די שובבי"ם טראמא

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

די שובבי"ם טראמא

שליחה דורך משה לייזער »

דעם מוצש"ק זענען זיך צאמגעקומען אין אסאך בתי מדרשים צענדליגער תמימות'דיגע בחורים אין יונגעלייט צו וויינען אביסל ביי די געדעקטע טישן וואס איז נאך אנגעשמירט פון די שמאלץ הערינג וואס מען געטיילט ביי של"ס און איז נאכנישט געהעריג אויפגעקלינט געווארן פון שלש סעודות, אויף די שובבי"ם טעיפ'ס וואס איז איבערגעבליבן פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע.

איך וויל נישט ח"ו פוגע בכבוד פונעם הייליגן סאטמאר'ן רב זי"ע וואס הכל מודים אז ער איז געווען פון די צדיקים אין די פריערדגע דור צוזאמען מיט נאך אסאך צדיקים וואס איז אונז איבערגעבליבן פון די צווייטע וועלט מלחמה, וואס פארשטייען מיר דען צו זיין הייליגן הארץ וואס האט געקאכט ווי א קעסל ווען עס איז געקומען צו עניני קדושה, נאכדערצו ווען מען שטעלט דאס צוזאם מיט די חורבן פון ציונות וואס אין זיינע הייליגע אויגן אין זיין איידל הארץ האט נישט געקענט פארטראגן דאס אז ביאת המשיח איז אפגעשטופט געווארן צוליב דעם אומדערהערטן חוצפה אז אידן האבן גענומען א מדינה פאר די צייט, און ער האט מיט אלע כוחות פראבירט אז כאטש זאל מען אים נישט ווייטער אפשטופן דורכ'ן זיך נישט אפהיטן בעניני קדושה ומי יבוא אחר המלך.

אבער די טראמא וואס ווערט אריינגעלייגט אין די קליינווארג און דאס קליינקעפיגקייט וואס הערשט צווישן דעם עולם איבער דעם ענין דאס איז שוין עפעס וואס איז ווערט א שטיקל אנאליז.

נו מילא די סאטמארע אידן וואס געדענקן נאך די אטמאספעיר וואס האט געהערשט בשעת ווען דער סאטמאר רב זי"ע האט געזאגט תורה אין זיינע הייליגע דיבורים האבן אריינגעדרינגן עד דיכדוכו של נפשם בבחינת דברים היוצאים מן הלב נכנסים ללב, נו די טיעפ'ס ברענגט זיי צוריק צו דעם אטאספעיר כל הכבוד פאר זיי איך פארשטיי זייער הארץ.

אבער פאר די בחור'ליך וואס הייבן ניטאמאל אן צו ווייסן וואס שובבי"ם איז אלל עבאויט, און דער סאטמאר רב האבן זיי אויכנישט געקענט, פארוואס גייען זיי הערן די טעיפט'ס? זיי האבן ליעב אביסל צו וויינען?! צו מיינען זיי אז ווען זיי וועלן זיך זייער שטארק דרוקן וועט אפשר ארויסקומען פון זייערע אויגן אביסל טרערן צוזאמען מיט א גענעץ פון זייער מויל וואס וועט זיי מאכן שפירן אביסל בעסער אז זיי זענען אמת'דיגע פיינע בחורים?!

פארוואס דארף א בחור מיינען אז ער הייסט א פיינע בחור נאר אויב ער הערט די טיעפ'ס פונעם רבי'ן און וויינט מיט מיט אים אין די זעלבע צייט וואס ער פארשטייט אליינ'ס נישט פארוואס דער רבי וויינט אזוי?!

זיין רבי אין חדר אדער מגיד שיעור אין ישיבה איז ביזי מיט רציפות אין שובבי"ם, מען הרג'ט אויס די בחורים יותר מכפי כוחותם פון א פיזישע שטאנדפונקט מיט ליל שישי'ס און א רציפות קאנטעסט, און נאכדערצו געט מען זיי אביסל צו קאסטן וואס דאס מיינט אביסל אימאשענעל טראמא מיטן זיי מאכן שפירן אז עס קומט שוין ווייטער די טעג וואס מען מעג זיך נישט רורן, זעהט אויס אז דאס אפאטעמען נאך יום כיפור איז נאר געווען צייטווייליג ווייל יעצט קומט זעקס וואכן רציפות

ווען וועט מען שוין מאכן אונזערע קינדער שפירן אביסל מער באקוועם מיט זייער אידישקייט, אידישקייט האט גארנישט מיט דעם אז אונז זעמער פול מיט עבירות, דאס איז א קריסטליכע טהיאלעגי, אידישקייט דארף זיין מיט א געשמאק, דער שפראך דארף זיין אז מיר זענען טאקע נישט קיין בני אדם השלמים אבער, יעדע קלייניגקייט וואס מען טוט איז גרויס עד אין ערך, די דגוש דארף זיין אז שובבי"ם איז א צייט וואס מען האט א געלעגנהייט און א תיקון איז אסאך גרינגער ווי א גאנץ יאר נישט א צייט וואס מען דארף איבערקנעטען אלע שטינקעדיגע צואה וואס מען האט געטוהן א גאנצע יאר, און האלטן אין איין וויינען ווי ווייט מיר זענען נעבעך פון אמת'ע תשובה

דאס איז נאר א אויסבראך וואס איך האב נישט געקענט איינהאלטן אין מיר

דער אשכול פארמאגט 58 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר