די נייע אפוטרופסים פאר היימישע נגינה

אלעס איבער דעם עולם המוזיק

די נייע אפוטרופסים פאר היימישע נגינה

הודעהדורך moshav zekeinim » דינסטאג יאנואר 10, 2017 5:25 am

איך האב א סך אינטערוויוס געהערט פון זינגער, קאמפאזיטארן און מוזיקער, ספעציעל פון דער עלטערער דור. איינע פון די זאכן וואס איך הער א סך פון זיי איז דער אפשיי פון גויאישע ווילדע מוזיק.

ר' אברמל פריד זאגט לעצטנס אין קול מבשר מיט א חב"ד'סקער חן: "איך זאג אלס, די גוים נעמען נישט קיין נגינה פון אונז, דארפן מיר נישט נעמען פון זיי!". ודפח"ח.

משה לאופר האט שוין אין עטליכע אינטערוויוס געווייטוגט אויף דער היינטיגער אפנויג פונם אמאליגן איידעלן נגינה "מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון די גוים!" זאגט לאופער ווי דער נציג פון מוסיקה יהודית.

יוסי גרין רעדט דאך היינט ווי אזא צדיק'ל, ער וויל ניטאמאל גערופן ווערן דער לעגענדארער מלחין, עס איז צו אומהיימש פאר אזא פארצייטישער איד ווי ר' יוסל, ער וויל בעיקר געדענקען ווי ער האט געקושט די הענט פונעם דברי יואל. א ווארעמהארציגער מלחין קען ער באשטיין גערופן צו ווערן. יוסי פארשטייט נאר צו ווארימע ניגונים מיט א אידישער טעם, און נישט צו די אלע גויאישע ניגונים'לעך. ער האט גענאשט פון חב"ד און פון ר' בעריש.

פון מונה איז אפגערעדט, וויפיל ער האט שוין צוזאמגעהאקט אויף די ווילדע נגינה אן טעם, און במיוחד אויף עךעקטאראנישער מוזיק. סיי ער און סיי לאופער זענען ממש קנאים קעגן עלעקטאראנישע מוזיק. זיי גייען בלויז פאר אמאליגע ריינע אמת'דיגע מוזיק, אן עכטער פויק, טראמפייטערס און פידעלעך.

פאר מיר זענען די ווערטער פון די אלטע הייליגע צדיקים וואס האלטן זיך מיטן פארצייטישן טעם, פשוט א געלעכטער.

ווען איך בין געווען א קינד האט מען אין אונזערע קרייזן בארעדט די בעלזע טעיפ'ס, ווייל עס האט "מאדערנע" און "ווילדע" שטיקלעך. איך קוק היינט צוריק און איך זעה אז מונה איז דארט גארנישט געווען אזא אלטמאדישער צדיק. די בעלזע טעיפ'ס האבן מיר ליב געהאט דוווקה ווייל עס איז היינטיג און אינטרעסאנט. גלייך ביים ערשטן בעלזער טעיפ (תשל"ה) האט שוין מונה פאר'גויאישט די צוויי אלטע בעלזע הקפה ניגונים מיט עלעקטאראנישע ריטעם און ווילדער פארשפיל און בריק. בכלל איז דער גאנצער טעיפ געווען א גאר פאר'גוי'אישטער און חצפה'דיגער דורך ברוך אין די היימישע וועלט. (2/4 אנשטאט דעם ביז דעמאלסטיגן 1/4). און וויאזוי האט אויסגעזעהן דער בריק פון יברכך? ופדיי השם? סימן טוב? און פארשפיל פון וישמענו?. מען פלעגט שמועסן אז די בעלזע טעיפס זענען אידישע ראדיא.

וויאזוי האט מונה געמאכט די מוזיק אויף מבד'ס נשמה אלבום? מונה איז געווען דער וואס האט דורעכגעבראכן אלע ביז דעמאלסדיגע גדרים, און געהאלטן און איין דורך ברעכן אריין ברענגענדיג נייע ריטעם'ס אשר לא שיערים אבותינו. ווער געדענקט נאך ווי טרייף דער ירושלים עד ירושתינו האט געהייסן?! משיח, לא נזוז מכאן. און יא, ער איז געווען דער ערשטער אריין צו ברענגען טראנס, ביי ישמחו פון מרדכי, רבונו של עולם פון מאמי, און יבנה המקדש פון צליל וזמר. דזשעס סטייל איז אויך נישט א זעלטענע זאך ביי אים, און סטאם סינטיסייזער ריטעם איז ביי אים געווען גאנץ אן אפטער ערשיינונג (הנה זה בא בעלז, חנוכת הבית נאדווארנע, עלה עשור יעקב מוצן). און וויאזוי ער שפילט פאר די אחים זינגבוים, עמית ליסטוואנד (אלי חוש גואלי) , דדי, ליפא (גלגל החוזר, לעולם, וועיק אפ, משה רבינו), שוואקי (בן בג בג, מה מה מה).

און מונה'ס ניגונים, זענען זיי אלע אזוי פארצייטיש? לך אתן, עוד ישמע (אין עוד מלבדו מבד), אל תתיאש, תמחה.

און יעצט צום נייעם צדיק אין פעלץ, הרב המשפיע ר' יוסף יצחק גרין שליט"א. דער וואס רעדט כל כולו פון פארצייישע נגינה, האט נישט לאנג צוריק פארפאסט דעם התקבצו, עס איז היפש א סעק... ניגון. דדא בי וואס האט געהייסן בימיו פון די גרעסטע שירי עגבים, אדם דואג, גויאיש מיט אלע מפרשים.

און ווער האט געמאכט די העכסט גויאעשע עיבודים אויף די אלע קלאב ראמאנטישע ניגונים פון יוסי גרין? אויך איינער וואס קלאגט אויף היינטיגע פארגויאישטע מוזיק, ר' משה מנחם לאופער (לייפער) נכד ר' מרדכי'לע מנדבורנה, והר"ר אלימלך. אזעלעכע פרעמדע גויאישע מוזיק ווי ער האט קיינער נישט געמאכט. ירושלים איז נאט פאר סעיל, פעלאו דזשו, דאנט הייד פראם מי.

און ר' אברהם שבתי הכהן פריד(מאן), דער וואס איז געווען דער זינגער פון רוב פון די ניגונים, דער וועמענס נגינה עס איז יארן לאנג געווען פארבאטן אין טויזנטע היימשע שטובער, דער אויף וועמען מען האט געשמועס אז ער זינגט ווי א שיקסע, ער פארשטייט שוין פשוט נישט פארוואס מען זינגט גויאישע נגינה.

א ג-ע-ל-ע-כ-ט-ע-ר
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1540 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג יאנואר 10, 2017 8:55 am

אזוי גייט עס מיט דער לבוש אויך, דוקא דער שטריימעל און הויכע הוט וואס איז אמאהל געוועהן גוי'שע לבוש, איז היינט יהרג בל יעבור.

און בכלל איז א צריך עיון גדול פארוואס איז א אראפ געבויגענע הוט מער גוי'עש ווי אן ארויף געבויגענע. כאילו מיט דער אראפ געבויגענע וועט דער גוי דיך מער ליב האבען.

הונדרעטער תירוצים פארוואס די רעביס טראגען סאמעט, ס'איז ר"ת סור מרע ועשה טוב, גיי פארשטיי, אבער די אמת אז דאס האט דער פריץ געטראגן, און דער רבי האט אים נאכגעמאכט, זאגט מען נישט.
אישתישבי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 314
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג יאנואר 10, 2017 9:24 am

זייער שיין מושב. דוכט זיך מיר אויך אז יוסי גרין איז דער וואס האט אריינגעברענגט דעם דייטשן ליד אויף "אידן".

ס'איז מיר אינטערעסאנט צו פארשטיין, פארוואס זאגסטו אז התקבצו און דדא בי זענען שירי עגבים?
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1712
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6916 מאל

Re: די נייע אפוטרופסים פאר היימישע נגינה

הודעהדורך פליקער » דינסטאג יאנואר 10, 2017 9:45 am

ראוובן, דאס איז נאר איינס פון צעינליגע גויאיגע ניגונים וואס מבד זינגט בשם יוסי גרין, ווי למשל דעדי דער טעל מי פליז, וואס די סטייל טאטע מיטן קינד איז געגנבעט פינעם בארימטען פאסטעך, ועוד וואס איז שוין געברענגט אינעם אנדערען אשכול ולינקתו בצידו.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1565
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1037 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3180 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » דינסטאג יאנואר 10, 2017 10:37 am

לאו עכברא גנב אלא חורא גנב. וה"ה כאן.
אילו זכינו וואלטען מיר אלע געווען אויפען מדרגה פון מאזשיץ, דשיקוב, באבוב, און אפילו ר שלמה'לע זכר כולם לברכה, וואס זענען אויף א מוזיקאלישער קאליבער פון קלעססיקעל מיוזיק וכדו'. מה נעשה אז דער דור איז ריק מכל תוכן רוחני און קלעבט ענדערש צו די שחור'ישער ריטמישע מוזיק וואס אפעלירט צום נידריקען בעיס חלק פונעם מח כידוע לידעי חן - חכמת המוזיקא הרחבה מיני ים.
אבער שולדיג זענען נישט נאר די מחנכים און משפיעים וואס האבען מגדל געווען אזא דור, נאר אויך די אויבען דערמאנטע רביסטעוועס וואס טוען נישט גענוג אין דעם ענין פון מפרסם און מפיץ זיין די העכערע קלאסס אידישע נגינה און טאלאנט.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 361
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 183 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג יאנואר 10, 2017 12:18 pm

מיר איז אינטערסאנט אז כ'האב לעצטענס געהערט פון יאסעלע ראזענבלאט ווי ער זינגט די באקאנטע יודישער ניגון וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען ביי די שטיקל, ווער וועט אונז טאנצען אויפ'ן סעודה'ניו ? מרים הנביאה, אז די היימישע פראדאצירער האבען דאס אזוי דורך געלאזט. זעט אויס אז מ'האט זיך נישט געקענט אן עצה געבען אזוי ווי די ארויסגעבערס פון די יודישע זמירות וואס לייגען אריין, ווער וועט אונז נביאה זאגען ביי דער סעודה'ניו? מרים הנביאה.

אויף דעם ארויף האט דאך שמעון דזשיגאן געזאגט, וואס דארף ער משיח, כדי צו זען ווי אן אלטע יודענע פון צוויי טויזענט יאר הייבט א פיס'ל ?

עפ"ל
Occupation: I'm a florist and yes, weed IS a plant
באניצער אוואטאר
וואלווי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 911 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 864 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 10, 2017 1:36 pm

תורה ומדע: דו ביסט גערעכט. ווען איך האב דאס ערשטע מאל געהערט די שחור'יש אריגינאלע מוזיק..."רעפ"... ארויסבלעסטן פון א קאר רעדיא, האביך מיך דערשראקן. איך האב אין מיין ווילד'סטן חלום נישט געטראכט אז דאס קוואליפיצירט אלס מוזיק. אפילו די אלטע שחור'יש אריגיניר'נדע מוזיק..."דזשעזז"...האט ביי מיר קיין טעם נישט.

אויב שוין יא גוי'אישע מוזיק, האביך זייער שטארק ליעב ...קאונטרי מוזיק"... דאס איז דאך אזוי הארציג. סיי די ליריקס. און סיי די ניגונים, וויאזוי זיי ווערן געזונגען...! די שירים/ניגונים פון ווילי נעלסאן און אנדערע גדולים אין די קאונטרי מיוזיק אינדוסטרי...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 10228 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5648 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג יאנואר 10, 2017 2:06 pm

וואלווי האט געשריבן:מיר איז אינטערסאנט אז כ'האב לעצטענס געהערט פון יאסעלע ראזענבלאט ווי ער זינגט די באקאנטע יודישער ניגון וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען ביי די שטיקל, ווער וועט אונז טאנצען אויפ'ן סעודה'ניו ? מרים הנביאה, אז די היימישע פראדאצירער האבען דאס אזוי דורך געלאזט. זעט אויס אז מ'האט זיך נישט געקענט אן עצה געבען אזוי ווי די ארויסגעבערס פון די יודישע זמירות וואס לייגען אריין, ווער וועט אונז נביאה זאגען ביי דער סעודה'ניו? מרים הנביאה.

אויף דעם ארויף האט דאך שמעון דזשיגאן געזאגט, וואס דארף ער משיח, כדי צו זען ווי אן אלטע יודענע פון צוויי טויזענט יאר הייבט א פיס'ל ?

עפ"ל

כאפ א בליק:
viewtopic.php?f=34&t=9314
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1712
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6916 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:44 pm

אישתישבי האט געשריבן:
און בכלל איז א צריך עיון גדול פארוואס איז א אראפ געבויגענע הוט מער גוי'עש ווי אן ארויף געבויגענע. כאילו מיט דער אראפ געבויגענע וועט דער גוי דיך מער ליב האבען.

הונדרעטער תירוצים פארוואס די רעביס טראגען סאמעט, ס'איז ר"ת סור מרע ועשה טוב, גיי פארשטיי, אבער די אמת אז דאס האט דער פריץ געטראגן, און דער רבי האט אים נאכגעמאכט, זאגט מען נישט.


דו פרעגסט א קשיה אויף הלכות היימישיזם
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1540 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:50 pm

ראובן האט געשריבן:זייער שיין מושב. דוכט זיך מיר אויך אז יוסי גרין איז דער וואס האט אריינגעברענגט דעם דייטשן ליד אויף "אידן".

ס'איז מיר אינטערעסאנט צו פארשטיין, פארוואס זאגסטו אז התקבצו און דדא בי זענען שירי עגבים?


נישט יוסי גרין נאר דער אנדערער פארצייטישער אידל דער נאדווארנער אייניקל האט עס אריין געברענגט.

וועגן התקבצו און דדא בי, איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך קוק עס אזוי אן. אפשר די חצפה'דיגע תנועות. בכלל, יוסי גרין'ס ניגונים גייען שטענדיג אויף א הויכער פלאם.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1540 מאל


גיי צוריק מוזיק!

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 0 געסט