די נייע אפוטרופסים פאר היימישע נגינה

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

די נייע אפוטרופסים פאר היימישע נגינה

שליחה דורך moshav zekeinim »

איך האב א סך אינטערוויוס געהערט פון זינגער, קאמפאזיטארן און מוזיקער, ספעציעל פון דער עלטערער דור. איינע פון די זאכן וואס איך הער א סך פון זיי איז דער אפשיי פון גויאישע ווילדע מוזיק.

ר' אברמל פריד זאגט לעצטנס אין קול מבשר מיט א חב"ד'סקער חן: "איך זאג אלס, די גוים נעמען נישט קיין נגינה פון אונז, דארפן מיר נישט נעמען פון זיי!". ודפח"ח.

משה לאופר האט שוין אין עטליכע אינטערוויוס געווייטוגט אויף דער היינטיגער אפנויג פונם אמאליגן איידעלן נגינה "מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון די גוים!" זאגט לאופער ווי דער נציג פון מוסיקה יהודית.

יוסי גרין רעדט דאך היינט ווי אזא צדיק'ל, ער וויל ניטאמאל גערופן ווערן דער לעגענדארער מלחין, עס איז צו אומהיימש פאר אזא פארצייטישער איד ווי ר' יוסל, ער וויל בעיקר געדענקען ווי ער האט געקושט די הענט פונעם דברי יואל. א ווארעמהארציגער מלחין קען ער באשטיין גערופן צו ווערן. יוסי פארשטייט נאר צו ווארימע ניגונים מיט א אידישער טעם, און נישט צו די אלע גויאישע ניגונים'לעך. ער האט גענאשט פון חב"ד און פון ר' בעריש.

פון מונה איז אפגערעדט, וויפיל ער האט שוין צוזאמגעהאקט אויף די ווילדע נגינה אן טעם, און במיוחד אויף עךעקטאראנישער מוזיק. סיי ער און סיי לאופער זענען ממש קנאים קעגן עלעקטאראנישע מוזיק. זיי גייען בלויז פאר אמאליגע ריינע אמת'דיגע מוזיק, אן עכטער פויק, טראמפייטערס און פידעלעך.

פאר מיר זענען די ווערטער פון די אלטע הייליגע צדיקים וואס האלטן זיך מיטן פארצייטישן טעם, פשוט א געלעכטער.

ווען איך בין געווען א קינד האט מען אין אונזערע קרייזן בארעדט די בעלזע טעיפ'ס, ווייל עס האט "מאדערנע" און "ווילדע" שטיקלעך. איך קוק היינט צוריק און איך זעה אז מונה איז דארט גארנישט געווען אזא אלטמאדישער צדיק. די בעלזע טעיפ'ס האבן מיר ליב געהאט דוווקה ווייל עס איז היינטיג און אינטרעסאנט. גלייך ביים ערשטן בעלזער טעיפ (תשל"ה) האט שוין מונה פאר'גויאישט די צוויי אלטע בעלזע הקפה ניגונים מיט עלעקטאראנישע ריטעם און ווילדער פארשפיל און בריק. בכלל איז דער גאנצער טעיפ געווען א גאר פאר'גוי'אישטער און חצפה'דיגער דורך ברוך אין די היימישע וועלט. (2/4 אנשטאט דעם ביז דעמאלסטיגן 1/4). און וויאזוי האט אויסגעזעהן דער בריק פון יברכך? ופדיי השם? סימן טוב? און פארשפיל פון וישמענו?. מען פלעגט שמועסן אז די בעלזע טעיפס זענען אידישע ראדיא.

וויאזוי האט מונה געמאכט די מוזיק אויף מבד'ס נשמה אלבום? מונה איז געווען דער וואס האט דורעכגעבראכן אלע ביז דעמאלסדיגע גדרים, און געהאלטן און איין דורך ברעכן אריין ברענגענדיג נייע ריטעם'ס אשר לא שיערים אבותינו. ווער געדענקט נאך ווי טרייף דער ירושלים עד ירושתינו האט געהייסן?! משיח, לא נזוז מכאן. און יא, ער איז געווען דער ערשטער אריין צו ברענגען טראנס, ביי ישמחו פון מרדכי, רבונו של עולם פון מאמי, און יבנה המקדש פון צליל וזמר. דזשעס סטייל איז אויך נישט א זעלטענע זאך ביי אים, און סטאם סינטיסייזער ריטעם איז ביי אים געווען גאנץ אן אפטער ערשיינונג (הנה זה בא בעלז, חנוכת הבית נאדווארנע, עלה עשור יעקב מוצן). און וויאזוי ער שפילט פאר די אחים זינגבוים, עמית ליסטוואנד (אלי חוש גואלי) , דדי, ליפא (גלגל החוזר, לעולם, וועיק אפ, משה רבינו), שוואקי (בן בג בג, מה מה מה).

און מונה'ס ניגונים, זענען זיי אלע אזוי פארצייטיש? לך אתן, עוד ישמע (אין עוד מלבדו מבד), אל תתיאש, תמחה.

און יעצט צום נייעם צדיק אין פעלץ, הרב המשפיע ר' יוסף יצחק גרין שליט"א. דער וואס רעדט כל כולו פון פארצייישע נגינה, האט נישט לאנג צוריק פארפאסט דעם התקבצו, עס איז היפש א סעק... ניגון. דדא בי וואס האט געהייסן בימיו פון די גרעסטע שירי עגבים, אדם דואג, גויאיש מיט אלע מפרשים.

און ווער האט געמאכט די העכסט גויאעשע עיבודים אויף די אלע קלאב ראמאנטישע ניגונים פון יוסי גרין? אויך איינער וואס קלאגט אויף היינטיגע פארגויאישטע מוזיק, ר' משה מנחם לאופער (לייפער) נכד ר' מרדכי'לע מנדבורנה, והר"ר אלימלך. אזעלעכע פרעמדע גויאישע מוזיק ווי ער האט קיינער נישט געמאכט. ירושלים איז נאט פאר סעיל, פעלאו דזשו, דאנט הייד פראם מי.

און ר' אברהם שבתי הכהן פריד(מאן), דער וואס איז געווען דער זינגער פון רוב פון די ניגונים, דער וועמענס נגינה עס איז יארן לאנג געווען פארבאטן אין טויזנטע היימשע שטובער, דער אויף וועמען מען האט געשמועס אז ער זינגט ווי א שיקסע, ער פארשטייט שוין פשוט נישט פארוואס מען זינגט גויאישע נגינה.

א ג-ע-ל-ע-כ-ט-ע-ר
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר