טעראר מיטלען אינעם אינטערנעט מערכה

רעאגיר
באניצער אוואטאר
לייבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

שליחה דורך לייבעלע »

איך האב א מומע א טיטשער אין סאטמער סקול מאנסי די וואך שבת איז די משפחה צאמגעקימען און געשמועסט פון טעקנאלעדשי מיט די מוסדות האט זי פארציילט אז עס איז געווען א אסיפה פין אלע טיטשערס און מען האט זיי באפוילען אויב מען הערט א קינד רעדען וועגען קאמפיאטערס אדער סמארטפונס אינדערהיים איז מען מחיוב צי קימען פארציילען פאר די הנהלה מען זאל קעיר נעמען פין די עלטערען

די זאך האט ארויפגעברעחנגט בייז בליט ביי די פארזאמעלטע אסאך עלטערע מענטשן פין די באטייליגטע האבען זיך אויסגעדריקט אז דאס דערמאנט פון רוסלאנד ווען די קעי דשי בי האט באפוילען קינדער צי מאסערען אויף די עלטערען
קאוריג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 2:21 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

שליחה דורך קאוריג »

וועלכע סאטמאר איז דאס, חיים יושע אדער ארונים?

Sent from my SD4930UR using Tapatalk
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1065
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 904 מאל

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

שליחה דורך החוקר »

download_20170330_200311.jpg
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3288 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2330 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

^
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20170405_075152.jpg
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3423 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פארוואס מאכט מען פראטעסטען אין א צייט וואס דער עולם איז פארנומען מיט די ארבעט?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16502
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18942 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ס'הייסט, מען דארף עס דאך מאכן ווען יענער איז אפן, ניין?

וואס איז טאקע די מעשה דארט? אמת נכון הדבר? אויב איז איינער טאקע מכשיל יונגע קינדער מיט אומגעפילטערטע אינטערנעט איז דאס בכלל נישט קיין טעראר, די שאלה איז נאר צי עס איז אמת.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3423 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

זאל איינער נעמען פאראנטווארטליכקייט פאר אזא צעטל. טאמער ס'איז טאקע אן אפענער פרצה, פעלט נישט קיין רבנים וואס קענען ערקלערן צום באלעבאס אז דאס איז נישט עפעס א פינסטערע קנאות, נאר א פארשטענדליכע זאך אז טינעידזשערס וואס מ'האט נישט אויסגעלערנט וויאזוי זיך צו באנוצען מיט דעם אינטערנעט קענען אריינפאלען אין פראבלעמען דערפון. קען זיין אז יעצט נאך אזעלכע צעטלעך איז עס פיהל שווערער און ער וועט זיך נישט לאזן איבעררעדן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2066 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

שמעקעדיג האט געשריבן:ס'הייסט, מען דארף עס דאך מאכן ווען יענער איז אפן, ניין?

וואס איז טאקע די מעשה דארט? אמת נכון הדבר? אויב איז איינער טאקע מכשיל יונגע קינדער מיט אומגעפילטערטע אינטערנעט איז דאס בכלל נישט קיין טעראר, די שאלה איז נאר צי עס איז אמת.



שמעקעדיג
איר ליינט נישט.
עס שטייט בחורים און מיידלעך, נישט אינגע קינדער.
אינגע קינדער וואלט לכאורה נישט געוועהן לעגאל צו געבען אינטערנעט אהן א פילטער.

טאמער האט ער א אינטערנעט קאפע, און מען קען דארט גיין אויף די אינטערנעט, גלייב איך אויך נישט אז ער האט נישט קיין פילטער, איך וואלט געוואלט גלייבן אז די פראבלעם איז אז ער האט נישט "זייער" פילטער.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1065
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 904 מאל

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

שליחה דורך החוקר »

סאשי פיש האט געשריבן:^

download_20170409_193843.jpg
download_20170409_193843.jpg (37.63 KiB) געזען געווארן 8063 מאל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19560
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14852 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

די גמ' זאגט טאקע אין מס' גיטין און אין מס' סוטה אז בעקבתא דמשיחא וועללן געשעהן די אלע זאכן. וצרות אחרונות משכחות את הראשונות...! נישט גענוג אז אונז לייד מיר פון די פארשאלטענע ארטיסטן. איז נאך צוגעקומען די צרה פון סאנרייז פאטא וועלכער איז מכשיל אידישע קינדער מיט אומגעפילטערטע אינטערנעט (און סמארטפאונס), רח"ל. ווער רעדט נאך פון די פריצות'דיגע קליידער סטארס אויף ליע עוו. און די טריפה'נע, טמא'נע מיוזיק סטאר וואו זיי לאזן הערן ציוניסטישע ניגונים מן הבקר עד הערב, רחמנא ליצלן מהאי דעתא...!

נ.ב.: ווען אונז זאג מיר פריצות'דיגע קליידער געשעפטן האמיר נישט געמיינט דעם חשוב'ן טייערן כשר'ן און ערליכן סטאר אויף בעדפארד ביי קארנער לינטש (אדער דארט בערך אין יענע געגנט) וואו ס'דא פיקטשערס פון בגדי נשים מיט גרויסע רעקלאמעס מיט נעמען פון נשים, רח"ל ארויסגעשריבן בפירוש מיט גרויסע אותיות. וועגן עטליכע טעמים. ערשטנס. ס'איז געשריבן אויף ענגליש. און ס'נישט אויף אידיש הייסט עס דאך נישט קיין כתב, ווייל רוב היימישער עולם קענען עס דאך ממילא נישט ליינען. והשנית. ס'באלאנגט צו איינע/ם פון די משפחה פון הרב הצדיק לוחם מלחמות ה' ר' יוסל בן מרים וואלדמאן שליט"א וועלכער באקעמפט די טמא'נע (שוין ווידער טמא'נע) אפיקורסים, ציונים, די ארונים. און ער קעמפט ב"ה מיט מסירת נפש...! ויהיה זה שכרו. ווייל אנישט איז א וואונדער וואו די אלע מוחים זענען אהינגעקומען. וואו איז דער ראש/ע פון התאחדות הרע-בנים איצא שייגעץ וסייעתו...!
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

שליחה דורך פליקער »

געהערט פון ראביי דזשעקאבסן בשם השפת אמת טעם פארוואס מען פארברענט דעם לעכט, עס איז דאך נישט קיין חמץ, פארוואס פירט מען זיך עס צו פאאברענען?
זאגט דער ש''א, אז א זאך וואס איר ציל איז בלויז צי טרעפען שלעכט'ס ביי יענעם איז חמץ זעלבסט, דער לעכטל'ס ציל איז נאר צו טרעפן חמץ ע''כ מיז זיין אז עז איז חמץ זעלבסט, אריין און פייער אריין.
חידושי הרי''ם זאגט מקום שאין מכניסין בו חמץ אין צריך בדיקה, א פלאץ וואס דו האסט נישט אריין געברענגט קיין חמץ, דהיינו ביי א צווייטען, דאן ביטע מיינד יאר און ביזנעס, ביזט נישט מחייב בורק זיין יענעם'ס חמץ. אויב ביזטו בודק ביי יענעם איז בלויז ווייל איר זענץ נחמץ זעלבסט.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1065
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 904 מאל

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

שליחה דורך החוקר »

C/P
בס"ד
אל כבוד הרבנים והעסקנים שליט"א חברי וועד לטהרינו.
ביים אסיפה היינט א' דברים, האט מען דן געווען איבער די ווארהייט צו א סמארטפאון איז א הכרח לצורך פרנסה צו נישט. איך וויל מיר ערלויבן צו שטעלן א שאלה, אפילו ווען דאס איז יא לצורך פרנסה, וויפיל נאך קרבנות דארף כלל ישראל מקריב זיין לצורך די פרנסה פון טייל אינגעלייט?
עס איז זייער שווער צו רעדן אויפן חשבון פון אנדערע אבער סוכ"ס, די מציאות איז אז כל זמן עס וועט זיין אזעלכע וואס וועלן זיך דרייען ביי אונז מיט סמארטפאון'ס, אפילו מיט א ריכטיגע היתר און מיטן בעסטן פילטער, וועט דאס זיין א דירעקטע גורם פאר נאך צענדליגע אידן, זקנים עם נערים, זיך ארומדרייען מיט דעם סמארטפאון'ס שלא לצורך כלל. שכיון שנתנה "רשות" אפילו בלויז פאר א טייל, איז מען שוין נישט מבחין בין טוב לרע.
די איינציגסטע סיבה פארוואס די סמארטפאון איז נאך היינט בכלל א דבר המקובל ביי די היימישע קרייזן, מען קוקט דאס נאך אהן ווי שטיקל כלי שמלאכתו להיתר, איז בלויז וויבאלד אז די ווייטקייט צווישן די וואס האבן א סמארטפאון און די וואס האבן דאס נישט, איז אזוי ווייט אז מען ווייסט כמעט נישט וואס עס טוט זיך אין יענעם פלאנעט. עס דאכט זיך אז עס ווערט צוביסלעך אן עולם התיקון, עס זעהט אויס כאילו מען האט שוין אויפגעטוהן גדולות ונצורות, און כלל ישראל איז שוין אינדרויסן פונעם פעקל. ליידער האלט דאס זייער ווייט דערפון. עס קען גאר זיין אז די גאנצע קאמפיין פון די פארגאנגענע יארן צו באיינפלוסן דעם ציבור צו נעמען הכשרים אויף די סמארטפאונ'ס, איז בלויז געווען א טאקטיק פונעם יצר אז מען זאל זיך איינרעדן אז דאס וועט העלפן, און אזוי ארום האט ער געקענט אויסנוצן דעם געלעגנהייט צו פארפלייצן דעם עולם מיט סמארטפאון'ס מיטן היתר לצורך פרנסה.
דער ביטערע מציאות איז אז די מצב ביים אנדערן חלק כלל ישראל, ווערט ערגער און ערגער און עס שלעפט מיט פילע צענדליגע קרבנות מידי יום ביומו. וויפיל מען ווייסט יא איז נאר אן אפס קצהו. ווען זאל מען וויסן די ריכטיגע בילד היינט צוטאגס ביי "אונזערע" אינגעלייט און בחורים, וואלט מען געשטורמט וועלטן! מען האט טאקע געהערט דארט ביים אסיפה פון איינע פון 'אונזערע' חשובע ראשי ישיבות די ביטערע אמת פון די מצב היינטיגע צייטן ביי די בחורים, מען וויל דאס נישט גלייבן, עס איז אסאך געשמאקער צו באהאלטן די מציאות און זיך איינרעדן אז אלעס איז בשלום ושלוה, אבער מיטן פארלייקענען פארלירט מען דורות פון ערליכע אידן. מען וואלט געדארפט אראפרופן די בחורים אליין, זאלן זיי קומען מגלה זיין וויאזוי א ישיבה זעהט היינט אויס. עס איז שווער און זייער נישט בטעמ'ט צו רעדן דערפון, אבער ההכרח לא יגונה. פרעגט אייך נאך ביי די מנהלים, ביי די ראשי ישיבות. די מצב איז פחדים, אין לך יום שאין קללתו מרובה מחבירו! כל זמן מען וועט דאס נישט אינגאנצן אויסראטן מקרב מחנינו, וועט א בחור אלס האבן א שאיפה דאס זיך איינצוהאנדלן, מיט דעם ווערט ער גרויס מיט דעם שפירט ער זיך א מבוגר, און ווען זיי האבן א שאיפה קומען זיי אהן דערצו אסאך גרינגער און שנעלער ווי מיר מיינען.
נאכמער, די עלטערע אינגעלייט, אפילו אויב זיי האבן דעם כלי, האבן זיי אבער מיטגעהאלטן דעם מלחמת חרמה פונעם אנהויב, און דאס גיבט זיי כאטש א שטיקל כח התגברות, אדער כאטש א ווייטאג אין הארץ ווען מען ווערט ליידער נכשל. די היינטיגע פרישע אינגעלייט, ובפרט די בחורים השרוים בלא חומה, זיי האבן דאס אויך נישט. זיי קומען שוין אהן צום וועלט פון עבר ושנה שנעשית כהיתר, און כאפן ניטאמאל וואס איז שלעכט. הסתכלות בנשים איז היינט קיין שום פראבלעם, חתן כלה בילדער איז מותר לכתחילה, די נייעס סטאנציעס איז קיין שום בושה מיטצוהאלטן, ניטאמאל ציפט דאס, וכ"ש ווען מען רעדט פון אסאך אסאך ארגעס רח"ל.
חשובע רבנים שליט"א צו אייך איז יא דא א קשיא, איר ווייסט דאך יא דעם ביטערן מציאות, איר ווייסט דאך יא מער איבער דעם מצב הדור, פארוואס האט מען דאס נאכנישט געאסר'ט?! אויף וואס ווארט מען? מען האט דאך שוין אזויפיל יארן פארפאטשקעט, פארוואס איז נאך אלס דא א רעדע צו עס קען זיין א שטער פאר פרנסה צו נישט? וויפיל נאך חלקים פון כלל ישראל דארף פארשניטן ווערן אז מען זאל זיך אויפוואכן צום שרעקליכן געפאר?
נאך א וויכטיגע נקודה. מיטן זיך פארלייגן במשך די לעצטע פאר יאר אויפן סמארטפאון, האט מען אויפגעהערט זיך צו פארלייגן אויף די געווענטליכע קאמפיוטער'ס צו פארלאנגן דעם עולם צו נעמען א געהעריגע פילטער. ובמילא וואס מען האט שוין יא פארדינט אויף דעם פראנט, האט מען דערלייגט אויפן צווייטן פראנט. עס דארף ארויסקומען א קלארע איסור קעגן דעם גאנצן ענין פון סמארטפאון'ס שלא ימצא במחנינו כלל וכלל, וועט מען זיך קענען פארלייגן אויף די קאמפיוטער'ס אז עס זאל גענוצט ווערן נאר באופן הראוי.
איי די אידן וואס דארפן דאס יא לצורך פרנסה, זאלן זיי זיין די וואס מאכן אסיפות! זאל זיי זיך צוזאמנעמען זעהן וואס פארא עצות עס איז דא דערצו. אז מען וויל דוקא וועט מען אנקומען צו לעזונגען. די טעכנעלאגיע איז היינט גענוג סאספיקירט אז מען זאל קענען אויפקומען מיט זאכליכע עצות וויאזוי מען זאל קענען אנגיין אהן א סמארטפאון. אבער דאס איז אמאל זיכער אז זיי דארפן זיך צושטעלן צו די תוה"ק און נישט די תוה"ק צו זיי. עס קען נישט קומען אין באטראכט אז מיר זאלן דערלאזן אונזערע דורות הפקר, בלויז פאר זייער פרנסה. פונקט ווי מיר מאכן נישט קיין פשרות אויף שבת, אויף שמיטה, וכדו' אזוי אויך טאר מען נישט מאכן קיין פשרות אויף סמארטפאון'ס. ווייל כל זמן אז מען וועט מתיר זיין אפילו בלויז א קליין חלק פון כלל ישראל, וועלן זיין צענדליגע אנדערע וואס וועלן דאס האבן באופן איסור. ותוצאותיו זעהן מיר שוין ליידער צו פיהל.
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 308 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

נעכטן איז פארגעקומען א אסיפה אין קרן ויואל משה אין קרית יואל, פאררופן געווארן דורך א אינגערמאן בנציון גאלדמאן, החלטות: מ'גייט אסר'ן סמארטפאונס אינגאנצן, גייט מער נישט זיין קיין לצורך פרנסה!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16502
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18942 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

חוץ מזה וואס איך גלייב נישט אז מען גייט עס גענצליך אסר'ן, מסיבות שונות (און בכלל איז שווער צו אסר'ן א זאך וואס האט שוין יארן לאנג א "היתר"), וועט עס נישט העלפן אויך נישט. ווייל לכאורה וואלט דאך געדארפט זיין א תיקון השלם, מען האט דאך געלייגט א טעראר אויף אלע היימישע אידן דורך די רבנים, עסקנים און מוסדות, טא וואלט דאך געדארפט זיין ממש א הערליכע וועלט, בל יראה ובל ימצא ביי אונז סיי וועלכע דעווייס וואס איז נישט 100% אפראווד ביי די וועד משמרת לוויזויהייסטעס, און בכלל האט מען דאך גע'אסר'ט וואטסעפפ און טעלעגראם, און פרויען איז דאך מאן דכר שמי', וועלכע פרוי עס האט נאר 4 אינטשעס אונטער די קני טאר דאך נישט פארמאגן א סמארטפאון ח"ו רח"ל, און דערווייל? די היימישע טשענעלס האבן טויזענטער סובסקרייבער און ליינער, און ווי דער שרייבער אליין איז מעיד אז אין די ישיבות איז דער מצב געפערליך, בבחי' עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה, ד.ה. אז די גאנצע מערכה האט גאנץ קנאפ געהאלפן - גענוי ווי עקספעקטעט ווען מ'גייט מיט טעראר - די אראבישע פרילינג איז אין פולן שוואונג, פאר יעדן כשר'ער טעלעפאן וואס איינער האנדלט זיך איין קומט אויף 10 נייע סמארטפאונ'ס, ממש כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ, און אנשטאט די רבנים ועסקנים זאלן איינזעהן אז די מערכה איז פארלוירן, גייט מען ווייטער אין קאפ אריין, און מען גייט פרובירן "אינגאנצן" אסר'ן.....

נו נו. העמיר רעדן אין 5 יאר ארום.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2852 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1373 מאל

שליחה דורך בן אדם »

שמעקעדיג האט געשריבן:

נו נו. העמיר רעדן אין 5 יאר ארום.

פינעף יאר צוריק איז דיר איינגעפאלן אז ס'גייט זיין שומרים קארדס וואס גייען נישט אראפ גיין פון טיש? האסט דיר פארגעשטעלט די שרעקעדיגע סיינס וואס ס'גייט הענגען אין %99 בתי מדרשים?
מיר'ער בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

שליחה דורך מיר'ער בחור »

בן אדם האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:

נו נו. העמיר רעדן אין 5 יאר ארום.

פינעף יאר צוריק איז דיר איינגעפאלן אז ס'גייט זיין שומרים קארדס וואס גייען נישט אראפ גיין פון טיש? האסט דיר פארגעשטעלט די שרעקעדיגע סיינס וואס ס'גייט הענגען אין %99 בתי מדרשים?

פשיהא, מורא'דיג "אויפגעטוהן" ס'דא צעטלעך מיט קארטלעך מיט שרעקעדיגע סיינס, הא?
זאג מיר, דאס איז די מערכה צו לייגן סיינס וואס זאל נישט אראפגיין פון טיש?
אדער אפשר וויל מען עפעס אויפטוהן למעשה?
אפשר ברענגסטו אראפ עפעס למעשה'דיגע ריזאלטס פון די 5 יעריגע מערכה פון קארטלעך מיט שרעקעדיגע סיינס?
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3683 מאל

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

בן אדם האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:

נו נו. העמיר רעדן אין 5 יאר ארום.

פינעף יאר צוריק איז דיר איינגעפאלן אז ס'גייט זיין שומרים קארדס וואס גייען נישט אראפ גיין פון טיש? האסט דיר פארגעשטעלט די שרעקעדיגע סיינס וואס ס'גייט הענגען אין %99 בתי מדרשים?
דע אלע שרעקעדיגע סיינס מיט שומרים קארטלעך, איסורים חרמות מיט אסיפות, טוט נאר כשרן סמארטפאונס מער און מער, און פינף יאר ארום וועט מען שוין קענען דאווענען פארן עמוד אין גרויסען ס'מדרש אויף ראדני סטריט נישט אינטען אין די שטיבלעך נאר אויבן בפומבי' ארינקוקענדיג אין א סמארטפאון
טעכניש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 10:50 pm
האט שוין געלייקט: 461 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

שליחה דורך טעכניש »

א שיינע חלום.
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 925 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 317 מאל

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:

נו נו. העמיר רעדן אין 5 יאר ארום.

פינעף יאר צוריק איז דיר איינגעפאלן אז ס'גייט זיין שומרים קארדס וואס גייען נישט אראפ גיין פון טיש? האסט דיר פארגעשטעלט די שרעקעדיגע סיינס וואס ס'גייט הענגען אין %99 בתי מדרשים?
דע אלע שרעקעדיגע סיינס מיט שומרים קארטלעך, איסורים חרמות מיט אסיפות, טוט נאר כשרן סמארטפאונס מער און מער, און פינף יאר ארום וועט מען שוין קענען דאווענען פארן עמוד אין גרויסען ס'מדרש אויף ראדני סטריט נישט אינטען אין די שטיבלעך נאר אויבן בפומבי' ארינקוקענדיג אין א סמארטפאון


וואס רעדסטו סגייט מער נישט זיין קיין סידורים יעדער איינער גייט האבן א טעבלאט.
דאס מענטשעלע שפילט........
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3072
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2488 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2463 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

שמעקעדיג האט געשריבן:חוץ מזה וואס איך גלייב נישט אז מען גייט עס גענצליך אסר'ן, מסיבות שונות

שיין וועט מען אויסזען ווען מ'וועט אסר'ן לצורך פרנסה אבער מתיר זיין לצורך עסקנות...............

Laws are for little people
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3683 מאל

Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:

נו נו. העמיר רעדן אין 5 יאר ארום.

פינעף יאר צוריק איז דיר איינגעפאלן אז ס'גייט זיין שומרים קארדס וואס גייען נישט אראפ גיין פון טיש? האסט דיר פארגעשטעלט די שרעקעדיגע סיינס וואס ס'גייט הענגען אין %99 בתי מדרשים?
דע אלע שרעקעדיגע סיינס מיט שומרים קארטלעך, איסורים חרמות מיט אסיפות, טוט נאר כשרן סמארטפאונס מער און מער, און פינף יאר ארום וועט מען שוין קענען דאווענען פארן עמוד אין גרויסען ס'מדרש אויף ראדני סטריט נישט אינטען אין די שטיבלעך נאר אויבן בפומבי' ארינקוקענדיג אין א סמארטפאון


וואס רעדסטו סגייט מער נישט זיין קיין סידורים יעדער איינער גייט האבן א טעבלאט.
חוץ דע פאר פרומאקעס עלען זיך ארום דרייען מיט דיקע אלטע אויסגעריבענע ר'יעקב עמדין סידורים וואס זיי וועלן האבן ג'ירשנט פון זייערע עלטער זיידעס
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1408 מאל

שליחה דורך הקטן »

החוקר האט געשריבן:C/P
נאכמער, די עלטערע אינגעלייט, אפילו אויב זיי האבן דעם כלי, האבן זיי אבער מיטגעהאלטן דעם מלחמת חרמה פונעם אנהויב, און דאס גיבט זיי כאטש א שטיקל כח התגברות, אדער כאטש א ווייטאג אין הארץ ווען מען ווערט ליידער נכשל. די היינטיגע פרישע אינגעלייט, ובפרט די בחורים השרוים בלא חומה, זיי האבן דאס אויך נישט. זיי קומען שוין אהן צום וועלט פון עבר ושנה שנעשית כהיתר, און כאפן ניטאמאל וואס איז שלעכט. הסתכלות בנשים איז היינט קיין שום פראבלעם, חתן כלה בילדער איז מותר לכתחילה, די נייעס סטאנציעס איז קיין שום בושה מיטצוהאלטן, ניטאמאל ציפט דאס, וכ"ש ווען מען רעדט פון אסאך אסאך ארגעס רח"ל.

שולדיג אויף דעם איז דער איסור זעלבסט, האסט גע'אסר'ט א נארישע שטיקל פלעסטיק און דאס געמאכט פאר דעם פראבלעם!

ווען דו שרייסט אז א יעדער וואס האט די כלי פאלט דורך מיט דאס ערגסטע, מאכט זיך דער בחור'ל און דער אינגערמאנטשיק דער חשבון: "דאס ערגסטע" איז נישט אזוי געפערליך - מיין טאטע און פעטער פאלן אויך דורך דערמיט א יעדן טאג.

החוקר האט געשריבן:C/P
פונקט ווי מיר מאכן נישט קיין פשרות אויף שבת, אויף שמיטה, וכדו' אזוי אויך טאר מען נישט מאכן קיין פשרות אויף סמארטפאון'ס. ווייל כל זמן אז מען וועט מתיר זיין אפילו בלויז א קליין חלק פון כלל ישראל, וועלן זיין צענדליגע אנדערע וואס וועלן דאס האבן באופן איסור. ותוצאותיו זעהן מיר שוין ליידער צו פיהל.

איין זייער קליינע נפקא מינה צווישן סמארטפאון און שבת און שמיטה -
שבת און שמיטה זענען איסורים וואס זענען דא,
סמארטפאון, ווילסט קימען און אסר'ן א זאך וואס איז אינגאנצן מותר, ווילסט מאכן א גזרה, איך הער,
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 314 מאל

שליחה דורך diff »

לאחר הסתלקות הרבנית בכ"ב שבט, יצא לאור קובץ בשם "אמנו המלכה", ובתחילת החוברת נדפסה תמונתה. בעקבות פרסום הקובץ, כתב אחד הרבנים לרבי שלכאורה מן הראוי שלא לפרסם תמונות נשים. הרבי שלל את הערות וכמנהגו הכניס את התשובה תוך נוסח המכתב. נוסח המכתב הוא של הרב גבריאל ציננער, וההדגשות הם מהרבי (כולל המספרים), והמילים הנטויות הם מילים אשר תחתם מתח הרבי קו.
"ב"ה, י"א באדר תשמ"ח לכבוד כ"ק אדמו"ר הרה"ק שליט"א."
"באתי להעיר אודות שיצא לאור ספר אמנו "המלכה" בודאי הבחין בהפשוט גם בלא הסתכלות כלל - אשר במהדורא אחרת הוסיפו בלי צבעים תמונה מהרבנית ע"ה ולפענ"ד אינו נכון - ואף דאחז"ל סנהדרין מ"מ גמירי אין יצה"ר שולט אלא במה שעיניו רואו ושולל בנוגע לאחרנייתא וגם קיי"ל באה"ע סי' כ"א ס"א דאסור 1) להסתכל אף בבגדי 2) צבעונים של אשה 3) שהוא מכירה ומכלל הן אתה שומע שלילת האיסור כאשר אין ג' הנ"ל, ובפרט - כל הג' (ועי' באוצר הפוסקים סקי"ב בשם שו"ת הב"ח סי' י"ד דגם בבגד אשה שכבר מתה עיי"ש) משא"כ בנ"ד ועכ"פ מדת חסידות להחמיר, אלא שעי"ז יתמעט ב"והחי יתן אל לבו" - כנראה במוחש (ואולי זוהי סברת המוסיפים הנ"ל). ואשרי הדור שהגדולים נשמעין לקטנים ".[9]
http://chabadpedia.co.il/index.php/%D7% ... 7%99%D7%9D
רעאגיר