די היסטאריע פון מעדעצין ("אסיף")

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

די היסטאריע פון מעדעצין ("אסיף")

שליחה דורך פליקער »

קענסער קאפיטל 1 די הקדמה
קענסער קאפיטל 2
קענסער קאפיטל 3
קענסער קאפיטל 4

[center]קענסער סעריע קאפיטעל 5[/center]
[center]די היסטאריע פון מעדעצין[/center]

איך וויל נעמען די מיה, אביסל זיך צו דערגרינטעווען די היסטאריע פון מעדעצין פון א היסטארישן פערספעקטיוו. חלקים פון די ארטיקל זענען שוין ברמיזה פארצייכנט אין די סעריע פון די קענסער ארטיקלען, אבער דא וועל איך עס אביסל פארברייטערן.

[center]מצרים באווייזט ערשטער פארשריט אין מעדעצין[/center]

קודם א שטיקל חזרה אויף די צייט אפשניטן פון די וועלט, ווי מיר ווייסן.

דער ערשטער פארשריט אין מעדעצין, און אויך אין אנדערע וועלטליכע ענינים, מוז ווערן קרעדיטירט צו די מצריים. ווען איך רעד פון 'פארשריט', מיין איך א קאלעקטיווע צוזאמען-ארבעט פון ארגאנאזירטע געמיינדעס, וואו עס זענען געווען פירער'ס וואס האבן געפירט א לאנד, און דאן געווידמעט חלקים פון זייער לאנד פאר ביזנעס, אגריקולטור, ארמיי און שטודיעס.

די עגיפטער, אנגעהויבן פון בערך 3100 BC, האבן איינגענומען און פארפיגט אויף די וועלט. דאן האבן זיי געוועלטיגט אויף מצרים ביז בערך 525 BC, וואס דאן האבן זיי פארלוירן די מאכט צו די פערסן. דאס האט אנגעהאלטן ביז אלכסנדר מוקדון האט צוריק אויסגעלייזט מצרים פאר די גריכן אין יאר 332 BC. פון דאן הייסט 'די גאלדענע צייט פון די גריכן', דאן צו די רוימער וואו זיי האבן אנגעהאלטן פילע ליבעראלע העלעניסטישע שיטות פון די גריכן בנוגע שטודיעס, פאר א שטיק צייט.

אימהאטפ (Imhotep) איז געווען אן עגיפטער אין די צייטן 2600-2650 BC. ער איז געווען פון די איינציגסטע נישט פון קעניגליכע משפחות, וואס ווערן נאך געדענקט ביזן היינטיגן טאג. ער איז געווען אן ארכיטעקט, אינדזשעניר און דאקטאר.

[center]בילד
דער עגיפטישער ארכיטעקט, אינדזשעניר, און דאקטאר אימהאטפ[/center]

ער איז געווען פון פרעה'ס יועצים וויאזוי צו בויען זייערע גראנדיעזע פיראמידן און אנדערע גראנדיעזע אונטערנעמונגען. ער איז געווען דער ערשטער דאקומענטירטער דאקטער וואס איז געווען ביים מיינונג אז קראנקהייטן ברויך מען היילן מיט מעדעצין, נישט מיט כישוף אדער קרבנות פאר די מצרי'שע געטער, ווי עס איז דאן געווען דער אלגעמיינער מיינונג.

[center]בילד
די פיראמידן וואס אימהאטפ האט געהאלפן בויען[/center]

באשרייבונגען פון זיינע ווערק ווערן פארצייכנט אין דאקומענטן וואס ווערן אנגערופן פאפירוס (Papyrus). ספעציעל די 'עדווין סמיט פאפירוס', וועלכע זענען איבערגעשריבן געווארן בערך 1600 BC דורך א פלאגיאריסט, וואס האט קאפירט צייכענונגען וואס זענען קאפיעס פון די ווערק פון אימהאטפ.

ער ווערט קרעדיטירט מיט גאר דעטאלירטע ווערק אין פילע ערליי מחלות וואס ער פארצייכנט, מיט אנגעגעבענע סארט רפואות און באלזאם פאר יעדע סארט מחלה באזונדער. און ווי מיר האבן שוין געברענגט, האט ער באצייכנט בריסט קענסער אז ער האט נישט קיין רפואה, טראץ וואס ער האט פארצייכנט פילע מעטאדן פאר אפעראציעס פון געוואוקסן.

זיינע ווערק זענען נישט געבויט אויף קיין שום אמונה אדער מיסטיציזם, נאר אויף קראנטע מעטאדן וואס זענען געווען מעגליך פאר יענע עפאכע, אבער ווי עס צייגט זיך איבער פון די דאקומענטן זענען זיי שוין גארנישט געווען אזוי צוריקגעבליבן. ער פארצייכנט גאר דעטאלירט די אנאטאמיע און פיזיאלאגיע פון די מענטשליכע קערפער, מיט גענויע דעטאלן פון די קאפ און הארץ, און אויך אדערן.

דער בארימטער פילאזאף היפאקראטעס, איז אויך דער 'פאטער פון מעדעצין'

דערנאך איז באוואוסט דער פאטער פון מעדעצין, דער פילאזאף היפאקראטעס (Hippocrates) (460-370 BC). ער איז געווען א גריכישער דאקטאר און פראפעסאר פון מעדעצין, און ער איז געווען אין די צייטן וואס אלע האבן געגלייבט און כל מיני געצנדינעריי, און אלעס האט געגלייבט אין כישוף מיט אפגעטער.

[center]בילד
דער בארימטער פילאזאף און דאקטאר היפאקראטעס[/center]

ער - אזויווי אימהאטפ - האט זיך אפגעגעבן מיט אנאטאמיע און פיזיאלאגיע, און געמאכט גרויסע פארשריט אין די חכמה פון מעדעצין. אויך איז ער דער מחבר פון די דאקטוירישע שבועה וואס ווערט גענוצט ביזן היינטיגן טאג. זיין חכמה איז אריין אין די גריכישע ביכער וואס ווערט נאך שטודירט דורך פילאזאפן און אסטראנאמיקער.

ער האט פארשטאנען אז עס קען זיך נישט מישן דאקטאריי מיט אלע אנדערע חכמות, און אז ס'איז א חכמה פאר זיך זעלבסט, און אז מחלות קומען נישט צוליב חטאים עוונות ופשעים, נאר צוליב נאטורליכע פאסירונגען ווי ענווייראמענט אדער שלעכטע דיעטעס וואס ברויך און קען ווערן געהיילט דורך מעדעצין אדער עסן געזונט.

[center]בילד
היפאקראטעס אלס דאקטאר און הוגה דעות[/center]

ער האט אויך אויפגעבויט א שולע - וואו ער האט פארגעלערנט זיין חכמה פאר תלמידים און פאר די קומענדיגע גענעראציעס - די לייברערי פון אלעקסנדריע, אנגעהויבן דורך אלקסנדר מוקדון און זיינע נאכגייער.

[center]בילד
בילד
בילד
די הערליכע לייברערי אין אלעקסאנדיע מצרים, באזירט אויף ארכעאלאגישע אויסגרובונגען[/center]

דארט האבן שטודירט אלע סקאלערס פון יענע צייט, ווי אריסטו, און דארטן האט ער געשאפן זיין טעאריע אז די זון גייט ארום די וועלט, און אראטוסטנס איז אויפגעקומען מיט א חשבון ווי גרויס די וועלט איז, קעלימאקוס - דער פאטער פון לייברערי ארגאניזירונג, יוקליט (Euclid) - דער פאטער פון געאמעטריע, העראפעלעס (Herophylus) - וואס האט מחדש געווען אז דער של ראש שטייט איבער אלעם, דער מח איז דער בעל בית איבער אלעם, ועוד אסטראנאמיקער וואס האבן מסדר געווען די גוי'אישע לוח, און וואו עס איז נאר געווען איינער וואס האט געזוכט צו שטודירן איז דארט געווען זיין מקום.

[center]בילד
א האלץ אויסשניצונג איבער איינע פון די כלים באזירט אויף היפאקראטעס' געדאנקען[/center]

עס איז געווען א פלאץ פיל מיט אלע אלטע געשריבענע שריפטן און פעפיראסן, און טויזענטער און טויזענטער שריפטן זענען אהין אנגעקומען. די לייברערי האט פארמאגט זאלן פאר דרשות, שטובער פאר קאנפערענצן, און שטיבלעך פאר שטודירונג, און אלע צרכים וואס עס זאל נאר זיין אז די סקאלערס זאלן זיך שפירן באקוועם.

[center]בילד
די הערליכע אוצר הספרים, וואו מ'האט געקענט טרעפן אלע סארטן ביכער און שריפטן[/center]

דאס גאנצע לייברערי איז פארברענט געווארן בערך אין יאר 391 למספרם. עס איז גארנישט איבערגעבליבן נאר א שפאר ביסל פון היפאקראטעס, און ביכער פון געלען - דער פרישער רוימישער שטערן וואס האט נאך געהאט שטודירט און פארשריבן אן א שיעור פון יענע צייט, און זיינע ווערק זענען פארבליבן צו שטודירן ביזן היינטיגן טאג.

[center]בילד בילד
די לייברערי פון אלעקסאנדריע ווערט פארברענט[/center]

אבער על אף אז די עצם לייברערי איז פארברענט געווארן (מחלוקת הפוסקים ווער עס האט עס אונטערגעצינדן, לויט געוויסע דיעות דורך יוליוס קייזער, אנדערע באשולדיגן די אידן, פארוואס דען נישט), דאך האט עס מער נישט געקענט פארלעשן די פייער פון חכמה וואס האט געבוזשעוועט, און פארשפרייט געווארן איבערן גארער וועלט.

[center]די נייע עפאכע פונעם בארימטן חכם געלען[/center]

געלען (Aelius Galenus) [129-200 BC] אריגינעל א גריכיש אפשטאמיגער, איז געגאנגען קיין אלעקסאנדריע שטודירן מעדעצין, וואו ער האט זיך אריין געווארפן ראשו ורובו אין די ווערק פון היפאקרעטעס, און איז געגאנגען אין זיינע דרכים מיט אלע זיינע שיטות.

[center]בילד
דער בארימטער דאקטאר געלען[/center]

עס איז וויכטיג צו וויסן אז זיי האבן אין יענע תקופה נישט געהאט די יכולת צו זען קיין עכטע אוטאפסיס [דאס מיינט שטודירן טויטע קערפערס דורך זיי אויפשניידן], דעריבער זענען פילע פון היפאקראטעס' ווערק געווען פאלש.

געלען - וואס איז געווען א טראומא כירורג - האט געמאכט גרויס פארשריט אין די ענין פון אנאטאמיע, ווייל ער האט געזען פיל פארוואונדעטע קערפער פון די גלאדיאטארן - דאס זענען ספארטלער וואס שטרייטן איינער דעם אנדערן ביז איינע פון די שטרייטענדע צדדים זיגט, און פארשטייט זיך אז דער צווייטער פארלירער איז צע'מזיק'ט פון די שארף פונעם שווערד. די סארט שפיל איז דאן געווען גאר פאפולער, און געלען איז געווען זייער פערזענליכער דאקטאר, ווייל די געזונטהייט פון די שפילער האט געמיינט גאר פיל פאר די קעניגרייך, און ער האט געמוזט ווי שנעלער פארהיילן זייערע וואונדן.

[center]בילד
געלען ביים באהאנלן א פארוואונדעטער גלאדיאטאר[/center]

געלען ווערט קרעדיטירט, פארן זיין דער ערשטער וואס האט אויפגעשטעלט א שפיטאל אויפן רוימישן פראנט, און נישט סתם א שפיטאל, נאר א 'סטעיט אוו די ארט' שפיטאל, ריזיג גרויס, מיט אלע איינצלהייטן. ארכעאלאגן טרעפן דארט אפילו פייער ברונעמ'ס וואו מען האט סטעריליזירט די כלים מכלים שונים. לכאורה איז ער אויך דער ערשטער אין די סארט צו פארשטיין די סוד פון סטעריליזאציע. ער האט ערצייגט וואונדערבארע שנייד געצייג - וואס האלט נאך געשפאנט היינטיגע כירורגן - מיט א געניטע פונקטליכקייט.

אזוי איז ער צוביסלעך געוואויר געווארן מער און מער וויאזוי די קערפער ארבעט, ביז ער האט צוזאמענגעשטעלט א בילד, און פארשטייט זיך דאקומענטירט אלע זיינע איינצלהייטן אין די אן א שיעור ביכער וואס ער האט געשריבן, און קיינער האט נישט פארשטאנען, ווייל ווי עס צייגט זיך איבער פון פילע ארכעאלאגישע גרובונגען, איז ער געווען יארן פאראויס פון זיין צייט. לויט וויפיל ער האט געשריבן צייגט זיך איבער, אז געלען האט געשריבן דריי בלאט פער טאג.

ער איז געווען דער ערשטער צו פארשטיין, אז נישט אלעמאל איז דער סימפטאם א סימן אז די מחלה איז אויף יענע פלאץ. ווי למשל, אויב איינעמ'ס האנט איז געלעמט מוז נישט מיינען אז זיין האנט האט זיך אויסגענוצט, נאר אז עפעס דרוקט אים אין קאפ, און דעריבער האבן זיי געמאכט קאפ אפעראציעס גענוי ווי מען טוט נאך ביזן היינטיגן טאג, און מ'זאל נישט פארגעסן אז דאן איז נאך נישט געווען קיין אנעסטיזיע.

געצייג פאר גאר פארגעשריטענע אויג אפעראציעס זענען אפגעפינען געווארן, און עס איז גענוי בערך ווי די כלים וואס מען נוצט נאך היינט. בקיצור עס איז געווען א גאלדענע תקופה, און געלען האט געמאכט גרויס פארשריט.

[center]בילד
איינע פון די וויסנשאפטליכע אויספרובירונגען פון געלען[/center]

פארשטייט זיך אז פילע פון געלען'ס און היפאקראטעס' שיטות זענען אפגעוואנדן געווארן, און עס איז אויפגעוויזן געווארן אז אפילו זיי האבן נישט געוואוסט קיין כי הוא זה וואס עס טוט זיך אפ באמת אינעם קערפער. ווי למשל, ווען מיר קוקן אריין בספרי הרמב"ם זעען מיר קלאר אז ער האט זיך געקאכט אין די 'ספרי אפקראט' - ווי ער רופט אים, און אין די ספרי החכם געלען. דאס גייט עד כדי כך, אז דער רמב''ם ברענגט סתירות פון זיינע רייד אין פילע ענינים וואס ער דינגט זיך - געווענטליך אמונה ענינים, און דער רמב''ם כאפט אים ביי סתירות צי בשר חזיר איז געזונט צי נישט, אדער צי אייזל פלייש איז בעסער ווי פערדן פלייש, ועוד.

[center]די פיר ליחות: דם, ליחה לבנה, מרה ירוקה, און מרה שחורה[/center]

אבער וואס שטערט מיך איז, אז דער רמב''ם און אלע חכמי ישראל, אנגעהויבן פון תנאים אמוראים און גאונים ביז ראשונים און אחרונים, גייען אלע בשיטות היפאקראטעס, און קיין שום חכם מחכמי ישראל האט עד היום הזה נאכנישט צוריקגעצויגן, און מיר געפינען נאך די שיטה און חסידישע ספרים און אויך אין ספרי מוסר והלכה. כאטש וואס די חכמי אומות העולם האבן אלע - פריער צי שפעטער - איינגעזען אז מען מוז ווי שנעלער אוועקקריכן דערפון, דאך אבער האלטן מיר עס אן ווי תורת משה מסיני, וצע''ג.
פון וואס רעד איך.

די וועלט האט כולם פה אחד געהאלטן ווי היפאקראטעס, אז די גוף איז איינגעטיילט אין פיר ליחות: דם, ליחה לבנה, מרה ירוקה און מרה שחורה. די גוף האט גאר א געניטע באלאנס פון די אלע ליחות, און ווי היפאקראטעס שרייבט - און עס איז אויך 'איבערגעוויזן געוואזן' דורך געלען, דורך שטודירן געוויסע מאלפעס (א מכה) - ווענדן זיך אלע חולאים, און די געזונטהייט פון א מענטש, אויב דער באלאנס איז פיין. ווי איז אבער אויב איינע פון די ד' ליחות איז צי סאך אדער צי ווייניג? דאן ווערט מען קראנק. אזוי אויך ווענדן זיך אלע מידות פון די מענטשן, אין די איבערפלוס פון איינע פון די ליחות.

די דאקטוירים פון יענע תקופה און ווייטעריגע מאלעניעס, האבן אנגענומען די ווערטער ווי עס וואלט געווען עפעס א נבואה אז עס איז דא א ליחות'דיגע פראבלעם. זיי האבן מחדש געווען רפואות, צוזאמענגעשטעלט מחלות, געמאכט דיאגנאזירונגען רעכטס און לינקס, און אלעס האט געשטימט. פון העמערוידס ביז הארץ אטאקעס און סטראוקס, פיבער, און אינפעקשאנס, אלעס האט געהאט צו טון מיטן געפערליכן אומבאלאנץ פון די ליחות, און יא איר האט צוגעטראפן: אויך קענסער טומערס איז קלאר - ווי דער טאג איז ליכטיג - אן איבערפלוס פון די 'בלעק בייל', ווי זיי האבן עס גערופן.

אויך א גייסטישע נערוון בראך און פארביטערטע נפשות, איז א איבערפלוס פון די שווארצע גאל זאפט. די רפואה איז דאך פשוט, מען מוז דאס לאזן ארויסרינען כדי צו מאכן פון אסאך – ווייניג. וויאזוי מאכט מען דאס? גאנץ פשוט. מען נעמט א נודל, מען שטעכט אריין אין אן אדער, און מען לאזט פליסן דאס בלוט ביז די פאציענט ווערט בלייך, דאן איז א קלארע סימן אז עס איז דא צוריק די נויטיגע באלאנס.

[center]בילד
אלטע גריכישע צייכענונגען פון די גרויזאמע בלוט-גיסונגען[/center]

די פארשריט געפונט גאר אויס, אז עס איז פארהאן ספעציעלע ווערים וואס זענען ספעציעל באשאפן געווארן פאר די צוועק. נעמליך, די ליטשעס וועלכע לעבן אויף מענטשליך בלוט. ווי וואונדערליך זיי האבן ספעציעל ציינער און אויך אנטי-קלאטינג פאקטארן. בלוט גיסט זיך אזוי פאר יארן לאנג, הונדערטער און טויזענטער יארן, אנדעם וואס איינעם זאל בייפאלן זיך צו דינגען מיט די פראפעסארן.

חילוקי דיעות זענען באשאפן געווארן במשך די יארן, צי מען ברויך לאזן אויסרינען ביי די מקום המחלה, אדער וואו ווייטער פון די מחלה, ווייל מען ברויך פארקירעווען די שווארצע בייל פון אותו המקום. די וואס האבן נישט געקענט מחליט זיין, האבן געלאזט דאס בלוט רינען פון ביידע פלעצער, יוצא צו זיין אלע שיטות.

[center]בילד
א צייכענונג ווי יעדע מחלה האט איר פלאץ פין וואו מען זאלן לאזן דאס בלוט רינען[/center]

די איבערפלוס פון מרה שחורה איז אויך שולדיג אין אלע ערליי דעפרעסיעס, ווי אויבן געשמועסט, און לכבוד די ערפינדונג פארדינט די שרעקליכע מחלה איר נאמען מעלען קאלי (Melanchollia). 'מעלען' איז די גריכישע ווארט פאר שווארץ, 'קאלי' איז די גריכישע ווארט פאר בייל - שווארצע בייל. אין לשון קודש הייסט עס אויך, די מחלה פון 'מרה שחורה'.
[center]בילד
באדייט פונעם ווארט מאלענכאליע[/center]

די חכמי ישראל נעמען עס א טריט ווייטער, און פארענטפערן דערמיט די כלל אז די וועלט באשטייט פון אש מים רוח עפר, און די ספרי קבלה פארשטייען דערמיט די סוד פון צרעת וואס קומט מרה שחורה. די ספרי מוסר וחסידות פארשטייען די מידות וואס מען ברויך אויסארבעטן, און די ספרי מגידות פארשטייען דערמיט פארוואס ושתי האט נישט געוואלט אריינקומען צו אחשורוש, אדער פילע אנדערע פסוקים.
בייגעלייגט איז א ליקוט פון פיל ראשונים און מדרשים וואס יאווען זיך מיט מרה שחורה
איך מיין נישט אפצולאכן חלילה, אבער וואס איך וויל ארויסברענגען איז די פאלגענדע פונקט.

איך באשולדיג נישט די בלוט גיסער'ס אדער די בלוט פארגאסענע פאציענטן, אויך נישט היפאקראטעס אדער געלען וואס האט גאר שטארק - ווי אלע - אונטערגעשטיצט די טעאריע, ווייל אין יענע תקופה פון גלאדיאטארן, ווען מען האט איינעם דעם אנדערן געמעגט - פאר פוסטע שוואוילטאג - שפילן שענדן און מארדן, ביז איינער האט דעם אנדערן דערשטאכן צום טויט פארנט פון פופציג טויזנט מאן, בשעת יעדער האט געפאטשט אין די ריזיגע קאלאסיומס, איז אבער געווען גרויס טאבו צו שענדן א טויטן פאר פארשונגען, חלילה לך מעשות נבלה במתים. דערפאר האבן די פארשער נאר געלערנט פון לעבעדיגע דאס בעסטע וואס איז געווען שייך.

[center]בילד
אן איטאליענישער מעלעריי פון צוועלפטער יאר הונדערט, ווייזט היפאקראטעס און געלען[/center]

אזוי האט געלען געטון. ער האט זיך צוגעשארט צו די גלאדיאטארן, וואו ער איז געווארן דער אפיציעלער דאקטאר, און אזוי האט ער זיך פיל געלערנט אויף זייערע וואונדן. דערנאך איז ער ארויס אויפן פראנט, וואו ער האט נאכאלס בשום אופן נישט געמעגט שניידן א מענטש, אבער דאס איז נישט געווען קיין פראבלעם, ווייל די סאלדאטן זענען צו אים געקומען שוין צושניטענע, דורכן שארפן שווערד פונעם שונא.

[center]
די נייע עפאכע אין די וועלט פון אנאטאמיע
[/center]
אין די 1550'ס איז אפיר געקומען א נייע שטערן בעולם האנאטאמיע: אנדרעיעס וואסילאס (Andreas Vaselius), און דערנאך אביסל שפעטער וויליאם הארווי (William Harvey). זיי האבן געמאכט פארשריט אין די וועלט פון אנאטאמיע ווי קיינמאל בעפאר.
[center]בילד
דער דאקטאר אנדרעיעס וואסילאס
בילד
דער דאקטאר וויליאם הארווי[/center]

וואסילאס איז געווען אנטשלאסן אז מען קען קיין פארשריט נישט מאכן אויף אלטע געוואוינהייטן, און ער האט מחליט געווען אנצוהויבן נאכאמאל ביי די אלף בית. ער ברויך אנהויבן מאכן אטאפסי'ס געהעריג ווי עס ברויך צו זיין, ער קען זיך נישט פארלאזן אויף אלטע פארשונגען וואס זענען געווען מערסטנס אויף לעבעדיגע מענטשן וואס קוויטשן ווי נאר מען רירט צו זייער רויע פלייש, אדער גאר מאלפעס וואס זענען נאר ענדליך צו מענטשן. אבער כהיום, איז נישטא קיין סיבה נישט צו קענען מאכן פארשונגען אויף טויטע קערפער.

אבער פון וואו שאפט מען א טויטע קערפער? אז מען זוכט טרעפט מען. ער האט מחליט געווען יעבור עלי מה, ער גייט קיינעם נישט פארציילן ביז לאחר המעשה, ער גייט גיין ביים עק פלויט ווי די קרימינאלן זענען געווען באגראבן, און ער גייט זיי פשוט אויסגראבן. זיי זענען געווען געבויטע קערפער וואס זענען ערמארדעט געווארן פאר זייערע חטאים, איש בחטאו מת מאכט אים נישט אסור בהנאה.

ער האט עס אנגעהויבן טון, און ער האט געהאט זיין אונטערערדישער לאבראטאריע מיט א שטאב מעלערס. ער האט קונצליך אויפגעהאנגען די טויטע, כדי עס זאל נישט חלילה זיין א געפאטשקעט בילד, אלעס מוז זיין גאר אויטענטיש.

[center]בילד
די טויטע קערפער זענען אויפגעהאנגען געווארן פאר די מאלערייען[/center]

ער האט געמאכט מורא'דיגע ערפינדונגען, אזעלעכס וואס ווערט נאך שטודירט ביזן היינטיגן טאג! ער האט אפגעמאלן הונדערטער בילדער קאלירפול און אויטענטיש, און גראפיש ממש ווי לעבעדיג, און גענוי וויאזוי, און פון וועלכן אנגעל ער האט גענויטיגט. ער האט געשניטן און געמאלן נאך און נאך, געזוכט און גענישטערט.

[center]בילד
וואסילי'ס מאלערייען[/center]

ער האט זייער שטארק געוואלט ווייזן פאר די וועלט די לעכער וואס פירט דעם שווארצע בייל, וואס מאכט אן אזויפיל צרות און קרענק.

אבער דער חילוק פון אמונה און סייענס איז פשוט. סייענס ווייסט נישט פון קיין חכמות, אויב טרעפט מען נישט קיין שווארצן בייל איז עס ווייל עס איז נישטא אזא זאך ווי די מרה שחורה, אויב איז יא דא דאן ווייז עס ביטע. ער האט אנגעהויבן ליידן צרות, יש מי שאומר אז די אינקוועזיציע האט אים אנגעהויבן צו רודפ'ן, ואית דאמרי אז מען האט אים געפייניגט פארן שענדן טויטע קערפער. אזוי צי אזוי האט וואסיליס געמוזט אפפוצן פון אייראפע, און ער איז אהיים קיין ענגלאנד, וואו ער האט פובליצירט זיינע ווערק.

די וועלט האט קודם נישט געוואלט גלייבן וואס זיי האבן געהערט: נישטא קיין בייל? קען נישט זיין! אבער צוביסלעך האט מען זיך אפגעשאקלט פון די טעאריע און אויפגעהערט מיט די בלוט צאפעריי, אלע הקזת דם געשעפטן האבן זיך פארמאכט.

[center]בילד
די כלים פון די בלוט צאפער[/center]

דערנאך האט מען אנגעהויבן צו פארשטיין אז מאלענכאליע איז א מח פראבלעם, גאוה און תאוה זענען מידות וואס קומען פון די מח, העמערוידס איז א לאקאלע אחור פראבלעם, נישט א טריקעניש פון די מרה, און פארשטייט זיך אז קענסער איז אויך נישט קיין 'בלעק בייל אווערלאוד' פראבלעם. הגם די נאמען מאלענכאליע פאר דיפרעסיע האט זיך נישט געטוישט, זענען אבער אלע טריעטמענטס וואס מען גיבט געווידמעט צו פארריכטן די מח אומבאלאנס.

אגב וויל איך מסיים זיין די בלוטלאזונג עפאכע, מיט די לעגענדע, אז דער ערשטער פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן - וועלכער איז געווען א חסיד פון די סארט טריעטמענטס עד יום מותו - האט איין צופרי, אום דעצעמבער 13 1799, זיך דערוועקט מיט א האלז וויי, און אנגהויבן גיין בארג אראפ מיט א שנעלקייט, מסתם ווייל ער איז געווארן אין סעפטיק שאק, האט ער זיך באשטעלט א בלוט צאפער אז ער זאל אהין רייסן און אים לאזן דאס בלוט גיסן, וכן עשה. בערך פינף ביז זיבן פיינטס בלוט האט מען אים געלאזט אויסרינען, און ווי יעדער פארשטייט האט דאס געפירט צום פאקט אז ער האט אויסגעהויכט זיין לעצטן אטעם, און האט נישט מוציא יום געווען.

[center]בילד
א בלוט צאפער ביי זיין ארבעט[/center]

[center]אפעראציעס דורך אנעסטיזיע [איינשלעפונג][/center]

אין א געוויסן זין האט מען צו פארדאנקן די געלען עפאכע, פארן נישט זיין שנעל צו שניידן און מאכן אפעראציעס פאר קענסער. ווייל ווי געלען האט געלויטעט איז עס א סיסטעמיק פראבלעם, ממילא וויאזוי וואגסטו שניידן דעם לאקאלן טומער, ווי למשל די בריסטן, ווען די שווארץ יאר בייל וועט גלייך צוריק אריין רינען. דאס איז באמת ממש א וויץ, און טאקע תיכף נאך די אנאטאמישע אויפרייס אז עס האט נישט צוטון מיטן מרה שחורה, האבן די דאקטורים אנגעהויבן ערנסט טראכטן פון מאכן אפראציעס, וואו זיי האבן ווייטער געמאכט אן אנדערן טעות מיט זייער באשלוס אז די טומערס זענען יא א לאקאלע פראבלעם וואס מען מוז ארויסשניידן ווי אמשנעלסטן.

וואס האט זיי אפגעהאלטן - טעכניש גערעדט - איז געווען, אז עס זענען געווען עטליכע פראבלעמען וואס מען האט געמוזט בייקומען.

קודם כל, עס האט גאר שטארק וויי געטון. עס איז נאך נישט געווען קיין אנעסטיזיע, און מען האט נאר גענוצט פאר פיין לינדערונג ברוינפן מיט אפיום וואס האט עטוואס געלינדערט די מצב. אבער נאך אלעם איז געגאנגען קולות וברקים, וואס האט געמאכט אז עס זאל פארגיין פאר די כירורגן זייער אפעטיט צו שניידן. עס זענען געווען פילע פאציענטן וואס האבן ענדערש אויסגעוועלט דאס טויט, ווי איידער אריבערצוגיין אן אפעראציע.

נאך א גרעסערע פראבלעם איז געווען, אז די פאציענטן זענען געווענטליך גלייך געשטארבן פון אינפעקציעס, ווינציג האבן איבערגעלעבט. ממילא איז געווען א שאד די גאנצע מעשה. נאך א פראבלעם איז געווען, אז מען האט נישט געהאט קיין אהנונג וואס צו שניידן, מען האט דאס ענדערש אנגערופן האקן ווי שניידן, ווייל מען האט געהאקט און געהאקט אן רחמנות, און אונטערגעמורמלט 'כן יאבדו כל אויביך השם'. אבער קיין שום ציל איז נישט געווען צו וויסן וויפיל מען זאל שניידן, און ווען מען מעג שוין אויפהערן.

אינעם אכצנטן יאר-הונדערט זענען אלע אויבנדערמאנטע פראבלעמען פארענטפערט געווארן. אין יאר 1840 איז געווען א דענטיסטרי - א גאר ערנסטע פראפעסיע אין יענע צייט. וויליאם מארטאן (William T G Morton) [1819-1868), מיט זיין שותף דר. וועלס, און נאך איין דאקטאר קראפערד לאון, האבן אנגעהויבן מאכן טעסטס אויף נייטריק אקסייד, איטער, און סאלפיוריק עסיד פאר זייערע שלאף און אנעסטעטישע באשטאנדטיילן.

[center]בילד
דער דענטיסט וויליאם מארטאן[/center]

ווער גענוי איז דער ערפינדער איז א גרויסע מחלוקה אין היסטאריע, אבער אלע דריי האבן אייניג גענומען קרעדיט פאר די ערפינדונג. ווי אימער עס זאל זיין, איז אין אקטאבער 16 1846 פארגעקומען אן אפעראציע אינעם 'אפעראציע טעאטער' - ווי מען האט עס דאן גערופן, לאפוקי אפעראציע צימער, ווייל עס איז יעדעס מאל געווען א שאו, וואו עס האבן זיך באטייליגט פילע אנגעלענטע געסט.

[center]בילד
דאס איז א גאר פארצייטישע היסטארישע בילד, און איז לכאורה פון דאטום: 10-16-1846[/center]


דר. מארטאן האט מיט זיינע ספעציעלע אייגענע ערצייגטע כלים געלייגט די מאסקע אויפן פאציענט'ס געזיכט און געווארט עטליכע אנגעצויגענע מינוטן. דאן האט מען געמאכט די ערשטע שניט, און ווען יעדער האט געווארט אויף די קולות, איז וואונדער איבער וואונדער קיין פיפס נישט געווען. דורך די גאנצע אפעראציע איז קיין איין קרעכץ נישט ארויס פונעם פאציענט. ווען מען האט אים געפרעגט נאכן אפעראציע: 'נו זאג נאר, דו האסט עפעס געשפירט?', און ווען זיין ענטפער איז געווען 'ניין', האבן אלע אויסגעקראכט אין א הילכיגן געשריי בראווא מיט פיל פאטשעריי, און די נייע עפאכע פון פיינלאזע אפעראציעס איז געבוירן.

[center]בילד
א געמאלענע צייכענונג פון דר. מארטאן'ס ערשטע מאל נוצן איטער אלס אנעסטיזיע
בילד
א רעפליקע פון די אינהעילער גענוצט ביים ערשטן אפעראציע[/center]

הגם עס זענען נאך געווען רעליגעזע פאנאטיקער וואס זענען געווען נישט ניחא די גאנצע מעשה, ווי מען שפילט אויס ווייטאג וואס קודשא בריך הוא גיבט, און מען ברויך אננעמען זיין ווילן באהבה, אזויווי אן עכטער מאן, איז אבער אין 1853 די קעניגן וויקטאריע שוואנגערדיג געווארן מיט פרינץ לעאפאלד, און די קעניגן האט פארלאנגט א ווייטאגלאזע געבורטס שטיין. מען האט איר געגעבן די אנעסטעטישע קלאריפארם, און געבוירן למזל טוב אן קיין ווייטאג. פון דאן און ווייטער האבן אלע פרויען פון לאנד פארלאנגט קלאריפארם, ווייל אז עס איז גוט פארן קעניגן איז עס זיכער גוט פאר מיר, און וחמת הגלחים און רעליגיעזע קלאריקאלן און עקסטרעמיסטן שככה.

[center]דער בטעות'דיגער ערפינדונג פון עקס רעי[/center]

אנפאנג 1900 האט פאסירט א אינטערעסאנטע מעשה ביי מיסטער קארל לאנדשטיינער (Wilhelm Conrad Rontgen) [1845-1923] אין אפיס. ער האט אויסגעפרואווט א גלעזערנע טוב וואס ער האט געשאפן, און אדורכגעפירט עלעקטריק פאר עקספערימענטן מיט כעמיקאלן, און עס האט געשיינט א מאדנע קאליר בלוי.
[center]בילד
דר. רענטעגן בעל מחבר העקסרעי[/center]

עס האט אים פאסינירט, און ער האט אויסגעלאשן אלע לעקטערס און אנגעצינדן די טוב. דאן נאכן שיינען די בלוי, האט ער געזען אז ער האט בטעות איבערגעלאזט אויפן טיש א פילם פלאטע, און עס האט גענומען שיינען. ער האט קודם נישט פארשטאנען וואס דא האט פאסירט, ווייל ער האט נישט געקענט אידענטיפיצירן קיין מאגנעטישן פעלד, אבער נאכן שטודירן איינמאל און נאכאמאל האט ער פארשטאנען, אז דאס איז א רעזולטאט פון א ראדיא-אקטיווע ליעק וואס איז אדורך די גלאז, און אז די גלאז לאזט איבער א ראדיאציע וואס איז קאפירט געווארן אויפן פילם פלאטע.

ער האט דאס איבערגעטון מיט זיין פרוי'ס האנט אויפן פלאטע, און ווען ער האט עס באקוקט האט ער שיעור געכאפט א הארץ שלאק. ווי זי דריקט זיך אויס, האט זי געזען איר בילד ווען זי איז טויט, נעמליך די ראדיאציע האט פענעטרירט איר פלייש און אפגעכאפט בלויז אירע ביינער און אינערליכע חלקים מיט איר קידושין רינגל, דערמיט איז געבוירן געווארן בטעות די מציאות פון 'עקס רעי' (די עקס אלס אומבאוואוסטע סארט אין אלגעבריע).

[center]בילד
די ערשטע בילד פון זיין ווייב חנה'ס האנט פלאך- דאס בילד פון טויט[/center]
בדרך אגב, איז דער ערפינדונג דער איינציגסטער באוואוסטער ערפינדונג וואס איז ערפינדן געווארן בטעות, ווען קיינער האט דאס נישט געזוכט בכלל. אבער מיט דעם אלעם האט עס געטוישט מעדיצין פאר אייביג, און די גאנצע מעדיצינישע וועלט כאיש אחד בלב אחד האט באשלאסן עס מפרסם צי זיין.

[center]די געדאנק פון באקטעריע און אנטי-באקטעריע אין דער מעדיצינישער וועלט[/center]

נאך א געוואלדיגע אנטדעקונג איז ערפינדן געווארן דורך דר. איגנאט סעמאלווייס (Ignaz Semmelweis) [1818-1865] אינעם וויענע גענעראלע שפיטאל, וואו עס זענען געווען צוויי גרופעס וואס האבן דעליווערט בעיבי'ס, גרופע איינס דורך א שטאב מיט דאקטוירים, גרופע צוויי דורך מידווייבלעך.

[center]בילד
דאקטאר איגנאט סעמאלווייס[/center]

צום באדויערן, האט דאן געבוזשעוועט אן אינפעקציע וואס מען האט גערופן 'טשיילדבעד פיבער', דאס איז געווען א שיינע נאמען פאר א שטערבליכע קרענק פון אן אינפעקציע אין די רחם, פון וועלכע זיבן פראצענט קימפעטארינס האבן אויסגעהויכט זייער נשמה - אין גרופע איינס.

אבער ווען דער דאקטאר סעמעלווייס האט זיך פאראינטרעסירט וויפיל פראצענט פון גרופע צוויי שטארבן אפ, האט ער צו זיין שאק אויסגעפונען אז דארטן שטארבן בלויז צוויי פראצענט. ער ברעכט קאפ און הענט, הלמאי זיין גרופע זענען פראפעסיאנאלע דאקטוירים וואס קענען די פאך פיל בעסער ווי מידווייבלעך, וויאזוי קען זיין אז דער מלאך המות ווייסט דאס נישט?

נאכן גוט איבערקלערן די חילוק צווישן די גרופעס, האט ער געכאפט איין חילוק: די דאקטוירים פון גרופע איינס, מאכן אויך אוטאפסיס אויף די קערפערס פון די נפטרים, און דאן נאכן פארטיגן ווישן זיי זיך אפ די הענט און קומען אריין צום קימפעטארין איר דעליווערן, אן זיך זייפן די האנט. גענוי ווי א קאר מעכאניקער וואס פארשטייט נישט פארוואס ער ברויך זיך זייפן צווישן איין קאר און די אנדערע.

ער האט באשלאסן צו מאכן א טעסט. ער האט באפוילן אלע דאקטוירים פון גרופע איינס זיך צו זייפן די הענט מיט קלארין וואסער, און קורץ דערנאך איז געפאלן די צאל טויטע צו איין פראצענט, העלפט פון גרופע צוויי. אזוי האט ער פארשטאנען די פאקט, אז באקטעריע איז אן אינפעקציע, אפילו עס איז אומזעהבאר, און אז מען נעמט אוועק די באקטעריע איז נישטא קיין אינפעקציע.

אפילו נאך די אלע ראיות אז עס איז פארהאן באקטעריע, האט מען עס געמוזט באשטימען סייענטיפיש. איין סייענטיסט, בערך צען יאר נאך סעמעלווייט, האט נישט געקענט פארשטיין פארוואס וויין ווערט פארדארבן און וואס עס פאסירט דערמיט. ווען ער האט פארשטאנען אז עס איז פארהאן אומזעהבארע באקטיריע אין די לופט, האט ער אויספרובירט צו נוצן היץ אנטקעגן די באקטיריע. און וואונדער איבער וואונדער - עס האט געארבעט און עס איז מער נישט פארדארבן געווארן. דערמיט איז נתחדש געווארן די חכמה פון פאסטעריזאציע.

[center]בילד
לואיס פאסטער, וועלט בארימט אלס ערפינדער פון פאסטעריזאציע, וואקסינאציע, און נאך[/center]

די נקודה אז עס וואלגערט זיך ארום באקטעריע אין די לופט, און דאס כאפט זיך אריין אינעם אפענעם וואונד און מאכט אינפעקציעס עד כדי מות, האבן די סייענטיסטן בכלל און דאקטוירים בפרט נישט צוזאמענגעשטעלט, אדער בכלל נישט אזוי שנעל געוואלט שלום מאכן מיט אזא געדאנק. איך רעד שוין נישט פון טוישן נידלעך צי הענטשקעס, נאר אפילו זייפן די הענט האט מען נישט געוואלט. ביז מען האט אנגעהויבן צו פארשן, הלמאי פלייש ווען עס איז אפן ווערט עס פארדארבן, און ווען עס איז וואקיום געפאקט - ווען עס קומט נישט צו קיין לופט - ווערט די פלייש נישט פארדארבן.

אין יאר 1865 איז א סקאטישער כירורג מיטן נאמען דזשאסעף ליסטער (Joseph Lister) [1827-1912] - נאכן זיך פלעטערן קאפ פארוואס א אפענע וואונד ברענגט גענגערין - אויפגעקומען מיט א געוואלדיגן איינפאל. אז אויב באקטיריע מאכט חורבנות, דאן זאל מען נוצן אן אנטי באקטיריע און מען זאל עס שמירן אויף די וואונד, ונראה מיר וועלן זען און זיך איבערצייגן וואס עס פאסירט. ויהי היום, און איינער האט זיך גאר שטארק צושניטן פון א מאשין. דער סדר אין אזא פאל פלעגט זיין - אראפ מיטן האנט, אולי וועט ער איבערלעבן.

[center]בילד
דאקטאר דזשאסעף ליסטער[/center]

איז דער דאקטאר געגאנגען זוכן אן אנטי-באקטעריע, ער האט געזוכט און געזוכט ביז ער איז אנגעקומען צו א פעלד וואו מען פלעגט נייטראליזירן צואה רותחת, דורך נישט מער און נישט ווייניגער ווי קארבאליק עסיד וואס מען פלעגט ארויפגיסן. איז ער געגאנגען שאפינג, ער האט גענומען א הויפן צוויי און געמאכט א שיינעם באלזאם דערפון, און מחליט געווען עס ארויפשמירן אויפן וואונד, ביז דער פאציענט גייט אדער שטארבן פונעם אינפעקציע - וואס וואלט ממילא געשען, אדער וועט מען געוואויר ווערן עפעס נייעס.

עס איז אדורכגעלאפן א חודש וואס דער דאקטאר האט נישט אויפגעהערט צו שמירן דעם עסיד, דער פאציענט האט געשוועבט צווישן אן אינפעקציע וואס האט פרובירט זיך צו צושפרייטן צו גענגרין, אבער דורך די שמיר איז עס וואונדערליך אפגעהאלטן געווארן, ביז עס איז אינטערגעוואקסן די נייע פלייש און הויט פון אונטער די פעיסט, און דער פאציענט האט עס איבערגעלעבט. דאס איז שוין געווען גענוג נייעס ברעכנד און נייעס ווערטפול, אז דאס זאל ווערן א חלק פון די סטאנדארט פון אן אפעראציע און וואונד-קעיר.

צוביסלעך זענען אלע עיכובים און תירוצים פארן נישט וועלן מאכן קיין אפעראציעס אוועקגענומען געווארן, און דאס האט געעפענט די טירן פאר דער פאטער פון אפעראציעס וויליאם האלסטעד, וואס האט פאר יארן לאנג געשניטן שטיקער מער און מער, אן נעמען אין אכט אז בריסט קענסער איז יא א סיסטעמיק קרענק, אזוי ווי געלען האט געשריגן און חוזק געמאכט פאר צוויי טויזנט יאר צוריק, אז אפערירן קענסער איז דער נאר'ס אפעראציע, נאר נישט וועגן שווארץ בייל, נאר ווי מיר ווייסן שוין באשיינפערליך אז עס איז ווייל קענסער איז א מעטאסטעטישע און סיסטעמיק דעזיז, וואס דר. פישער האט פובליצירט, און ווי שוין געשריבן אין די 'קענסער' סעריע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פליקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר