ווער בין איך? דאס בין איך.

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 203 מאל

ווער בין איך? דאס בין איך.

שליחה דורך חכם-לב »

אפטמאל מאכט זיך אז איך דערזעה מיך אין א שפיגל אנקעגן איבער, אדער טיילמאל ביים טרינקן די קאווע אין די פרימארגן שעות, אדער ליגנדיג אין בעט ווארטנדיג מיט פארמאכטע אויגן פאר די מלאך החלומות, באנעמט מיר אזא מחשבה אשר איננו טהורה אין איך פרעג מיך, ווער בין איך? אזוי פרעג איך מיר צו מיר אליין, נישט חלילה אז איך רעד צו מיר אליין, נאר אהן שעפשען פון די ליפן, אבער ס'איז נאך אלץ א שאלה וואס איך פרעג.

כ'רוף עס א מחשבה אשר איננו טהורה, קודם כל, ווייל בשום פנים ואופן איז מיך עס געלונגען דאס צו ענטפערן - אפילו א פשט דרך דרוש, רמז, גארנישט. און דאס טוט וויי, האבן א שאלה אהן אן ענטפער איז נישט קיין קלייניקייט. איז דערפאר איז עס איננו טהורה.

אבער צווייטנס, מער ווי דעם. נישט מער ווי דעם, נאר די עכטע סיבה פארוואס עס שטערט מיך די שאלה וועל איך אייך ענטפערן, אבער קודם ברויך מען פארשטיין וואס איז אייגנטליך די פראגע, וועל איך אייך עס צונעמען.

ערשטענס, וואס בין איך, וואס מאכט מיך פאר ווער איך בין? איז עס מיין לעצטע נאמען? די קאמבינאציע פון מיין ערשטן און לעצטען נאמען? איז עס מיין פנים ביי וואס מענטשן דערקענען מיך? איז עס דאס וואס איך טוה רוב טאג? א כולל יונגערמאן? אדער מיין פרנסה? שלאג איך דאס אפ גלייך, דאס איז דאך הבל הבלים. דאס בין איך נישט, דאס זענען זאכן וואס איך פארמאג. וויל איך קריכן ווייטער, איז עס אפשר די קאמבינאציע פון מיין לעבנסגעשיכטע? מיין יוגנט, מיינע חברים? מיינע איבערלעבענישן? מיינע עבירות? קלער איך אזוי צו מיר, רייכערנדיג א ציגערעטל אז דאס קען דאך אויכעט נישט זיין. ווייל דאס זענען דאך 'מיינע' איבערלעבענישן. ווער איז דאס די מיינע? דא האב איך זיך שוין געפילט ווי אריסטו אין 'מעטאפיזיקה'. שוין, איז וואס יא? מיינע פחדים? מיינע רצונות? מיינע חרטות? מיינע מחשבות? איז דאך ווידער א פראבלעם. דאס אלעס - וואלט מען געדרייט מיט די פינגער ביים ראש ישיבה - זענען דאך זאכן וואס זענען זיך 'מתייחס' צו דעם מענטש כדלעיל, אבער ווער איז דער מענטש?

אזויווי די שאלה איז מיך שווער געווען, האט דאס אויך געפלאגט טויזנטער חכמים, לאנדסלייט, מענטשהייט פאר הונדערטער יארן, קען זיין טויזנטער - איבער די פראגע האט מען געבויט פאבריקן פון טינט און פאפיר, אין די לעצטערע יארן האט דאס פארשמוציגט מיליאנען 'סקרינס', מען האט מיט די פארשידענע ענטפערס געבויט, פילע פיליסופישע שיטות און אידעען פון פאטריאטיזם, ספארט, סאציאלע געברויכן, געזעלשאפט, רעליגיע, איידענטעט, ס'זענען געווען אנדערע וואס זענען געבליבן ביי תיקו.

איך פון די אנדערע זייט, איך מוז דא מודה זיין, ס'רוב מאל יאג איך אפילו נישט אהן צו טראכטן פונעם ענטפער. ס'איז מיר שווער, כ'טראכט דערפון, אדער האקט איבער א מעסעדש פון א שיינע ווידיא פון א קאץ וואס איינער וואס איז אויף מיינע פילע וואטסאפפ גרופע'ס שיקט ארויס, אדער וואס עס געשעט מער אפט. כ'שלאף פלעין איין. אבער צומאל מאכט זיך אז ס'מוטשעט און עס לייגט מיר אריין אין אזא מאדנע געמיט, דאס היילט זיך אויכעט אויס מיט די צייט. מיט דעם אלעם בין איך אויך געבליבן ביי א תיקו.

איך וויל נישט אז איר זאלט א טעות האבן דא, איך פרעג נישט אנ'אדערע - אבער ענליכע - שאלה, מיט וואס די רמח''ל פאנגט אהן 'מסילת ישרים' און וואס קירקעגארד האט געפלאגט די "מה חובתי בעולמי". דאס איז א צווייטע פראגע פאר א צווייטע געלעגענהייט. איך וויל פארשטיין ווער בין איך? נאך איך וועל מיך דאס פארענטפערן, מהיכי תיתי אז די מה חובתי וועט נאך זיין שווער?

איין טאג, בעסער געזאגט, איין נאכט, זיצנדיג אזוי אין טראכטנ'דיג איבער די וועלט-בארימטע שאלה, טראכט איך אזוי, דאס איז אלעס אזוי ביני לבין עצמי. אפשר איז גאר נישט דא קיין איך? איך וועל דאס פראבירן מסביר זיין בעסער. אפשר ''כלפי דעם מענטש'' עגזיסטירסטו נאר אין די אלע חומר'דיגע זאכן, יא, דיין זשאב, יא דיין אויסזען, דאס ביסטו, ס'איז נישטא מער ווי דעם. 'האדם יראה לעיניים, והד' יראה ללבב'. און אזוי קלער איך מיך מער און מער, און ס'פאנגט מיר אן צו פארענטפערט ווערן...

אל תאמין ב'עצמך' עד יום מותך. גלייב נישט אז ס'איז דא אן ''איך''. די ביסט גארנישט, די ביסט נאר וואס די מאכסט פון דיר.

רוב פון אונזער תרי''ג מצוות ''פארלאנגען'' פונעם מענטש ער זאל טוהן, מצוות מעשיות, פארוואס? פארוואס זאלן מיר נישט זיצן פארמוח'ט אויף א פעלד ווי קאצקע חסידים און שרייען אין עוד מלבדו? פארוואס דאס לייגן תפילין און שחט'ן בהמות? נאר דאס וואס א מענטש טוט דאס ווערט ער, אדם נפעל כפי פעולותיו, איז ער מקבל עול מלכות שמים און ער טוט רצון ה' דעמאלטס ווערט ער ג-טליך. אויב נישט וועט אים די אלע הפשטות נישט העלפן. ג-ט לית ביה תפיסה כלל, ג-ט איז טראנסידענטעל, קענסט אים נישט משיג זיין. עבודה זרה קענסטו משיג זיין. אבער אויב ער ווייסט צו זיך מכניע זיין צום תורה וועט ער זיין דאס. דאס ביסטו. ווילאנג א מענטש לעבט איז ער נישט פארטיג, ער פארבט א פעינטינג וואס ענדיגט זיך צוזאמען מיט זיין לעבן. ער דארף שטרעבן אנצוקומען צו די שלימות, (רמב''ם אין מורה פארברייטערט די נושא פון דרגות אין שלמות - אי''ה עוד חזון), עס איז נישטא קיין פארטיגע ''איך''. אבער די חומר'דיגע איך, איז חומר'דיג.

קהלת מוטשעט זיך, וואס בין איך? א חכם? דאס איז הבל, אנ'עושר, דאס איז אויכעט הבל. הוליען? אויכעט הבל. א באלאנס? עת לנטוע ועת לעקור נטוע? ער מוטשעט זיך פונקט ווי איך האב זיך געמוטשעט. וואס ענטפערט ער? -העלפטס מיר אלע ארויס - את אלוקים ירא, ואת מצוותיו שמור "כי זה כל האדם" . דאס בין איך, און דאס ביסטו. דאס איז נישט אידישקייט, דאס איז מענשהייט.

שלאפטס רואיג.

וויאזוי קען מען פארלאנגען א זאך וואס מען דארף וועלן, אין אנדערע ווערטער, וויאזוי קען מען פארלאנגען פון א מענטש צו זיין אנ'עובד השם? איבער די פראגע זענען אויך מענטשן געגאנגען קויפן נאך טינט, פון חכמי ישראל און להבדיל חכמי האומות. העגעל טענה'ט "צייט-גייסט" , שאפנהאער זאגט ''דאס ווילע צום לעבן'', אין יהדות זענען דא נאך געדאנקען, און ס'איז דא נאך אסאך צו שרייבן איבער דעם, אבער ליידער ווייניג צייט יעצט.

תשואות חן צו מ. וואס א חלק פון די געדאנקען זענען ארויסגעקומען בשעת'ן דורכטוהן נושאים מיט אים.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר