פארוואס הייסן גוים גרעסערע שונאי ישראל ווי אידן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

פארוואס הייסן גוים גרעסערע שונאי ישראל ווי אידן?

שליחה דורך moshav zekeinim »

מיר זענען צוגעוואוינט צו לייגן א סטעריאו טיפ אויף "גוים" אז זיי זענען שונאי ישראל. ספעציעל ווען עס קומט צו די פעלקער וועלעכע האבן א סך צרות אנגעטון די אידן, אזוי ווי די פארצייטישע שפאניאלן, די רוסן, און די דייטשן.

עס ווייסט אבער יעדער רעכטדענקיגער מענטש, אז דער עמך גוי האט פיינט געהאט דעם איד נאר ווייל ער איז געהעצט געווארן דורך דעם גלח, טייל גלחים זענען געדרוקט געווארן דורך די העכערע אטאריטעטן, און מלכים ושרים זענען אין רעזולטאט פון די העצעס געדרוקט געווארן צו זיך באגיין שלעכט צו די אידן.

דער זכרון יעקב שרייבט אז דער רוס איז בטבע א גוטער פריינדליכער מענטש, נאר צוליב די העצעס או די שווערע מצב אין וואס מען האט זיי געשטעלט זענען זיי שלעכט געווארן. אויפן פאלאק שרייבט דאך שוין דער רמ"א ווי גוט ער איז, און וויפיל רעספעקט ער האט צום איד. הכלל, זעהען מיר אז רובא דרובא שונאי ישראל זענען א רעזולטאט פון העכערע פאליטישע אנדרייערס וועלעכע האבן אדער געהעצט אדער געלייקט דרוק זיך צו באגיין ברוטאל צום איד.

יעצט לאמיר כאפן א בליק אויפן איד אליין וויאזוי ער פירט זיך אין אזא מצב. די הלכה זאגט טאקע אז דיין בלוט איז נישט רויטער ווי דיין חבר'ס און קיין שום דרוק ערלויבט דיר נישט צו זיין ברוטאל צו דיין אידישער ברודער, און קיין שום סעלעקציע איז נישט ערלויבט.
האבן טאקע אלע אידן מקיים געווען דער הלכה און נאטורליכער ברודערליכקייט, אדער האבן זיי זיך געפירט ווי דער שכן דער פרעמדער גוי אין אזא מצב און פארקויפט זיין נשמה צום שטן צוליב העצע אדער דרוק?

לאמיר נישט אריין גיין ווען די העצע איז געקמען דורך אייגענע, ממך יצאו, ווען אייגענע פרנסים און קהילה פירערס האבן משום איזה סיבה מתיר געווען די בלוט פון די אייגענע ברודער פאר פאליטישע סיבות, מיטן לייגן אויף יענעם א שווארצן ליילעך פונקט ווי די איוול גלחים, און אין רעזולטאט האט די עמך געהאט א טייל אין צוטרערטן א מענטש בגוף ובנפש. אזעלעכעס זענען ליידער פארגעקומען אפט.

אבער לאמיר כאפן א בליק ביי די צייטן פון די קאנטעניסטן ווען גוים האבן דער שרעקליכער גזירה פון קינדער פארכאפונג ארויף געלייגט, און אייגענע פרנסים זענען געווען די וואס האבן געהאלפן דערמיט, זיי האבן געזעהן אז די ארימע זאלן פארכאפט ווערן כדי די עטליטע זאלן געראטעוועט ווערן. כדי צו ראטעווען די עליטע האבן זיי גענומען אן אקטיווער טייל אינעם פארכאפונג. די זאכן זענען דאקומענטירט קליפ און קלאר, און אזעלעכעס זענען פארגעקומען אין די טויזנטער. נו, זענען אונזערע אייגענע אידישע ברודער בעסער פון דעם פרעמדער גוי וואס טוט שלעכטץ פאר די זעלבע סיבה, זיך צו שיצן.?

און וואס טוט זיך מיט די קאפאוס? יא, דא רעדט מען פון מאדערנע אידן, אידן וואס האבן פארקויפט די נשמה פארן שטן פאר זיך צו רעטן. אבער זענען אט די אידן בעסער פון די דייטשן אדער פאלאקן וואס האבן פארקויפט די נשמה פארן שטן כדי זיך צו רעטן? איך זעה דא נישט וויאזוי דער גוי איז מער שונא ישראל ווי דער איד אויף זיין אייגן פאלק. יא, דער איד וועט זיך האלטן צוזאמען מיט אנדערע אידן ווילאנג דאס וועט אים העלפן פאר זיך אליין, אבער טאמער נישט, איז ער דען בעסער פונעם גוי אויף זיי אייגענע פאלק.

אין כאן אוהב ישראל ושונא ישראל, איך זעה ליבערש א הויפן מענטשן וואס זיכן צו ראטעווען אדער באקוועם מאכן זייער לעבן, צו איז ער א איד צו איז ער א גוי. על כן וואלט געווען מן היושר אז אנשטאט צו פוינטן אויפן "גוי" וואס האט פיינט דער "איד", זאל פוינטן אויפן מענטש וואס פאר פרעשור און לייכטזיניגקייט לייגט ער אוועק אנן אנדערנס לעבן.

נאר איינער וואס קען זיך אויפטון אז קיין שום פרעשור אין די וועלט וועט אים נישט באוועגן שלעכט צו טון זיין אידישער ברודער, נאר אזא איינער קען זיך גרויסן אז ער איז נישט קיין שונא ישראל. אבער וויפיל אזעלעכע אידן זענען דא?
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר