OTD מיט ברסלב

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

OTD מיט ברסלב

שליחה דורך ווייל אזוי »

די אשכול איז געווען אויף אייוועלט דורך די ניק "חסדי אבות" אבער אזוי ווי דארט האבן נישט די אשכול'ס קיין קיום ברענג איך עס דא, אזוי ווי ס'געווען דארט.
עס איז שוין געווען דא אן אשכול מלא איבער ברסלב, וואס מען האט ב"ה פארשפארט צוליב פארשידענע אורזאכן (נישט דאס ערשטער מאל...), ידידנו הרב ר' "וויל וועלן" האט שוין געעפנט דערנאך א פרישן אשכול מיטן נאמען "תורת מוהר"ן לעובדה ולמעשה", מיטן פארזיכערונג אז די קריטיקירער וועלן זיך נישט אריינמישן דא, אבער דער דאזיגער אשכול האט ליידער נישט זוכה געווען צו צופיל אויפמערקזאמקייט, ווייניג ציפיות און דעריבער אויך ווייניג קאמענטארן, היינט קען מען איר געפינען פון אונטן (אומפארשפארטערהייט).

אצינד וויל איך אויפמערקן אן ענין, איך וויל אבער נישט אז דער אשכול זאל געפינען איר ארט מיט די פריעדיגע אשכולות. דעריבער איז נישט ראטזאם דן צו זיין שיטת ברסלב בכלליות, נאר וואס עס איז נוגע צו דער הערה וואס מיר ברענגען אצינד ארויף (און אויב די הנהלה זעט נישט דעם אשכול מיט א גוט אויג, זאלן זיי דאס תיכף פארשפארן).

עס איז באקאנט אז אין פוילן איז געווען טויזנטע ברסלב'ע חסידים, וועלכע זענען געגאנגען בתורתו של רבינו מוהר"ן מברסלב זיע"א. די אלע זענען נעבעך אומגעקומען אין די גאז-קאמערן בימי הזעם און עס איז פון זיי כמעט נישט איבערגעבליבן. עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז איידערן ערשטן וועלט-קריג איז כמעט נישט געווען קיין ברסלב'ע חסידים אין פוילין. דאס אויפוואכונג צו תורת ברסלב אין פוילין האט זיך אנגעהויבן הערשט נאכן ערשטן קריג, וואס דעמאלס האט ברסלב געשלאגן טיפע ווארצלען אין פוילין, אויף די לענג און אויף די ברייט.

מען דארף באטאנען, אז דער מצב היהדות אין פוילין נאכן ערשטן קריג, איז געווען זייער אפגעשוואכט. דער ערשטער קריג האט איבערגעלאזט א שווערן חורבן און אפעקט אויף כלל-ישראל און די פירות האט זיך ליידער אנגעזען גאר שטארק נאכן ערשטן וועלט-קריג, די פרייע ווינטן האבן אוועקגעריסן מסלתה ומשמנה פון יהדות החרדית, רח"ל. דווקא אין יענע פינסטערע תקופה האט דער אור פון ברסלב אריינגעשיינט אין אידישע הערצער אין פוילין און ברסלב איז שטארק אויפגעוואכט געווארן איבעראל.

אקאראט די זעלבע פאסירט בימינו אלה:
עס איז היינט א תקופה וואס איז נאכנישט געווען זינט דעם צווייטן קריג - עת אשר הרג ה' ולא חמל על שארית ישראל. די OTD באוועגונג האט זיך מיט חוצפה געהויבן דעם קאפ, עס פאלן ליידער אוועק פיל היימישע קינדער פון היימישע שטיבער, ה"י היל"ת, עס קומט ממש צום וויינען ווען מען באטראכט זיך וואס עס קומט דא פאר אין די יעצטיגע טעג - זאל שוין דער רבוש"ע אפשטילן די מגיפה אויף כלל-ישראל.

אבער וואס עס איז העכסט אינטערעסאנט איז, אז דווקא אין די יעצטיגע תקופה פארשטארקט זיך די השפעה פון ברסלב אויף א גאר שטארקער פארנעם, אויף א פארנעם וואס מען האט נאכנישט געזען איר'ס גלייכן אין די פריעדיגע דורות. עס איז שוין היינט נישט קיין בושה צו זיין א ברסלב'ער און אפשר אפילו פארקערט. פילע יונגע בחורי חמד און אברכי משי פארמאגן א צימאון לדבר השם און קלעבן זיך מיט דארשט לדרכו של רבינו הננמ"ח, און די תופעה ווערט אלס שטארקער און גרעסער.

עס פרעגט זיך דעריבער די שאלה: איז OTD פארבינדן מיט ברסלב? - איז די תופעה פון א רוחניות'דיגע מגיפה, א סיבה און גורם פארוואס חסידות ברסלב הויבט זיך אזוי שטארק אויף? - אויב יא, וואס איז די סיבה?

על פי רוחניות קען מען דערויף ממליץ זיין, אז דער באשעפער באשאפט שטענדיג די רפואה פאר די מכה און גרייט אן דעם פתרון פאר דעם פראבלעם. ברסלב איז דאס וואס ראטעוועט טויזנטע אידן פון באר שחת און דווקא דעמאלס וואס די סיטרא אחרא איז גובר, איז די קדושה אויך גובר פון די אנדערע זייט, ארויסצוהעלפן מיט די מלחמה.

אבער פארט לאזט זיך דעבאטירן, וואס עס איז דער דרך-הטבע אין די תופעה, פארוואס ווען אימער רוחניות באקומט א ירידה, באקומט חסידות ברסלב אן עליה?

וואס איז דער פשט דערפון?

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר