I would like to have a good conversation with a lot of people in the world and having fun situations and a lot of great topics about the elections and political moves and love jokes that you can be happy other people
gitgitgit האט געשריבן:I would like to have a good conversation with a lot of people in the world and having fun situations and a lot of great topics about the elections and political moves and love jokes that you can be happy other people
גוטגוטגוט דו זעסט אויס צו זיי פיין אויסגעקאכט אין עלעקשאן פאאליטיק, קום אריין מיט די פולע שטארקייט. דער עולם זיצט אנגעשפיצט דיר צון הערן.
הוא היה אומר: אל תהי בז לכל אדם ואל תהי מפליג לכל דבר, שאין לך אדם שאין לו שעה ואין לך דבר שאין לו מקום. (אבות ד)
שיכון סקווירא האט געשריבן:א גוטן. איך בין א פשוט׳ע איד, אן אייננוואוינער פון שיכון סקווירא, אונזער שטעטל איז אין די לעצטע שטיק צייט אסאך אין די נייעס, אין די אידישע און אין די אלגעמיינע, אלץ אן איינוואוינער וויל איך מיטטיילען מהנעשה-והנשמע פון אונטער די קוליסען וואס ס׳גייט פאר.
[tag][/tag]
אה, יהא בואכם לברכה. איך ווארט שוין צו הערן וואס טוט זיך מיט די וואנט. די העיליגע בי"ד האט צוגעזאגט צו בויען א וואנט צווישן מאנסי, אוון מאנסי וועט ווילן באצאלן פאר דעם.
הוא היה אומר: אל תהי בז לכל אדם ואל תהי מפליג לכל דבר, שאין לך אדם שאין לו שעה ואין לך דבר שאין לו מקום. (אבות ד)
איך בין אויפגעוואקסן MO און יעצט בין איך פאראינטערעסירט מיט די פרום יידיש רעדענדיקן וועלט. צו רעדן אין תורה אויף יידיש איז מיר א גרויסער פארגעניגן. איך וויל באקענען זיך מיט די וועלט.
איך בין שוין לאנג דא אין קאווע-שטיבל, אבער עס איז מיר קיינמאל נישט אויסגעקומען צו שרייבן דא. איך האב אסאך וואס צו פארקויפן, אבער איך האב נישט כמעט קיין איבעריגע צייט אינעם טאג.
איך האף זיך צו אנשטרענגען און שרייבן דא אביסל פון נייע רעיונות וואס פליסן אריין אין מיר.
איך בין א חסידוש בחור'ל פין איין אין צצואנציג יאר, לעבדיג אין בעטעמט, ארימגענומען מיט פילע חברים. איך ארבעט אין אן עטוואס גרויסע פירמע וואס האלט זיך נאר אין איין פארגרעסרען מיט גאט'ס ב"ה הילף. אזוי ווי אסאך פין מיינע חברים פין די 2016-1995 עפאכע, (די גרויסע טעכנעלאגיא עוועלאציא) בין איך אדורך געגאנגן פארשידענע שווערעקייטן. . . אבער וואס אימער איך זאל [נישט] האבן געטוהן, האב איך געגלייבט אין געשפירט ווי די באשעפער איז מיט מיר, אין קיינמאל איז געוועהן וואס איך האב חלילה פארגעסן פין אימען! איך האב מיר איינגעשריבען אין קאווע שטיבל ווייל איך פיל וואו דא איז דער ריכטיג ארט ארויסצוגעבן מיין שרייבן טאלאנט. גראמען אין פיוטים טוהן מיינע געפילען ארויסגעבן פילע סודות אין עפעזאדען זיי דערציילען פין מיין לעבן זיי העלפן מיך אוועק קוקן פין שווערעקייטן וואס דרייען זיך דערנעבן אין גלייכצייטיג זיי שטיפען מיר צו קאנצעטרירען אויף וואס איך טוה שטרעבן.
דער ניק וועט דינען ווי דער אפיציעלער שופר פון דער "וועקער" רעדאקציע. מיר האפן צו קענען אנגיין ווייטער ארויסצוגעבן אונזער זשורנאל פון צייט צו צייט, לתפארת כל בית ישראל.
דער וועקער האט געשריבן:דער ניק וועט דינען ווי דער אפיציעלער שופר פון דער "וועקער" רעדאקציע. מיר האפן צו קענען אנגיין ווייטער ארויסצוגעבן אונזער זשורנאל פון צייט צו צייט, לתפארת כל בית ישראל.
אני דתי-לאומי עם אהבה גדולה (לפני הכל לבורא עולם וגם) לדרכי החסידות ומחשבת ישראל ולגדולי ישראל. הראי"ה, האישיות המשפיעה ביותר על הההשקפה הדתית-לאומית (כפי שמתבטאת אצל שומרי מצוות ציוניים ולא אצל מה שקוראים "דתיים לייט" שלמעשה אינם באמת דתיים), היה נכד מצד אימו לחסיד חב"ד שהיה חסיד נאמן של מרן הגאון ה"צמח צדק" זצוק"ל. אני מתעניין מאוד בתולדות עם ישראל וגדולי ישראל ובמחשבת ישראל והשקפה יהודית ובסיפורי צדיקים, אך גם בהלכה כי בלעדיה אין חיים דתיים.
איך בין שוין א יוצא ונכנס דא אויף דעם קאווע שטיבל וועב זייטל פאר עטליכע יאר... עס איז שווער זיך אנצוזעטיגן פון די קוואליטעט פון די טאלאנטפולע און תוכן'דיגע שרייבער'ס. יעצט האב איך מחליט געווען צו צוגעבן מיין חלק בעזרת השם.