די עתיד פונעם "וועקער"

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 401 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

די עתיד פונעם "וועקער"

שליחה דורך פיקאסא »

ב"ה מיר האבן געהאט די זכיה די לעצטע האלבע יאר מיטן ארויסגעבען די הערליכע זשורנאל "דער וועקער" וואס איז געווארען אויפגעכאפט דורך אירע טויזענטער ליינער איבער די גארע וועלט. ווי איך איך זעה האט דער עולם זייער הנאה געהאט דערפון, הן די הונדערטער חברים דא אין שטיבל, און הן די טויזענטער מענטשען וואס האבן דאס באקומען אויף סאציאלע מידיע, און ס'איז ב"ה אנגעקומן אסאך ווייטער ווי געראכטן. איך האב צוריק געהערט פון גאס פון מענטשען וואס כ'האב נישט ג'חלומט אז זיי ווייסן דערפון, ווי שטארק זיי האבן הנאה פון דעם וועקער. די סיבה פון דעם איז זייער פשוט, ווייל לעת עתה איז דאס די איינציגסטע זשורנאל וואס רעפזענטירט די מיינונגען פון רוב יהדות החרדית, און דעקט אקטועלע נושאים וואס ווערן נישט געדעקט און אלע אנדערע היימישע זשורנאלן מחמת די טעראר וואס ס'הערשט און אונזערע היינטיגע סיסטעם.

יעצט אז מ'האלט נאך די ביטערע טאג אז די עורך אחראי [tag]אדנירם[/tag] הלך למנוחות ואותנו עזב לאנחות, דארפן מיר מאכן א חשבון הנפש ווי מ'גיימער ווייטער גיין מיט די "הייליגע וועקער" - ווי ער פלעגט זיך אייביג אויסדריקן צו מיר בלשון חיבה - ווען מיר האבן גערעדט טעלעפאניש..

האמת אגיד, אז ווען איך האב געקלערט פון דעם געדאנק לכתחילה, האב איך ניטאמאל געטראכט פון מאכן אזא פראפעשענעל זשורנאל. מיר האבן ס"ה געטראכט פון צאמנעמען אלע לעצטיגע ארטיקלען וואס איז ערשינען אויפן שטיבל תחת פונדק אחד, און עס אויסשטעלן אין א שיינעם פארמאט כדאי שירוץ בהם הקורא. עד שבא חברנו [tag]אדנירם[/tag] און עס גענימען צו אן אנדערע לעוועל אינגאנצן, און באוויזן צו ארויסגעבען א געהעריגע זשורנאל מיט א גרויס חלק עקסקליוסיוו ארטיקלען כולם שוין לטובה, און עס אהער געשטעלט ווי א פראפעשענעל זשורנאל. ווי אויך איז צו געקומען נאך א שלב, אז כדאי דאס זאל מצליח זיין מוז דער וועקער ערשיינען מידי חודש בחדשו אזוי ווי אלע אנדערע זשורנאלן. ביז מיר האבן אלע געזעהן ווי ווייט מ'קען אנקומען -מיט די הילף פון אלע חברים דא- צו שניידן די פירות מיט די וועקער #5 און די קלימאקס מיט די פרעכטיגער וועקער #6 "אסיף".

דאס אלעס האט גורם געווען אנשטאטס דער וועקער זאל זיין מיין "האבי" צו מאכן און מיין פרייע צייט, און ארויסגעבען פון די חומר וואס איז שוין דא ווען אימער ס'דא פאר דעם צייט, איז עס געווארען א געוואלדיגע פרעשור אויף מיינע פלייצעס, און כ'קען זאגן מיט א זיכערקייט אז דער עולם האט נישט קיין מושג ווי לאנג דאס נעמט צו באווייזן. כבר מלתי אמורה, אז געלויבט השי"ת גייט מיין פרנסה זייער פיין, און איך ארבעט פאר איבער א דריי דידזשיט נאמבער פער שעה, און דער וועקער האט מיר צו גענומען א ים מיט שעות. אסאך ארבעט האב איך געדארפט אפזאגן לכבוד דעם. און כ'בין זיכער אז @שש האט געפילט די זעלבע. עפ"י חשבון האט דער אסיף מיר גענומען לכה"פ 60 שעה צו באווייזן, הן מיטן אויסשטעלן און הן מיטן זיכען פאסיגע בילדער, אריבערגיין און פאררעכטען די טעותים און זיכער מאכן אז אלעס ענדיקט זיך ביים סוף בלעטל וואס דעס איז אן עבודה קשה שבמקדש.

לפי חשבון הנ"ל וואלט איך לכאורה געדארפט מאכן לפחות $6000 אויפן לעצטע וועקער, און נישט קיין סאך ווייניגער אויף די פריערדיגע.. ביזדערווייל האט עס מיר נאר געקאסט געלד, און ס'איז אריינגעקומן זייער ווייניג געלד אינעם פעיפאל אקאונט, ווייל יעדער טראכט אז א צווייטע וועט געבען. כ'וויל קלארשטעלן אז כ'בין נישט דא צו מאכן געלד, אבער זייט זיכער אז כ'בין אויך נישט אויף צו פארלירן געלד.. אוודאי בין איך גרייט צו טוהן א חלק, אזוי ווי אלע חשוב'ע שרייבערס דא וואס לייגן אריין צייט און כחות שלא על מנת לקבל פרס, אבער די כמות פון שעות וואס איך לייג אריין איז ווי מ'זאל בעטן איין שרייבער דא צו שרייבן די גאנצע זשורנאל.

אשר ע"כ, כדאי צו ווייטער קענען אנגיין מיט די פראדזשעקט און ס'זאל האבן א קיום, וועל איך דא פארשלאגן עטליכע ריאליסטישע הצעות, און כ'האף אז איינס פון זיי וועט זיך אויסארבעטן לטב ולמוטב.

הצעה א' מ'זאל טרעפן איינער וואס זאל דאס איבערנעמען. הן דארף מען א פרישע עורך אחראי צו איבערנעמען @שש זצ"ל מיטן שאפן און נאכלויפען ארטיקלען און מגיה זיין וכו' און סיי א פרישע דיזיינער וואס קען אונטערנעמן די גאנצע מעשה אזוי ווי איך האב געטוהן ביז אהער. איך קען איבערגעבן אלע פיילס און פאנס און די דאומעין וכו'. איך גלייב אז מ'קען דעס באווייזן, אבער כ'גלייב נישט אז דאס איז א לעסטינג סעליושן. די ארבעט איז צופיל און מ'קען ווערן ארויסגעברענגט זייער שנעל.

הצעה ב' האבן איין עורך אחראי בראש, אבער איינטיילן די ארבעט און קלענערע חלקים, ווי אסאך מער חברים דא זענען אריינגעמישט דערין. ס'קען זיין צוטיילט כדלהלן. פארשאפן ארטיקלען, נאכלויפען די שרייבערס, מגיה זיין און פאררעכטען, דיזיינען, נאכאמאל מגיה זיין פון די דיזיינער טעותים, איין הויפט דיזיינער וואס נעמט צוזאמען פון די אנדערע דיזיינערס און שטעלט דאס צוזאמען מיט די מפתח וכו', איינער אחראי צו אפדעיטן די עולם אויפן שטיבל וכו' איינער אחראי אויף די פרינטינג חלק און עמעזאן. דער פלאן קען זיך לכאורה אויסארבעטן אויב דער הויפט רידאקטאר איז שטארק און איז אן טאפ פון די פראדזשעקט און זיכער מאכן אז אלע קליינע דיטאלן זאלן קלאפן.

הצעה ג', איך קען ווייטער טוהן די גאנצע ארבעט, נאר @שש'ס פלאץ דארף איינער איבערנעמען דורך א צווייטן. אבער נישט אויף צו פארלירן געלד. איך מיין אז דער וועקער האט מעסיוו פאטענטשעל און הלוואי קען איינער אויפקומען מיט א פלאן ווי אזוי מ'קען עס געהעריג פרינטן פאר ביליג, און פארקויפן אין די מאסן. דעמאלס וועט עס זיין ווי א אלגעמיינע מעגעזין וואס די בעלי בתים מאכן געלד, און פארשטייט זיך אז דעמאלס מאכן די שרייבערס זייערע פעיר שעיר. אדער קעמען אריינלייגן עדס דערין און לייזן אפאר טאלער אזוי. דאס איז מיין חלום, אבער ס'זעהט מיר נישט אויס ריאליסטיש לעת עתה.

הצעה ד', איך קען עס ווייטער פירן - מיט א נייע אחראי - אבער נישט ארויסקומען מער א יעדער חודש, נאר לויט וויפיל צייט איך האב. קען זיין איינמאל א חודש אדער איין מאל אין דריי חדשים, תלוי לפי הזמן. אדער קען איך עס אפילו ממשיך זיין אהן קיין עורך, און נעמען נאר די "חדשים גם ישנים" פונעם שטיבל זעלבסט.


בקשתי שטוחה לפניכם, ווער עס האט רעיונות, פארשלאגן אגער קען למעשה צוהעלפן אויף אן אופן זאל זיך לאזן הערן ברבים אדער באישי, און מיר וועלען זעהן ווי די זאך קאכט זיך אויס. אזוי ווי ביים אנפאנג פון דעם גאנצע רעיון האב איך געפרעגט דעם דעת הקהל, און יעדע האט געהאט אן אנדערע מהלך און געדאנק, און מיר האבן גענומען איין קו, אויף וואס כ'האב נישט קיין חרטה, אזוי האף איך דא צו הערן דעת הקהל מיט קאנסטראקטיוו איידיעס, אבער פארשטייט זיך אז מ'וועט נישט קענען צופרידן שטעלן א יעדעם איינעם, אבער מיטן באשעפערס הילף וועט כאטשיג עפעס ווערן דערפון, און מיר וועלן בעזהי"ת ממשיך זיין צו וועקען כלל ישראל.

המחכה לתגובתכם במהרה
ידידכם עוז
פיקאסא

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר