דורך שרגא » זונטאג מערץ 04, 2012 12:36 am
WOW WOW WOW אזא איסור איז אנבעליוועבל. עס לאזט זיך נישט גלייבן אז די עסקנים האבן זיי אזוי אין טאש אז און קענען מאנעוורירן די רבנים גענוי ווי עס גלוסט זיך זיי.
ווי קען מען דאס מסביר זיין פאר א נארמאל קינד אז די רבנים, די גרויסע הייליגע תלמידי חכמים און פוסקים, האבן "גע'אסר'ט" נישט מער און נישט ווייניגער ווי "דער שטערן", אן אויסגאבע וואס ער ליינט שוין די לעצטע צען יאר אין זיין הויז, און יעצט האבן די רבנים מחליט געווען אז עס איז "אסור". יא, אסור. עס נישט נאר סתם געווארן פלוצלינג אסור נאך צען יאר ערשיינען אן קיין שום הסבר וואס איז יעצט אנדערש געווארן, נאר טאקע "בבל יראה ובל ימצא עד קצה האחרון". איז דאס נישט חוזק געמאכט פון זיך אליין?!
יא, איך טאטי האב די לעצטע צען יאר געליינט די "גויאישע" זאכן וואס איז בבל יראה ובל ימצא. דער היינטיגער בחור'ל וועט אזוינס קענען פארשטיין? קודם כל וועט ער פרעגן, פארוואס טאר איך נישט ליינען איבער די ראזענבערג שפיאנען אדער אז א מאנקי האט געטרייט צו רעדן? ווי קען אים דאס מסביר זיין אז אין די צייטונג מעג ער עס ליינען אבער אין א הארטע מאגאזין איז עס ממש "אסור בבל יראה"? און אויב איז עס די שפיאן אדער טעראריסט ארטיקלעך, וועט ער דאך דאס זעלבע סארט מאטעריאל אויך ווייטער ליינען אין דער בלאט און דער איד און דער צייטונג.
און בכלל, גויאי'שע נייעס און פאליטיק איז דען יא מותר? ס'הייסט אז די נייעס און פאליטיק דאס איז יא געאייגנט פאר א בחור'ל? פערזענליך מיין איך אז גויאישע פאליטיק איז צען מאל מער א גויאישע זאך און אויך ערגער פאר א בחור זיך אריינצולייגן, ווי א פשוטע אינטערעסאנטע געשיכטע ארטיקל ווי דער שטערן טוט. די גויאישע פאליטיק אין וואס א בחור'ל קאכט זיך מיט קול מבשר, איז דען איין פיצל ווייניגער פארגויאישט? און דאס איז איין נארישע מאל א חודש וואס נאכ'ן ערשטן שבת נאכמיטאג איז עס געענדיגט, ווידער די וועכנטליכע צייטונגען און די 24-שעה-קול-מבשר-ליניע זענען ממש ווי א גויאישע קאנסטענט מידיא פאר די יונגע נשמות. צי ווייל דארט ווערן די רבנים שיין געדעקט, האלט מען זיך שטיל? איז א קול קורא תורה אדער פאליטיק?
דערנאך וועט דער בחור אויך פרעגן: אז דער שטערן איז אסור, איז טאקע רובאשקין אויך א שייגעץ? עס גייט דאך כמעט סינאנים... אקעי, דזשאסט קידינג. אבער אמת'דיג, אויב די רבנים זענען מחליט אז מען טאר נישט ליינען ש.ר. ארטיקלעך, טאר מען דאך אים אויך נישט הערן רעדן... זיי האבן דאך געשריבן "בל יראה ובל ימצא"... סאו ווי גייט מען מסביר זיין אז הערן מעג מען יא און ליינען טאר מען נישט.
נאך א וויכטיגע פוינט: ווען דער שטערן האט באקומען די השגחה פון דריי רבנים, האב איך דאך זיך מחיה געווען צו ווייזן פאר מיין בחורל אז ער זאל נישט פילן ווי מיר האבן אין שטוב עפעס א "גויאישע זאך" ווי די פאשקעווילן פלעגן האמערן און שרייען, נאר עפעס וואס די רבנים געבן זייער צושטימונג. עס האט מיך געמאכט מער שפירן ווי א טאטע א בעל אחריות. אבער וואס זאל איך אים יעצט זאגן? קויפן גייט ער דאך ממילא מיך ווייטער צווינגען.
ער וועט אויך וועלן פארשטיין: טאטי, מה נשתנה היום הזה מכל הימים? לנעכטן האבן דריי רבנים געשריבן אז עס איז א גוטע זאך און יעצט אויף די זעלבע זאך קומען אנדערע צען רבנים שרייען אז עס איז "אסור בבל יראה ובל ימצא"? עס קאן דאך אזוינס נישט זיין. קודם קוקט עס אויס ווי א חוצפה, און בכלל, רבנים טוישן אזוי זייער מיינונג פון מאנטאג אויף דאנערשטאג? מ'געט ארויס אן איסור פונקט טאקע אויף דעם זעלבן אויסגאבע וואס עס האט געהאט א רבנישן שטעמפל דערויף פון דריי רבנים מיט זייערע חתימות? עס מאכט דאך ללעג ולקלס די גאנצע זאך פון א רבנישע אונטערשריפט. דאס ווייזט דאך קלאר פאר יעדן מענטש אז אלעס האט מיט פאליטיק. נעכטן האט איינער ערלעדיגט אזוי און מארגן קען א צווייטער ערלעדיגן פונקט דאס פארקערטע. עס גייט לויט די זייטיגע חשבונות וואס די עסקנים פירן? די היינטיגע בחורים און יונגעלייט קען מען נישט סתם אוועקמאכן מיט א מאך מיט דער האנט. עס דארף שטימען, עס דארף מאכן סענס.
איך האב נאך א טענה, אויב האלטן די רבנים טאקע אז עס איז בעסער פאר א בחור נישט צו ליינען, וואלטן זיי געקענט ארויסקומען מיט א "כתב הסברה", שרייבן א "רבי'שע רעקאמאנדאציע", אבער צו ארויסקומען מיט אן "אסור בתכלית האיסור" דארף מען דאך ריזערוון אזעלכע קול קורא'ס פאר די "ערגסטע זאכן" און די "גרעסטע דור פראבלעמען". די לשונות וואס זיי ניצן דא, איז דאך די זעלבע ווי ביי טעלעוויזיע. ווילן זיי דאס מאכן אייניג הארב, אמתמהה? צו שרייבן מיט אזעלכע משוגענע לשונות, ווי "ויתרחקו מהם אנשים נשים טף וזקן עד קצה האחרון" איז דאך א געלעכטער שאין כמוהו, זיי מאכן חוזק פון זיך אליין. און עס באדערט מיך באמת.
קיין "איסור" אויף דעם גרעסטן טומאה בדורינו , דעם אינטערנעט מיט די אלע סמארט-פאונס, אויף דעם אויף האב איך נישט געזען קיין רבנים אונטערשרייבן, ווי קען דאס זיין? איך בין געווען פאריגע וואך ביי א חתונה זע איך א בחור, וואס זיין טאטע איז געזיצן צוויי טישן אוועק, שפילט זיך מיט זיין "איי-פאון", אבער ואין פוצה פה ומצפצף? ווי קען זיין אז עס זענען נישטא ריזיגע פלאקאטן אז "קיין יונגערמאן זאל זיך נישט דערוואגן צו האבן אן איי-פאון!" אדער כאטש עכ"פ נאר מיט א רשות פון זיין רב אדער כאטש מיט דזשעי-נעט, אדער סיי וויאזוי די רבנים זענען מחליט. דער סמארט-פאון איז דאך באמת די זאך וואס דאס קען ממש אונטערברענגען דעם אידישן דור, און זיכער די סארט תמימות און ערליכקייט פון אונזערע עלטערן. אבער מיט דעם זענען די עסקנים נישט ביזי, די רבנים זארגן נישט אויף דעם פייער וואס ברענט אין פארנט פון זייערע אויגן, נאר מיט וואס יא? וואס איז זייער פייערדיגע מערכה מיט די הארבסטע לשונות של איסור קונם ושמתא, אה יא, קעגן דעם שטערן! און אויך אנדערע שטותים, ווי דעם עירוב אדער ליפא שמעלצער, נאר דאס איז מוראדיג וויכטיג פאר דער עקזיסטענץ פון כלל ישראל. איר קענט דאס גלייבן? קענען זיי מיט אזעלכע קול קורא'ס איינרעדן אז זיי מיינען עס ערנסט? צי ווייל זיי האבן גארנישט קעגן סטיוו דזשאבס פערזענליך, קומען זיי נישט ארויס קעגן דעם איי-פאון? נאר ווייל א היציגער עסקן האט אפגעמאכט אז ער גייט יעצט פירן א געוויסע מערכה, דארפן אלע רבנים מיטשפילן מיט יענעמ'ס געימס?
טייערע רבנים, איר ווייסט אז איר זענט די וואס האבן די אחריות צו ראטעווען דעם דור, אבער בשעת עס פאלן קרבנות און איר דארפט פרובירן מינימיזירן און אפשטעלן די מגיפה, זענט איר פארנומען צו גיסן א טעפל וואסער אויף א פלאם וואס ברענט אין די שכינות, און עס איז אפשר ניטאמאל א פלאם נאר א גאז רענטש... איר זענט אנשטאט פארנומען מיט פראבלעמען וואס זענען האלב-עקזיסטירנד, און זיכער נישט אויפ'ן אויבנאן פון "היינטיגע געפארן". איר זענט ביזי מיט זייטיגע חשבונות און אונטער דרוק פון היציגע נטורי-קרתא -סטייל עסקנים? ווייל אנדערש מאכט עס נישט קיין סענס. עס זענען דא ערנסטע פראבלעמען אויף די וועלט, זייט מוחל און הייבט אן טון צו דער זאך איידער עס איז צו שפעט. היציגע עסקנים: לאזט אפ אונזערע רבנים און לאזט זיי פירן מיט זייער אייגענעם דעת תורה, שטופט זיי נישט מיט ענקער איבערגעפלאמטע קליינקעפיגקייט!
איך ווייס נישט צי עס האט מיט דעם וואס די קהילות האבן זייערע פריוואטע צייטונגען, מאגאזינען, בילדער אלבומס און אוצרות, אדער אנדערע סיבות, אבער עס איז קיין שום ספק אז דער "איסור" האט נישט מיט דעם עצם ענין, ווייל קיין איין רב וואלט זיך נישט יעצט נאך צען יאר פלוצלינג אויפגעוועקט און מחליט געווען אז דער שטערן פירט אראפ דעם היימישן דור פון וועג. מסתמא האט דבורה פעלדמאן אנגעהויבן מיט'ן ליינען דעם שטערן, ניין?... אייגנטליך פאלט מיר יעצט איין אז דאס איז טאקע איינע פון די וויכטיגע טעמים וואס מען דארף יא האבן אזא זאך ווי דער שטערן, ווייל מרת פעלדמאן שרייבט אז זי פלעגט בגניבה זוכן צו ליינען גויאישע ערציילונגס ביכער, איז אפשר אין דעם שולדיג די אפגעריסענע לאו-קוואליטי ליין מאטעריאל וואס איז דא אין אידיש. איר טאטע איז נישט קיין סאטמארער וואס האט זיך געקאכט אין פאליטיק און דעריבער איז איר לגמרי נישט אינטערעסאנט געווען דער בלאט און דער איד. עס איז דא א מעגליכקייט אז אויב וואלט זי געהאט דעם שטערן, וכדומה, עפעס מער אינטערעסאנטע חומר צו ליינען, וואלט זי אפשר געבליבן ביי דעם און נישט געגאנגען זוכן חמצדיגע גויאישע ביכער, וואס האבן איר עווענטועל געעפנט דעם אויגן און אוועקגעפירט. דאס איז דאך אויך געווען די סיבה אין די פריערדיגע יארן פארוואס גרויסע רבי'ס האבן געשטיצט צו צושטעלן אייגענע אידישע "אינטערעסאנטע" לייען-מאטעריאל. ליידער זעט אויס ווי טייל פון די רבנים היינט פארשטייען דאס נישט און גייען מיט'ן קאפ אין וואנט. און אנשטאט די ארומיגע עסקנים וואס זאלן זיי געבן די ריכטיגע אינפארמאציע וואס עס טוט זיך רעאליסטיש אין די היימישע וועלט, גייען נאר די עקסטרעמע היץ-קעפ מיט זייערע בייסיגע ווערטער אויפשטורעמען און אנהיצן די רבנים צו טאן ווי זיי געפעלט און מאכן נאר זיכער אהערצושטעלן "קאושער דידזשיטעל קעמרעס" און אן איסור אויף דעם שטערן. רבונו של עולם, האב רחמנות און לייז אונז אויס פון גלות.
און אנאנים דערמאנט מיך א מוראדיגע פוינט וואס כ'נישט געכאפט (דאס איז אפילו אויב עס איז נישט פונקטליך די מעשה ווי ער לייגט עס אראפ): וואו איז דער בליץ אינעם איסור? מיט וואס איז דער בליץ א האר אנדערש? איך אליין האב נאך צוויי חדשים נישט געוואוסט אז עס איז בכלל אן אנדערער ארויסגעבער (ביז כ'האב עס אנגעהויבן ליינען...) , עס האט די זעלבע סארט ארטיקלעך, סאו ווי קען טאקע זיין אז די רבנים האבן אים ארויסגעלאזט? דאס קען איך פאר די וועלטס געלט נישט פארשטיין. איך וועל מסתמא אליין פרובירן אנרופן איינעם פון די חותמים, וואס איך קען אים אביסל, און אים פרעגן די ברענענדיגע שאלה. מיין געס איז, אז זיי ווייסן ניטאמאל דערפון, ווייל די פאשקעווילן די לעצטע פינף יאר האבן נאר דערמאנט דעם שטערן און די צייטשריפט... אדער מוז זיין אז די עסקנים האבן טאקע עפעס פערזענליך אויפ'ן שטערן, אבער נישט קעגן דער בליץ. אבער פון דעם בליק פון א פשוט'ן בעל הבית, וואס גייט יעצט זאגן פאר זיין בחורל אז "חלילה, בשום אופן נישט קויפן דעם שטערן ווייל עס איז אסור בתכלית האיסור און בבל יראה ובל ימצא", אבער דער בליץ, דאס איז גאר עפעס אנדערש, יענץ איז דיר ווייטער געראטן צו קויפן. וויאזוי קען מען דאס פארשטיין געבן? עס מאכט דאך נישט קיין טראפ סענס.
די אלע רבנים האבן נאך אלץ נישט מיט וואס צו זיין פארנומען אין דעם יעצטיגן דור נאר מיט ליפא שמעלצער און דער שטערן? אן "איסור", אויף היימישע ליין מאטעריאל? סאו די היימישע צייטונגען מיט זייערע אפענע פאליטיק, עקלדיגע מחלוקת און לשון הרע ווי קיינמאל בעפאר אין היימישן אמעריקע, מיט אפילו אנטי-דיינישע חוזקדיגע ארטיקלעך און אפענע עדיטאריעלס קעגן א רבי פון טויזנטער חסידים, נאר פון פארקערטן צד, דאס אלעס איז געווען כשר וישר, ניטאמאל א מחאה האט מען געהערט במשך די אלע יארן. הייסט דאס געפירט מיט ישרות און אמת? אויב נישט קיין איסור, כאטש א מחאה, כאטש ברמז, אבער ניין, גארנישט, יענץ שאדט נישט אונזערע טייערע קינדערלעך. (און כ'דערמאן זיך אז עס שוין ליידער געווען א פאל ווען נישט קיין אנדערער ווי א רבי פון טויזנטער חסידים, דער ברך משה, האט "גע'אסר'ט" א צייטונג, דער בלאט, און געדענקט וואספארא בזיון התורה דאס איז געווען) און אפילו סתם אלס די אנדערע ארטיקלעך, האבן די צייטונגען פונקט אזוי שוין געהאט יעדן סארט ארטיקל אויפ'ן זעלבן נוסח ווי דער שטערן האט, אבער זיי זאגט מען נישט קיין ווארט? אלעס ווייל זיי זענען א פארטיי און דא רעדט זיך פון אינדיווידועלע מענטשן. און דאס טראץ וואס זיי שרייען אז "מיר זענען זיך גרייט צוצושטעלן" און טראץ וואס זיי האבן א רב בישראל וואס האט געגעבן זיין גושפנקא. לשון הרע, מחלוקת און רכילות, נאו פראבלעם פאר אונזערע קינדער, אבער "וויאזוי קענעדי איז געשאסן געווארן" דאס איז די געפערליכע סם ? נאר דאס איז ממש אסור בבל יראה ובל ימצה עד קצה האחרון עד אין סוף ממש? איז דא אייינער וואס פארשטייט די תורה'דיגקייט פון אזא מהלך? קען איינער טרעפן וויאזוי צו מסביר זיין פאר זיין קינד.
איך האב מורא אזא איסור קען בעקפייערן, אזוי ווי פריערדיגע ענליכע "קול קורא'ס" האבן געטון און פונקט ווי די גאנצע פאליטיק הרג'עט יעדע ברעקל ערנסקייט פון דעם היינטיגן דור, ווייל עס הייבט אן אויסקוקן ווי זיי האבן חשבונות מיט יעדע זאך און עס מיינט נישט ערנסט, דאס זעלבע קען יעצט געשען. לאמיר זיך נישט פאפן, אויב די גראסעריס פארקויפן עס ווייטער, וועט עס נישט פאלן מיט קיין צוואנציג שטיק. און אויב גראסעריס גייען עס נישט פארקויפן, וועלן דאך אלע וואס זענען שוין צען יאר הייסע חסידים פונעם שטערן זיך זיכער נישט אזוי שנעל אפשאקלען דערפון נאר וועלן גלייך מאכן א סובסקריפשאן און באקומען אויף פאסט, וועט דאס נאר ווייטער אונטערהאקן די גאנצע זאך פון א קול קורא. עס וועט אויפטון וויפיל די מערכה קעגן דידשיטעל קעמערס. און דאס טוט מיר באמת וויי. אנשטאט אנהייבן א מעכטיגן קאמפיין קעגן איי-פאונס, וואס קען באמת אויפטון אויב מען ווייל און עס איז א מערכה וואס איז ווערט צו פרובירן מיט אלע כוחות אפילו אויב מען איז נאר 50 פראצענט סוקסעספול, אנשטאט איז מען ביזי מיט אזעלכע בעיבישע קאמפיינען ווי דעם שטערן און נאך טאקע מיט'ן גאנצן ערנסקייט און מיט די הארבסטע לשונות, וואס מאכט ליידער א פורים פון די רבנים און ווייזט פאר די בעלי בתים ווי די עסקנים פירן זיי ביי די נאז און ווי שטארק מ'קען זיך פארלאזן אויף די רבנים צו וויסן וויאזוי צו פירן דעם היינטיגן שווערן דור און מען זעט די וויכטיגע פריאריטעטן וואס ליגט די ערשטע אויף זייער אגענדע. א שאד, א שאד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך
שרגא אום זונטאג מערץ 04, 2012 3:17 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu