אפשרות, יעדע צייט, יעדע מקום.

---------

עס וואונדערט מיר פארוואס מענטשן וועלן זען גאט אין א שיינע בלום; אה! קוק ווי וואונדערליך – גאט'ס באשאף! אבער וועלן נישט טון דאס זעלבע ביים זיך אנטרעפן אין א כינעזער אימיגראנט.

ביידע באשטייען פון די זעלבע סחורה. ביידע זענען צוזאמענגעשטעלט פון אטאמען.

נישט נאר זענען זיי די זעלבע, נאר אין לויף פון טויזענטער יאר ווערט איינס רעסייקעלד אינעם צווייטן.

פון וואנעט נעמען זיך די אטאמען?

דאס איז טייל פון די מציאות וועלכע גיסט זיך איבער איבעראל, אלעמאל. עפעס אנדערש 'איז' נישט דא.

איר זעט; אז אין-סוף איז 'אלעס' מיינט נישט אז ער שטעלט זיך אויס אין אין-סוף ציורים און היכא-תמצאס, דאס וואלט געווען א שרעקליכע באגרעניצונג.

אין-סוף איז פשוט 'אלעס'. פארדעם איז ער יעדע ציור, אויף יעדן ארט, צו יעדע צייט.

איר גיסט אויס א גלעסל וואסער אויף די ערד. די וואסער שטעלט זיך דען אויס אינעם פארעם פון די צענדליגע גריבלעך בקום ועשה? ניין, זי באדעקט אלעס, אטאמאטיש האט זי אלע פארעמען. שמשא אכולא עלמא נייחא.

----------

מגלה זיין די השגה – דאס איז די עבודה פון חודש תשרי.

מ'הייבט אן מיט ראש השנה. פארהאן א פונקטליכער סיסטעם. מען בלאזט, מען וועקט, מ'זאגט ברכות, מען איז ממליך. מ'סגולה'עט זיך און יהי-רצונ'ט זיך. מ'שטופט זיך אין סקולען און מען ווארט רואיג אין ראכמיסטריווקא.

כל באי עולם עוברין לפניו. ס'איז דא א דין. כסא משפט. כסא רחמים.

בקיצור, מען מוטשעט זיך.

דערנאך קומט מען צו יום כיפור.

מען האט שוין פארפירט, געוועקט און געשריגן. גייט מען ארויף א דרגא, ס'איז יום כיפור.

כ'וועל אייך מגלה זיין א סוד שאין מגלין אלא לצנועין: יום כיפור איז נישט דא קיין שום עבודה.

יום כיפור 'טוט זיך אפ' - בלשון ישיבתי. עיצומו של יום מכפר.

נישט דא קיין חיוב ברכות, נישט דא קיינע תקיעות. גארנישט. מ'דארף נאר 'זיין'. אז איר וועט גוט בודק זיין וועט איר זען אז די ריכטיגע מבינים לייגן נישט אריין אן עבודה אין יו"כ.

נאכ'ן אויפוועקען דעם סיסטעם ראש השנה פליעט מען ארויף דארט אויבן. מ'לאזט דעם גאנצן שטאל פון אונטן און מ'שרייעט הויך ברוך שם.

ולחיותם ברעב, זאגט דער בעל התניא, דעם חיות האט מען פונעם רעב.

-------------

אבער נישט צו דעם האט מען געוואלט צוקומען.

סוכות און שמח"ת, דאס איז די מסקנא פון גאנץ תשרי. ושמחת בחגיך.

מען עסט, מען טרונקט, מען שלאפט, און שפאצירט – אלעס מיט א מצוה. מען נעמט איין די ד' רוחות פון די וועלט מיט פירות פון פעלד.

די וואס ווייסן זאגן אז שמחת תורה ווערט נתגלה ביי אידן די העכסטע מדרגה אין די נשמה – יחידה.

יחידה ליחדך. דאס איז די השגה אז ער איז איז אלעס און אלעס איז אים.

---------

געווען אמאל אן ערב יו"כ, און א חסיד האט געדארפט שאפן דריי הונדערט רובל אויף פדיון שבויים.

נאכ'ן ארומלויפן אגאנצן טאג האט ער נאר צוזאמענגעשטעלט א קליינעם טייל פון די געלט. בלית ברירה איז ער אריין אינעם ארטיגען קרעטשמע וואו די שוואכערע עלעמענט האט געשפילט קארטן אויף גרויסע געלטער.

אפשר זענט איר זיך משתתף, ס'איז פיקוח נפש! בעט זיך דער חסיד.

איך וועל מיט דיר מאכן א געשעפט, זאגט איינער, אז דו טרינקסט א גרויסן גלאז זעקס און ניינציגער באקומסטו פופציג רובל.

אומר ועושה, דער חסיד גיסט אראפ דעם שארפן סובסטאנץ. געמאכט א פופציגער.

יענעם איז געפאלן די מעשה און האט אים באלד אנגעטראגן איבערצו'חזר'ן דעם שפיל.

אזוי האט דער חסיד אויסגעטרונקען עטליכע גלעזער, ביז ער האט געהאט דעם גאנצן סכום. זיך שאקלענדיג אויף אלע זייטן האט ער קוים געגרייכט די סטאנציע און אויסגעלייזט דעם איד.

ער לויפט שנעל אין בהמ"ד אריין און דער עולם האלט שוין ביי כל נדרי.

זייענדיג גוט אנגעטרונקען און זענדיג ווי מען נעמט ארויס די ספרי תורה לויפט ער ארויף צום ארון הקודש און הייבט אן שרייען אתה הראת לדעת מיט'ן נוסח פון שמחת תורה.

האט דער רבי געזאגט, דער איד מיט זיין מסירות נפש האט מגלה געווען זיין יחידה שבנפש. ער האט איבערגעהיפט יום כיפור און באלד דערגרייכט שמח"ת – אתה הראת לדעת כי הויה הוא האלקים אין עוד מלבדו.

----------

ווייסט מען דאך וואס ער זאגט אין זוהר, משיח קומט לאתבא צדיקיא בתיובתא, צוריקקערן די צדיקים בתשובה.

דאס איז די עבודה וועלכע הייבט זיך אן באלד מוצאי יום כיפור. די עבודת התשובה – די עבודה פון צוריקקערען דעם בעל הבית צו זיין אייגענעם הויז.

ווי דער פסוק איז מעיד אויף די אידן בתקופת בית ראשון אונטער שלמה המלך: יהודה וישראל רבים, כחול אשר על הים לרוב, אוכלים ושותים, ושמחים.

----------

דאס איז דער גילוי פון משיח.

גאט האט מגלה געווען א געוויסע סכום פון אטאמען. ער שפילט זיך ארום מיט זיי. ער מאכט א שאו.

טייל דערפון האט ער געפארעמט ווי א בלום. טייל ווי א כינעזער אימיגראנט.

מסיבות הידועות לו איז טייל פונעם שאו ווי ער גייט ארויס פון קלאס אויף עטליכע מינוט און קוקט אריין פון פענסטער ווי די קינדער גייען כאדאראם.

עס נעמט נישט לאנג און דער רבי קומט צוריק אריין. דאס איז 'מיין' קלאס, 'מיינע' קינדער, און 'מיינע' שפילצייג.

משיח איז קאלאר-בליינד און ראסע-בליינד. ער שאצט נישט לויט די פיזישע אספעקטן, לא למראה עיניו ישפוט. דמורח ודאין, ער פסק'ענט מיט איידעלע חושים.

און זיין שמעק דערשפירט אפילו די ווילדע קינדער – וירח את ריח בוגדיו כריח שדה אשר ברכו הויה.

נאכדעם וואס מיר אלע וועלן האבן באזוכט ביים טעראפיסט וועט זיין ומלאה הארץ דעה את הויה כמים לים מכסים.

גאט וועט זיך נישט פארעמען אין ביליאנען צורות. גאט וועט זיך איבערגיסען איבער אלעס, און אין אלעס, ווי וואסער וועלכע דערפולען די לעכער אין ים.

תיכף ומיד, ממש, נאו.

-----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

חלק ב'



מען האט אמאל געפרעגט דעם בעל התניא, ווען הלכה און קבלה קריגן זיך ווי וועמען דארף מען טון. האט ער גענטפערט: מסתמא ווי די מקובלים.

האט מען אים געפרעגט אז ער אליין שרייבט דאך אין אנפאנג הל' תפילין אז בכגון דא דארף מען טון ווי די פוסקים?

וענה: יא, אזוי זאגן די בעלי הלכה, אבער די מקובלים זאגן אז מ'דארף טון ווי די מקובלים...

--------

הערט אייך איין טייערע ברידער; אנקוקען די בריאה מיט 'קליער קאט' גלעזער – אלעס איז פונקטליך קלאר, באוואוסט, און פארשטענדליך. אויף יעדע זאך ווייסט מען קלאר טוב-רע, מותר-אסור, חסידיש-מאדערן – דאס איז דאס ערגסטע.

עס איז דאס ערגסטע מצד עצמו, און עס פירט צו דאס ערגסטע.

א חבר מיינער זאגט מיר א געוואלדיג ווארט: ליכא דידע לישנא בישא כהמן. פארוואס? ווייל המן זאגט עם אחד מפוזר ומפורד, ער זאגט נישט קיין נאמען. ער רעדט לשון הרע ע"פ הלכה.

----------

דאס איז געווען דער בראך פון אלישע בן אבויה – אחר.

ער האט אלעס גענומען פאר פעיס וואליו; מ'זאגט אים שובו בנים חוץ מאחר, און ער גלייבט אויפן ווארט, ס'פאלט אים נישט איין אז דחק ונכנס וואלט אים אודאי אנגענומען כמבואר בספרים.

דאס איז זיין עצם מהות. דאס איז זיין נאמען 'אחר'. איר ווייסט פארוואס מ'רופט אים 'אחר'? אינטערעסאנט, ס'איז א בפי' גמ' אבער אומבאקאנט.

די גמ' אין חגיגה פארציילט אזוי:

יצתה בת קול ואמרה שובו בנים שובבים חוץ מאחר. אמר, הואיל ואיטריד ההוא גברא מההוא עלמא, ליפוק ליתהני בהאי עלמא. נפק אחר לתרבות רעה. נפק אשכח זונה – תבעה. אמרה ליה: ולאו אלישע בן אבויה את? עקר פוגלא ממישרא בשבת ויהב לה. אמרה: אחר הוא.

איר פארשטייט? נישטא ביי אים קיינע בחינות, נישטא קיינע ענינים. זאל ער זיין דער גרויסער אלישע בן אבויה; אויב האט ער די מינוט אויסגעריסען א צוויבל אין שבת איז גענדיגט – אחר הוא, ס'איז שוין גאר א נייע מציאות.

---------------

ספר איוב הייבט זיך אן מיט א דיסקריפציע איבער איוב, זיינע קינדער, און זיין רייכטום. דערנאך פארציילט דער פסוק:

וַיְהִי הַיּוֹם--וַיָּבֹאוּ בְּנֵי הָאֱלֹהִים, לְהִתְיַצֵּב עַל-יְהוָה; וַיָּבוֹא גַם-הַשָּׂטָן, בְּתוֹכָם. וַיֹּאמֶר יְהוָה אֶל-הַשָּׂטָן: מֵאַיִן תָּבֹא? וַיַּעַן הַשָּׂטָן אֶת-יְהוָה, וַיֹּאמַר: מִשּׁוּט בָּאָרֶץ, וּמֵהִתְהַלֵּךְ בָּהּ. וַיֹּאמֶר יְהוָה אֶל-הַשָּׂטָן: הֲשַׂמְתָּ לִבְּךָ עַל-עַבְדִּי אִיּוֹב? כִּי אֵין כָּמֹהוּ בָּאָרֶץ, אִישׁ תָּם וְיָשָׁר יְרֵא אֱלֹהִים וְסָר מֵרָע.

'ויהי היום', וועלכע טאג איז דאס געווען ווען די הימלישע וועזנס האבן זיך געשטעלט פאר גאט? שטייט אין תרגום: והוה ביומא דדינא בריש שתא – עס איז געווען ראש השנה.

בקיצור, דער שטן האט געבעטן רשות צו פייניגען איוב און אין מכשיל זיין אין שעלטן גאט. ער האט פרובירט און נישט מצליח געווען.

שטייט ווייטער: וַיְהִי הַיּוֹם וַיָּבֹאוּ בְּנֵי הָאֱלֹהִים לְהִתְיַצֵּב עַל יְהוָה וַיָּבוֹא גַם הַשָּׂטָן בְּתֹכָם לְהִתְיַצֵּב עַל יְהוָה.

זאגט דער תרגום: והוה יום דינא רבא יום שבוק סרחניא – עס איז געווען יום כיפור.

דער שטן האט באקומען רשות אים צו פייניגען נאך מער. איוב'ס ווייב שרייט שוין עֹדְךָ מַחֲזִיק בְּתֻמָּתֶךָ? בָּרֵךְ אֱלֹהִים וָמֻת! גאו אהעד, ריר שוין אן דעם עלעקטרישען צוים...

אבער ער לאזט זיך נישט: וַיֹּאמֶר אֵלֶיהָ כְּדַבֵּר אַחַת הַנְּבָלוֹת תְּדַבֵּרִי; גַּם אֶת הַטּוֹב נְקַבֵּל מֵאֵת הָאֱלֹהִים, וְאֶת הָרָע לֹא נְקַבֵּל?

פארציילט דער פסוק ווייטער ווי זיינע גוטע פריינט האבן געהערט וואס האט צו אים פאסירט און יעדער איז געקומען צו גיין פון זיין פלאץ מיטצושאקלען און טרייסטן.

זיבן טעג און זיבן נעכט זענען זיי אלע געזיצן אויף דער ערד און נישט ארויסגעזאגט קיין ווארט.

נאכדעם... אה... נאכדעם, אַחֲרֵי כֵן פָּתַח אִיּוֹב אֶת פִּיהוּ וַיְקַלֵּל אֶת יוֹמוֹ...

הערט רבותי כמין חומר.

די ערשטע עבודה איז געווען ראש השנה – זיך געמוטשעט מיט טוב ורע.

די צווייטע עבודה איז געווען יום כיפור – ווייטער דא א מציאות פון טוב און א מציאות פון רע. מ'רייסט זיך מיט'ן ווייב אז אויך דאס שלעכטס דארף מען אננעמען.

דערנאך קומט די השגה פון סוכות.

די משנה זאגט אין ב"מ אז עס נעמט דריי טעג צו גיין צום לעצטן ישוב אין ארץ ישראל. איוב איז דאך געווען א ישראלי. אויב איז די צווייטע גזירה געווען יו"כ קומט אויס אז זיינע פריינט זענען אנגעקומען צום חג הסוכות.

סוכות באגרייפט מען די השגה פון הויה הוא האלקים אין עוד מלבדו. קיין טוב. קיין רע. בלויז אלוקות.

זיבן טעג און זיבן נעכט זיצט מען און מ'לאזט נישט ארויס קיין פיפס פון מויל. אז ס'ענדיגט זיך דער יו"ט סוכות קען מען צוריקגיין צו די קללות...

------------

אין ירושלמי שלאגט זיך אחר ארום מיט זיין תלמיד ר' מאיר איבער וואס עס שטייט סוף ספר איוב: וַיהוָה בֵּרַךְ אֶת אַחֲרִית אִיּוֹב מֵרֵאשִׁתוֹ.

ר' מאיר זאגט: ויוסף ה' את כל אשר לאיוב למשנה - שכפל לו את כל ממונו.

וואס הייסט ער האט אים געדאפלט דאס געלט? דאס נעמט עפעס אוועק פון דעם פאקט אז ער האט מכלה געווען די ערשטע געלט און געפייניגט? דאס דארף עפעס אויסמעקען די היסטאריע? [ועיין סוגיית 'אייסקריעם פאר אוישוויץ'].

שכפל לו את ממונו מיינט אז ער איז דערגאנגען דעם סוד ווי יא האבן דאס געלט און נישט האבן דאס געלט זענען צוויי זייטן פון די זעלבע מטבע, עס איז אן אפשפיגלונג איינס פונעם אנדערען.

ס'איז נישט דא קיין דעפיניט טוב אדער דעפיניט רע, זיי זענען תרין רעין דלא מתפרשין, עס איז א 'מעטטער' און 'אנטי-מעטער' פארטיקל.

אזוי ווערט מתוקן זיין ערשטע מוטשעניש.

אבער אחר איז נישט צופרידען פון אזא מהלך. ער פארשטייט נישט צו דעם. ער זאגט אזוי: וה' ברך את אחרית איוב מראשיתו, בזכות מצות ומעשים טובים שהיה בידו מראשיתו. איך פארשטיי נישט צו די עבודה פון סוכות, נאר די פונקליכע, קעסטלדיגע זכותים וואס ער האט געהאט ביים ראשית – ביי ר"ה ויו"כ – דאס איז עפעס א חפצא.

----------

יארן לאנג איז איינער געשטאנען ביים טיר פון גן עדן און געקלאפט, און געקלאפט, און געקלאפט.

ער האט געוואלט אריין.

צום סוף קומט איינער צו אים און זאגט אים: פריינט לעבן, איר קלאפט פון אינעווייניג...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3667
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7346 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » זונטאג אקטאבער 09, 2016 7:34 pm

@ונבנתה העירקאדאקס צו כאטש ער וואלט מיט רעכט געקענט צוטיילן זיין ארטיקל אין צוויי ולא עשה כן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4876 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 09, 2016 8:05 pm

שכויעח. א גמח"ט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3883
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1781 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6093 מאל

הודעהדורך שש משזר » זונטאג אקטאבער 09, 2016 9:10 pm

מה נאמר ומה נדבר, יעדעס מאל שרייב איך דעם זעלבן נוסח, אבער פארפאלן - יעדעס מאל שניידט ונבנתה פון פריש, אזוי גוט, טיף, און שיין.

משלו מושלים, אויב דער רבי האט געהאט א תלמיד רח"ש דויטש, און רח"ש האט א תלמיד ר' ונבנתה העיר, און ונבנתה שרייבט אזעלכע הערליכע מאמרים, איז דאך א פשטות אז 'מ'דארף אראפברענגען דעם רבי'ן' למטה מעשרה טפחים, באופן דלכתחילה אריבער, נאו, ממ"ש.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15570 מאל

הודעהדורך הוגה » מאנטאג אקטאבער 10, 2016 10:38 am

Unbelievable! דער ארטיקל איז מורא'דיג! איך בין געווען צוגענאגלט צום קאמפיוטער סקרין די לעצטע האלבע שעה און במתינות אדורכגעליינט מתחלתה ועד סופה. עס איז מלא וגדוש מיט טיפע פיליזאפיע, חסיד'ישע און קבלה מושגים און אלעס אזוי הערליך צולייגט אז א יעדער איינער קען עס פארשטיין. ועל כולם איז עס געשריבן געווארן בדרך עבודה און נישט סתם לשם חכמה. חוץ מזה וואס עס זענען דא אזויפיל געוואלדיגע one liners. בעצם האב איך געטראכט אז וואס מען וועט נאר צולייגן וועט זיין בבחינת כל המוסיף גורע. אבער מיין עגאו לאזט מיר נישט צורי וועל איך צולייגן צוויי קורצע זאכן מן הענין.

ונבנתה העיר האט געשריבן:עס וואונדערט מיר פארוואס מענטשן וועלן זען גאט אין א שיינע בלום; אה! קוק ווי וואונדערליך – גאט'ס באשאף! אבער וועלן נישט טון דאס זעלבע ביים זיך אנטרעפן אין א כינעזער אימיגראנט.


When the king died, a pauper, barefooted and hungry, came and sat on the throne. “God,” he whispered, “the eyes of man cannot bear to look directly at the sun, for they are blinded. How then, Omnipotent, can they look directly at you? Have pity, Lord; temper your strength, turn down your splendor so that I, who am poor and afflicted, may see you!” Then – listen, old man! — God became a piece of bread, a cup of cool water, a warm tunic, a hut, and in front of the hut, a woman giving suck to an infant. “Thank you Lord,” he whispered. “You humbled yourself for my sake. You became bread, water, a warm tunic and my wife and son in order that I may see you. And I did see you. I bow down and worship your beloved many-faced face!” ~ Nikos Kazantzakis

די פאלגענדע האב איך געשריבן צו איינעם א שטיק צייט צוריק בנוגע א געוויסע בוך וואס איך האב געליינט:

Rabbi Kula mentions that in his view “God is a code-word for experiences felt very deeply. When we see a wonderful scenic view we say oh god, or when we have amazing dessert we scream out in ecstasy oh god, or when we are terrified of something or when we see something terrible happening we say oh god. God is just the way we verbalize and describe our true inner experience. i

I was thinking to myself that you might retort and say, "isn’t God is in everything and not only in 'great experiences'? God is in the mundane too, in the breathing in and out every second, and in the walking to your car. God isn’t just in the in the majestic Niagara Falls and The amazing Grand Canyon, God is also in the bland streets of Borough Park and Monsey. God isn’t just in the in the great hurricanes and earthquakes, God is in the little cuts and bruises and in the daily social interactions." i

And I would respond to that, "exactly! You are so right. If one could work on themselves to be able to appreciate the mundane things of daily life and work it up to a point where every second is a whole experience, could you imagine what a rich, beautiful and religious life that would be? Oh my god, I just breathed! I actually inhaled the crisp (or not so crisp) fresh air into my lungs which expanded and then contracted while exhaling that air back into the vast universe. If we could experience everything in this world every single time as an 'oh god' experience, oh my god how beautiful would that be." i


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2855
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6590 מאל

Re: תשרי ע"פ אריסטו (דער וועקער #5)

הודעהדורך קל וחומר » מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:09 pm

משיח now!!!

אזוי הויעך צו שרייען מיט טינט איז א חידוש אין די בריאה!
דער ארטיקל איז אן אטאם וואס שיינט אויף דעם לב אטום!
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1908
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 3018 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2748 מאל

הודעהדורך קינד_אן_קייט » דינסטאג אקטאבער 11, 2016 5:09 pm

ייש״כ @ונבנתה העיר, דברים נשגבים ונפלאים עד מאוד.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 494
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 871 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל

הודעהדורך הוגה » מיטוואך אקטאבער 12, 2016 9:53 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:דער מושכל ראשון פון אין-סוף איז אז ס'איז 'גארנישט'. ס'איז 'שולל' אלעס.

די מעשה איז אבער פונקט פארקערט; אין-סוף מיינט טאקע דייקא 'אלעס'. יעדע אפשרות, יעדע צייט, יעדע מקום.


דער אמת איז אז ווען מ'קלערט טיף אריין זעהט מען אז ביידע מוזן זיין אמת און זיי זענען זיך נישט סותר. 'אלעס' מיינט אלעס אפילו גארנישט. אויב זאגסטו אז עס קען נישט מיינען 'גארנישט' דאן איז דא איין זאך וואס עס איז נישט, נעמליך 'גארנישט'. וואס מיינט גארנישט - nothing? עס מיינט No Thing, נישט קיין אייך זאך. נישט א טיש, נישט א בענקל, נישט א וואלקן, נישט א דזשאוק, נישט פיין, נישט רויט, נישט ביטער, נישט זיס, נישט נישט און נישט יא און אזוי ווייטער ביז 'אלעס' ווערט אויסגערכנט אז דאס איז עס נישט, דאס מיינט nothing.

היוצא לנו מזה, אין סוף איז אלעס וואס איז כולל אין זיך אויך גארנישט וואס איז שולל אלעס. דאס איז נאר מעגליך און איז מחויב ביי א בלתי מוגבל.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2855
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6590 מאל

הודעהדורך אחד העם » מיטוואך אקטאבער 12, 2016 10:59 pm

הוגה האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:דער מושכל ראשון פון אין-סוף איז אז ס'איז 'גארנישט'. ס'איז 'שולל' אלעס.

די מעשה איז אבער פונקט פארקערט; אין-סוף מיינט טאקע דייקא 'אלעס'. יעדע אפשרות, יעדע צייט, יעדע מקום.


דער אמת איז אז ווען מ'קלערט טיף אריין זעהט מען אז ביידע מוזן זיין אמת און זיי זענען זיך נישט סותר. 'אלעס' מיינט אלעס אפילו גארנישט. אויב זאגסטו אז עס קען נישט מיינען 'גארנישט' דאן איז דא איין זאך וואס עס איז נישט, נעמליך 'גארנישט'. וואס מיינט גארנישט - nothing? עס מיינט No Thing, נישט קיין אייך זאך. נישט א טיש, נישט א בענקל, נישט א וואלקן, נישט א דזשאוק, נישט פיין, נישט רויט, נישט ביטער, נישט זיס, נישט נישט און נישט יא און אזוי ווייטער ביז 'אלעס' ווערט אויסגערכנט אז דאס איז עס נישט, דאס מיינט nothing.

היוצא לנו מזה, אין סוף איז אלעס וואס איז כולל אין זיך אויך גארנישט וואס איז שולל אלעס. דאס איז נאר מעגליך און איז מחויב ביי א בלתי מוגבל.


.

און אזוי איז אויך בנוגע די מושג פון כל-יכול.
נישט כל- יכול כפשוטו, במובן חיובי, ער קען אלעס. ווייל דאס איז די גרעסטע הגבלה.
אלא במובן שלילי, גארנישט איז נישט אויסגעשלאסן פון זיין כוח, וכמדומה לי שהם דברים פשוטים וידועים.
אבער אינ-סוף איז נאר בנוגע די מושג פון זמן, און נישט פון יכולת, אדער עצם, סאו @הוגה, ווייסיך נישט אויב דו ביסט גערעכט, ווייל אין צייט איז נישטא די גארנישט וואס דו גייסט בהכרח צוקומען, ווייל די גארנישט אין צייט, אדער אין מקום, אויב סאיז אין סוף, גייסטו נישט האבן די חפצא פון גארנישט, משא"כ אין די ציור פון דיינע ווערטער.

אגב @ונבנתה העיר, א דאנק אייך, א געוואלדיגע מאמר, כדרכך בחכמה.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 832 מאל

הודעהדורך הוגה » מיטוואך אקטאבער 12, 2016 11:39 pm

הער, אונז קענען זיך טענה'ן אויף דער געדאנק פאר צוויי טויזנט יאר און נישט צוקומען צו א conclusion, ווייל דער נושא איז שוין דעבאטירט געווארן פאר אזוי לאנג. ביי מיר איז אבער עני שלילה א חסרון אין אין סוף. אויב דער באשעפער איז אלעס איז מוכרח אז דער באשעפער זאל אויך זיין גארנישט.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2855
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6590 מאל

Re: תשרי ע"פ אריסטו (דער וועקער #5)

הודעהדורך mevakesh » מיטוואך אקטאבער 12, 2016 11:41 pm

אחד העם האט געשריבן:אבער אינ-סוף איז נאר בנוגע די מושג פון זמן, און נישט פון יכולת, אדער עצם,

עס איז מיר א חידוש וואס דו שרייבסט עס קען זיין אז מען נוצט דעם אויסדרוק בעיקר לגבי זמן אבער די זעלבע איז לגבי מקום אויך
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך mevakesh אום דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 12:17 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 869
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 812 מאל

Re: תשרי ע"פ אריסטו (דער וועקער #5)

הודעהדורך mevakesh » מיטוואך אקטאבער 12, 2016 11:47 pm

הוגה האט געשריבן:הער, אונז קענען זיך טענה'ן אויף דער געדאנק פאר צוויי טויזנט יאר און נישט צוקומען צו א conclusion, ווייל דער נושא איז שוין דעבאטירט געווארן פאר אזוי לאנג. ביי מיר איז אבער עני שלילה א חסרון אין אין סוף. אויב דער באשעפער איז אלעס איז מוכרח אז דער באשעפער זאל אויך זיין גארנישט.

לויט דעם שטימט בעסער די סתירה צווישן בחירה און ידיעה ווייל דער באשעפער איז סיי ידיעה און סיי אי ידיעה
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 869
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 812 מאל

הודעהדורך הוגה » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 12:00 am

mevakesh האט געשריבן:לויט דעם שטימט בעסער די סתירה צווישן בחירה און ידיעה ווייל דער באשעפער איז סיי ידיעה און סיי אי ידיעה


דאס איז א דבר פשוט, די שאלה איז נאר אויב אונז האבן א בחירה אדער נישט, וכמש"כ כאן.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2855
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6590 מאל

הודעהדורך אחד העם » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 3:12 am

הוגה האט געשריבן:הער, אונז קענען זיך טענה'ן אויף דער געדאנק פאר צוויי טויזנט יאר און נישט צוקומען צו א conclusion, ווייל דער נושא איז שוין דעבאטירט געווארן פאר אזוי לאנג. ביי מיר איז אבער עני שלילה א חסרון אין אין סוף. אויב דער באשעפער איז אלעס איז מוכרח אז דער באשעפער זאל אויך זיין גארנישט.

מען קען זיך נישט טענה'ן אויף דעם צו קיין לאנגע צייט, נאכדעם וואס דו וועסט פארשטיין, אז אינ-סוף איז נישט גערעדט אויף גאט'ס עצם.
נאר די עצם וואס גאט איז יא, ווען און וואו איז איז דאס. קומט אינ-סוף און איז מגלה, אז די זאך וואס איז אלעס, און בהכרח איז אויך גארנישט, איז אינ-סוף בזמן ובמקום.
אין מקום, אדער אין זמן, קענסטו מכריח זיין די חפצא פון גארנישט, אויב איך בין דיר מגלה אז עס איז אינ-סוף?
דו ביסט חוזר אויף דיין הסבר איבער גאט'ס עצם, און ביסט מכריח אז נישט זיין איז אויך געווען, ווייל ווען דו לויפסט אויס פון אלע זאכן וואס ער איז נישט, בלייבסטו מיט א גארנישט.

מבקש, איה"נ.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 832 מאל

הודעהדורך הוגה » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 6:30 am

איך פארשטיי נישט וואס דיין טענה איז. ביטע זיי מסביר קלארער.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2855
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6590 מאל

הודעהדורך אחד העם » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 10:49 am

הוגה האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס דיין טענה איז. ביטע זיי מסביר קלארער.

אהה מסביר זיין?! ,איך בין נישט די בעסטע אין מסביר זיין, כ'גיי פראבירן, כ'ווייס אליינס נישט פארוואס.

איר טענהט אויב גאט 'איז' אלעס, איז יעדע שלילי א חסרון, ובהכרח מוז זיין אז ער איז גארנישט אויך. איר האט מבאר געווען איירע ווערטער מיט'ן מסביר זיין וואס גארנישט מיינט "ווייטער ביז אלעס ווערט אויסגערעכנט אז דאס איז עס נישט דאס מיינט גארנישט"
יעצט חשבון, דייע ווערטער קען מען זייער גוט ניצען בנוגע די עצם פון גאט.
אבער בנוגע זמן, אדער מקום, וואס ביי זיי האביך 'אינ-סוף' וואס זאגט מיר אזוי, הער זיך איין, איך ווייס נישט אויב דו ווייסט וואס גאט'ס עצם איז, אבער אפילו דו ווייסט יא, און אפילו דו האלטס אז גאט'ס עצם איז אלעס און בהכרח אויך גארנישט, ווייסטו נאך נישט גאט'ס זמן אוו מקום, וועל איך דיר מגלה זיין גאט'ס זמן און גאט'ס מקום, ס'איז אינ-סוף.
ביי אינ-סוף קענסטו נישט מאכן דיין חשבון, "ביז אלעס ווערט אויסגערעכנט" וכו' ווייל ס'איז אינ-סוף, און גייסט קיינמאל נישט אנקומען צו די מצב פון "אלעס איז אויסגערעכנט".
איך פארשטיי אייער urge, ביי דיר איז יעדע שלילי א חסרון, און איך פארשטיי די טענה אז ער מוז זיין גארנישט, ווייל אויב איר ער נישט, איז ער מוגבל, אבער דיין חשבון איז נישט גילטיג בנוגע זמן ומקום.
פון דא אין ווייטער, נוץ דיר דיין אייגענע כוח הסברה ;)
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 832 מאל

הודעהדורך הוגה » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:55 pm

מיין נקודה איז טאקע געווען בנוגע מגביל זיין גאט, וכמו שהסברת. אבער דו מאכסט איין טעות, גאט האט נישט זמן ומקום, גאט איז זמן ומקום זעלבסט און אין די זעלבע צייט איז גאט אויך אין סוף דהיינו אז זמן ומקום איז נישט מגביל גאט. אין קורצע ווערטער עס איז נישט פארהאן קיין שום מציאות אינדערויסן פון גאט. וממילא זענען מיינע ווערטער טאקע יא מדויק.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2855
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6590 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 12:44 pm

למעשה זאגט ער גאנץ גוט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3667
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7346 מאל


גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט