עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

[justify]די זון שיקט אירע ערשטע שטראלן. דער געדרענג ווערט שטערקער און שטערקער מיט יעדער פארבייגייענדער מינוט. דער עולם רייסט זיך אריין צו גיין אין געריכט זאל, מיטצוהאלטן פון דער נאנט דעם שפאנענדן ספעקטאקל. און פלוצלינג, דער רבי אליינס איז דא! דער רבי אין באגלייטונג פון א מאסע חסידים, ווענדט זיינע טריט צום געריכט אריינגאנג. עס ווערט א געדרענג, אבער די פאליציאנטן שטייען פעלזן פעסט. בלויז דער וואס פארמאגט אן איינטריט- קארטל, וואס די גאר טיכטיגע האבן זיך פארשאפט פאר גרויס געלט, זענען ערלויבט אריין צו גיין אינעם געריכט-זאל.

דער זייגער קלאפט נאנט פאר צען. דער געריכט גייט שוין אנהויבן די ערשטע סעסיע.

עס שפאנט אריין א פרוי אויסגעפיצט פון קאפ ביז פיס. זי איז איינגעהילט אין א טייערן מאנטל, געקליידעט אין עלעגאנטע קליידער, טייערע שטיקער צירונגען, מיט אמעריקאנער ברילן אויפן פנים, און א היטל אויפן קאפ. דער רייכער פרוי - א רעבעצין גאר - איז דא פאר עפעס דרינגענד. אזש זי קען זיך נישט צוריק קערן צום טאג טעגליכן לעבנסשטייגער, און איז דערפאר געקומען צו פארן דעם שווערן וועג מעבר לים, פונעם ווייטן אמעריקע.

דער טאג איז פעברואר 1927 ,28. דער לופט פון ראדימנא צו פשעמישל איז אויף א הויכע דרוק. היינט הייבט זיך אן א געריכט, וואס מאכט זיך גאר זעלטן - אויב בכלל. אין געריכט וועט אנטשידן ווערן די קלאגעס פונעם געערטן ראדימנער רבי'ן - וואס דינט אין צוגלייך אויך אלס שטאט'ס רב אין ראדימנא, אנטקעגן א פרוי פון אמעריקא, וואס שאנטאזשירט אים. פון דארט און ווייטער, וועט זיך ציען די געריכט קלאגעס אנטקעגן דעם גרויסן "וואונדער ראבינער", וואס האט אנגעבליך געפאטשקעט א בלאטע אינעם ווייטן אמעריקע.

דער געריכט אנטשפרעכט צו זיין העכסט אינטערעסאנט.

[center]דאס שטעטל ראדימנא[/center]
דאס שטעטל ראדימנא, אין פוילן, איז פלאצירט אויפן מאפע אונטער די יארעסלאווער גיבערניע, ביי די סוב-קארפאטן פראווינץ. ס'געפונט זיך א שפאן אריבער פון די גרויסע שטעט פשעמישל און יארעסלאוו, און נאנט צום טייך סאן. דאס שטעטל ראדימנא איז שוין באוואוינט פאר צענדליגער צו הונדערטער יארן, און איז פאר יארן געווען א צענטער פאר סוחרים צו טון מסחר, האנדל וואנדל.

רעדים (ווי דער שטאט הייסט אין אידיש) איז אפט געווען פארמישט אין שלאכטן, און צוליב איר טעריטאריאלער סטאטוס זייענדיג אויפן גרעניץ מיט אוקריינא, איז זי אפט געווען א צענטער פונקט פאר קריג, געפונענדיג זיך נישט ווייט פונעם שטאט פשעמישל. ווען עס איז פארגעקומען ביטערע שלאכטן ביים ערשטן קריג איבער פשעמישל, איז איר שכן ראדימנו נישט פארשוינט געווארן.

אום מאי דעם 23'סטן אויפדערנאכט, האט אויסגעבראכן אין שטאט די באקאנטע "בעטל אוו ראדימנא". א קאמפ צווישן די רוסישע בריגאדע געפירט דורך גענעראל 'אלעקסי בראסילאוו', און דער דייטשער אכטער בריגאדע געפירט דורך גענעראל 'אוגוסט וואן מאקענסאן'. די רוסן האבן טאקע געזיגט אין פשעמישל, אבער דא אין ראדימנו זענען זיי געכאפט געווארן אין סורפרייז אטאקע. די עסטרייך-אונגארישע מיליטער האט העפטיג באמבאדירט די רוסן, וואס האבן באין ברירה געמאכט א ריקצוג, דערביי אפשניידענדיג דער קריטיש וויכטיגער בריק אריבער די טייך סאן.

[center]
Radymno 3.jpg
Radymno 3.jpg (16.03 KiB) געזען געווארן 20309 מאל
דער שטאט אין חרבנות[/center]

די שלאכטן איבער דעם קליינטשיג שטאט, איז געווען טעריטאריאליש א קריטישע. דער שלאכט אין ראדימנו האט אריינגענומען אין זיך אזויפיל ווי: זיבעציג אפיצירן, ניין טויזענט קעמפער, צוויי אין פופציג קאנאנען - צען דערפון שווערע ארטילעריע. ווי פארשטענדליך, האט אזא שלאכט מער ווייניגער צוגרינד געלייגט דאס שטעטל, און איר געלאזט אין א הויפן ברוכווארג.

דער שטעטעל פארמאגט היינט צוטאגס עטליכע טויזענט נפשות. 5,501 צו זיין מער פונקטליך. היינט וואוינען דארט כמעט נישט קיין אידן. אבער אין די יארן פון וואס מיר רעדן, איז דער שטאט געווען באוואוינט מיט א ריזיגער אידישער קהילה, אייגענטליך - 1,250 אין צאל, כמעט האלב פון די שטאט'ס פאפולאציע. די צווייט גרעסטע געמיינדע נאך די רוימישע-קריסטן זענען געווען די אידן.

רוב אידן זענען געווען פרומע אידן. הגם אסאך אידן זענען געווען ציוני'סטן, איז אבער די שטימונג אין שטאט אין מערסטנסטייל געווען א פרומע.

דער רב אין שטאט איז געווען הגה"צ רבי שמואל שפירא. רבי שמואל האט דינענדיג אלץ רב גלייכצייטיג געדינט אלץ רבי פאר פולע חסידים, ידידים, און ראדימנער לאנדסלייט. דער רב איז
געווען גאר רעספעקטירט אין שטאט, זייענדיג באקאנט אלץ אן ערליכער און גאט'ס פארכטיגער מאן.

[center]
Radymno 2.jpg
א ראדימנער אידל אין צענטער פונעם הויף פארנט פון שול[/center]

רבי שמואל שפירא איז א רעכטער בן אחר בן, און ממשיך, פונעם הייליגן בני יששכר פון דינוב זי"ע. צוגלייך איז זיין עלטער-עלטער-שווער געווען דער הייליגער קאזשניצער מגיד זי"ע.

רבי שמואל איז געווען א זון פון דער לאנצוטער רב רבי מנחם מענדיל פנחס זצ"ל, וואס נאך די פטירה פון זיין טאטן דער "יודעי בינה" מלאנצוט, האט ער געדינט אלץ לאנצוטער רב צוזאמען מיט זיין ברודער רבי שמחה (הקובעת
פרשה לעצמה). דער יודעי בינה זעלבסט, איז געווען א זון פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע.

אין יונגן עלטער פון 16 יאר, האט רבי שמואל חתונה געהאט מיט הרבנית רחל דער טאכטער פונעם גלאגוב'ער רב. צוערשט האט ער געוואוינט אויף קעסט ביי זיין שווער אין גלאגוב, וואו ער איז געווען א רב דארט אין שטאט. נאך עטליכע יאר האט ער זיך געצויגן קיין ראדימנו, ווי ער האט אנגעפירט מיט די רבנות פאר אריבער דרייסיג יאר אין דעם גרויסן קהילה אין שטאט.

ווי עס פאסט פאר אזא יחסן, האט ער טאקע געטון גאר לייטישע שידוכים מיט זיינע זיבן קינדער.
צווישן זיי: זיין איידעם רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם, א זון פון רבי משה'לע שיניאווער. זיין איידעם דער גארליצער רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם (פון אמעריקא). זיין איידעם רבי מנחם מענדיל קלינגבערג, דער זאלאזשיצער רבי'ס א קינד.
זיין זון רבי יעקב יוסף, מיטן טאכטער פון ראדלובער רב אין טורנא. געוואוינט אין לאנדאן. און צוויי טעכטער אין די רייע: מינדל, און יהודית'ל שפירא.

דער ראדימנער רבי'ן איז נפטר געווארן י"ט שבט תרצ"ח. צוענדיגענדיג זיינע לעצטע יארן אין א ביטערע פארפאלגעניש.[/justify]

וואס טראכט דעם רבי'נס טאכטער, ווען
זי עפנט א פאסט בריוול, און זעהט דערין סם
פילעכלעך וואס די טאטע ברויך געבן פארן מאמען?


וואספארא טונקעלע געשעפט מאכט דער
ראדימנער רב אין א געריכט הויז אין די בראנקס?


המשך יבוא אי"ה

דער אשכול פארמאגט 135 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר