פילפארביגקייט ביי קבלת שבת

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 203 מאל

פילפארביגקייט ביי קבלת שבת

שליחה דורך חכם-לב »

נישט צו לאנג צוריק בין איך געווען אויף שבת א גאסט אין א היימישע חסידישע שטאט, איך בין געווען געוואוינט צו הערן אז דא זענען אלע ס'זעלביגע, ס'איז מיר געווען אינטרעסאנט צו צוזען די הלוך ילך, איך בין אליינס איבעראשט געווארן פון וויפיל קאליר, פארשידנארטיגע אידן זיצן אין איין בית המדרש, איך בין איבערצייגט אז איך האב טעותים געהאט איבער די נאטור פון די אלע אידן, און דאס וויל איך אייך דא דערציילן, אזוי האט אויסגעזעהן מיין ערשטן איבערלעבעניש אין די חסידישע שוהל ווי איך האב געדאוונט פרייטאג צונאכטס.

איך קום אריין אין בית המדרש, ס'שמעקט עפעס אן ערבוביא פון די פאריגע וואכעדיגע שאלעשידעס און די מארגענדיגע קידוש, הערינג מיט קוגל, לעבערלעך מיט חרוסת, איך פאנג מיר אן אזוי אומקוקן ווי א גאסט, אזוי קומט דאך, איך גיי אזוי ארום אין דעם בית המדרש, צום ערשט פאלט נאטורליך מיין אויג אויפן ארון הקודש, א שיינער שטיקל, זעהט אויס ווי האנט ארבעט, איך גיי אהין מיט שטייט-געמאכטע טריט, איך לייג מיין הענט אויפן ארון הקודש, איך רייב דערויף ווי א מבין, ווי איך וואלט געבוירן געווארן אין א מעבל געשעפט, איך טראכט שוין נישט פונעם ארון הקודש, יעצט טראכט איך פון דעם איד וואס קוקט אזוי מאדנע אויף מיר און ער קומט מיר אנטקעגן, סך הכל האט ער נאר געזאגט שלום עליכם, נישט געפרעגט צופיל שאלות, זיין מזל, ווייל איך וואלט אים נישט צופיל געענטפערט.


איך גיי ארויס צום פארצימער, קוק מיך אזוי אום אויף די ווענט צו ליינען און 'ארויסהאבן' דער צוגאנג דא, ווער איז דער נדיב און ווער איז נאר דער נגיד, ס'הענגט א דאנק פאר א געוויסע ר' ניסן שרייבער פארן מנדב זיין קאווע, א צעטל פון זמנים, א צעטל וועגן די שיעור און די בית הוראה, ס'הענגט דא אויך א גרויסע מאפע פון די 'זיצן', אפשר כדי מענטשן זאלן זיך נישט פארלירן, אבער מסתמא כדי אזעלכע געסט ווי מיר זאלן זיך נישט אוועקזעצן אבי ווי, אינמיטן אזוי ליינענדיג, הער איך פון אינעווייניג ווי דער רב - גראדע מיט א בא'טעמ'ט קעלעכל - איז צוגעגאנגען צום עמוד, און האט אנגעהויבן מיט'ן אור אלטן נוסח ''הודו לד' כי טויעוו כי לעולם חסדו''...

איך גיי צוריק אריין אין שול, איך נעם מיך א סידור'ל און האנט, און איך הייב אן ארומשפרייזן זוכנ'דיג א באקאנט פנים, אדער סתם כאפן די 'מצב', אפשר גאר טרעפן א ליידיג ארט ווי זיך אפצורוען פון די ששת ימי המעשה, גייענדיג דערקען איך א יונגערמאן, אביסל א רויטליכער, סיי די פנים און סיי די בארד, א נישקשה'דיגן פעשליכער, א רעדוועדיגער, מאכט א רושם ווי אנ'ארבייטער, נישט מאכט א רושם, איך ווייס גראדע פאר וועמען ער ארבעט, איך ווייס ווער ער איז, איך קען אים נאר פון אינמיטן וואך מיט א 'דשעקעט' אין די ווינטער, און קורצע ארבעל אין די זוממער, יעצט זעה איך אים שבת צו נאכט דא פונקט קאפויער, א ססגונה, מיט א ווייסן וועסטל, א רעשוואלקע, א גלאנציגע שניי ווייסן שאל, הויזן-זאקן, שבת'דיג, ער זיצט גלייך פון אנהייב, פון די פני הקהל, דאס הייסט כמעט ביים אויבן אן, איך זעה ווי ער זאגט שיר השירים אויפן קול, א דיקע שטימע, מילה במילה, ווארט ביי ווארט, איך זעה אז ער איז א יונגערמאן מיט תוכן, אזוי האב איך שוין אויכעט אמאל געהערט, ער זאגט שיר השירים ווי איינער וואס קען די רש''י דערויף, מלא געגועים לאבינו שבשמים, כ'קלער אזוי צו מיר, צומאל קען דער אויג זיין א שלעכטער ריכטער...

אביסל ארויפצוער, זיצט א מיטל-עלטער'ן איד, מיט א מיטל-עלטער'ן שטריימל, מאכט א באלאבאטישן איינדרוק, גייט אין א טיש-בעקיטשע, מיט א שטיקל בויך, האט אפאר זילבערנע האר אינעם קליינעם ציגן-בארד, אונטער זיין סידורל ליגט א שוטנשטיין מסכת מגילה, ער האט שוין אפגעזאגט ביז נאך אשרי, ער שטייט מיט א 'גליון' אין די האנט, זעהט אויס ווי ער קוקט זיך פאר עפעס א 'דבר תורה' נאכצוזאגן פאר זיין תכשיט'ל וואס איז נארוואס געווארן אן 'עובד' און שאקלט זיך אריין אין סידור מיט נאסע פאות פון מקוה וואס זעהן אויס ווי רצועות של ראש, מיר זעהט אויס ווי דער טאטע שעפט נחת און גיסט אויס טרערן, ער האפט אז דאס איז אלעס א דורכגאנג, און א שנעלע.


איך גיי אביסל ארויפצוער, זיצט א יונגערמאן, קורץ ווי די פרייטאג ויגש, און לאנגע פאות ווי א שבת הגדול דרשה, א נידריגער מיט א הויכען שטריימעל, קוקט אויס ווי א קליין יונגעלע מיט א באחנ'ט פנים'ל, מיר דאכט זיך אז הערשט שמחת תורה איז ער געווען ביי 'כל הנערים' אונטערן טלית, אויף זיין טיש ליגט שוין אנ'אפען ספר, עפעס אנ'אלטן דרוק מיט אומקלארע אותיות וואס רעדט וועגן קליפת נוגה און תיקונים, אנגעטוהן מיט שמונה בגדים איז ער ווי א כהן גדול, א גרויסע שווארצע רעשוואלקע אנ'אור-המקיף, אונטער דעם א בעקיטשע מיט א גארטל עשר אמות ארכו ואמה וחצי רחבו, שאקלט זיך גאר שטארק אז מען קען הערן קולות ווי די הארטע רעשוואלקע האקט אין בעקיטשע, ער פאטשט מיט די הענט, פארגלאצט די אויגן צום דאך פון שול און שרייט איי אויי אוי-אוי-יו הודו לה' כי טוב אוי-איי-יו, און טאנצט יעדע צוויי פסוקים ווי איינער וואס מאכט איבונגען, פארטייטשט אלע ווערטער ווי איינער זאל רעדן שטום-לשון, ביי הודו גיבט ער א טאנץ, לה' ווייזט ער מיטן פינגער צום דאך, מִמִּזְרָח וּמִמַּעֲרָב מִצָּפוֹן וּמִיָּם, צייגט ער אזוי מיט די הענט, איך זעה ווי ער פארטייטשט נעבעך מים מיט אזא רחיים של יד ווי איינער שווימט, אוי טראכט איך צו מיר, וישמחו כי ישתוקו...


איך קום אן צום עק פונעם מערב וואנט, זיצן פיר יונגעלייט, קיפקען, שמועסן, לאכן, זענען אלע פון אנ'אנדערן עלטער, זיי זענען צווישן די הויכע צוואנציגער יארן און נידריגע פערציגע, אלע אנ'אנדערע געשטעל, שריימלעך מיט גרויסע קרוינען און לאנגע האר, פאר דריי פון זיי וואקסט עפעס נישט די בארד געהעריג , איך ווייס, אפשר יא, זיי שערן זיך די בארד? קען אפשר זיין. וואס גייט מיר אן וואס טוט זיך ביי יענעמ'ס בארד, לערנען דארף מען זיך אבער אויף יענעמ'ס בארד. איך בין געשטאנען נעבן זיי פאר אפאר מינוט, דאס הייסט שטילע שמונה עשרה, זיי האבן נישט מיטגעדאוונט, האב איך אביסל געהערט וואס איז זיי געליגן אויפן צונג, איינער א לאנגע לאקש האט געזען זיין בעלעבאס' קאנטע די וואך און ס'איז געליגן דארט איבער 'טו פוינט פייוו מיליאן דאללערס'' האט ער געזאגט מיט אזא ענגליש-אידיש אקצענט, געזאגט עפעס א ניבול-פה'דיגען וויץ, אלע האבן גלאכט הויעך, איך האב מיך אונטערגעשמייכלט, אפאר אידן האבן געשישקעט, איין איד האט בשעת'ן שישקען ארויפגעלייגט די פינגער אויפן ליפן און זיך אויפגעהערט צו שאקלען, ווי איינער זאגט, עטץ לאזט נישט זיך שאקלען. דער צווייטער יונגערמאן, א קליינשיגער, ער זעט אויס ווי איינער וואס האט אייביג עפיזאדן, מעשיות, געשעהנישן, ער איז געווען אין אומאן אויף ראש השנה אפאר מאל, און ער האט שוין טאקע טיקעטס פאר היי יאר אויך מיט אפאר חברים, און סיגעווען און ס'גייט זיין עפעס מורא'דיג, דער דריטער, אביסל א ווילדער, הערט נישט אויף צו 'נאק'ענען צו זיין יונגל ער זאל אויפהערן ארומטאנצן און אריינקוקן אין סידור, ער טענה'ט אז זיין שווער האט געהאט אוועקגעלייגט געלד... שוין, וואס א חילוק זייער שמועס...

איך שפאציר מיר אזוי אוועק, הער איך ווי צוויי בחור'לעך אפשר פערצן יאר אלט שמועסן איבער די מנהל, דער ערשטער מיט א הערליכן סאמעטע קאפעליטש, אלע האר שטייען מיט דרך ארץ, ער גייט אנגעטוהן אין א שיינעם זיידענעם בעקיטשע, די גארטל גראד, ליגט עטוואס לויז איבערן זיץ-פלייש, שיינע פריש געמאכטע פאות, שיינע שיך, האלט א סידורל אין האנט מיט א פינגער אינדערמיט, ער טענה'ט איידעלערהייט אז די מנהל איז גערעכט, אז מ'זאל לאזן כאפן חברותות פאר חוזר-חזרה אין קעמפ. דער אנדערער, מיט אביסל א דיקליכן שטימע, אנגעטוהן אין א קריעת-ים-סוף היטל איבער די אויערן, מיט א טיש-בעקיטשע, א הויעכער, אויכעט א דארער, מיט אביסל צושויבערטע פאות, טענה'ט אז ער איז אומגערעכט און זיין טאטע גייט רופן די מנהל. שמח בחור בילדותיך.

מ'ענדיגט מנחה, איך זעה ווי די גבאי, א איד מיט א קליינעם הויקער און א גרויסן שמייכל, עטוואס פארצייטיש, מיט אנ'אביונ'ישן איינדרוק, א שטריימל מיט זון פלעקן, מען זעהט אז דער שוהל איז זיין חיות, זיין לעבן, ער לויפט ארום א פארסאפעטער זוכן עמיצער וואס זאל צו גיין צו קבלת שבת, איך זעה ווי עטליכע אידן קלארן זיך אויס די שטימע, אטעמען, היסן, אבער ווייזן ווי גלייך ס'אינטרעסירט זיי נישט ס'גאנצע זאך, עפעס א איד א גרויסער שימפפער זעהט זיך אויס פארפירט וועגן עפעס וואס איז געשען פארגאנגענע וואך, צום סוף האט זיך דער גבאי איינגעבעטן און געפויעלט ביי א איד מיט אן איינגעפאלן פנים און א לא יוצלח'דיגן געשטעל, וואס האט נארוואס געזאגט אז ער איז זייער פארקילט...

איך געפין מיר א פלאץ נעבן א איד וואס לערנט יעצט חומש מיט זיין זוהן, דער איד, אנ'איידעלער, מיט א קליין געלן בערדל, האט אריינגעלייגט גאר שטארקע כוחות, אזש מיר דאכט זיך אז דאס איז ביי אים א בן יחיד'ל, אדער אנ'אויסגעבעטענער בן זכר, דער זיס יונגל מיט ליכטיג רויטע פאות האט פיין געקענט און גוט פארטייטשט.

די בעל תפילה גארגלט זיך אויס ''אוהבי השם שנאו רע'', אויף לכה דודי האט ער געטראפן א גאר שיינעם ניגון אבער קיינער האט דאס נישט געקענט, איך מיט נאך אפאר אידן האבן אלס רחמנות אויס מיטגעברומט אביסל, קען זיין אז איינער האט מיטגעברומט אויסן געפונען עפעס א געלעכטער דערין, לא תבושי איז יא געווען ניגון וואס האט מיטגעברענגט די עולם, ''אהא אהא בואי בשלום'' טייל פאטשן, טייל זינגען און טאנצן, אפאר כאפן אן א האנט אין א האנט פון אונטן און דרייען זיך פון רעכטס צו לינקס און טראכטן ווען מען קען זיך שוין צוריקדרייען...

נאכן אפדאווענען, האב איך גענומען שלום ביים רב, דער רב, א פערזענליכקייט, מיט א רואיג געמינע אויפן געזיכט, איז א גרויסער תלמיד חכם, א ידען, נאך אפאר מינוט געפין איך אויס אז מיר זענען גאר קרובים, ווייל מיין מאמע'ס זיידע דורך איר מוטער'ס זייט, און די רב'ס טאטע'ס מאמע זענען געווען ערשטע קוזינס... געווען איז דארט נאך א איד וואס האט געהאט א שאלה אין הלכות שבת, אזא סארט איד וואס ביי אים מאכט זיך יעדע וואך שאלות, א קלוגער תמים, האב איך מיטגעהאלטן ווי די רב איז געגאנגען פרעגן א איד וואס איז געזיצן אין זייט מיט א בכורות גמרא וואס ער זאגט צום שאלה, דער איד אין זיינע פערציגער יארן האט אויסגעוויזן צו זיין א למדן, אבער אויך א נהנה מיגיע כפו, אנ'איידעלער, א שטילער, א רואיג שמייכל איז געווען אויסגעשפרייט אויף זיין פנים, פינקעלדיגע אויגן פיל מיט שמחת החיים, שוין א חלק נכבד פון זיין בארד פארטוישט צו ווייסע הארעלעך, א שנאלץ האט זיך אנגעוויזן אז ער איז א קליענט פון מארלבארא, ער האט געדענקט אז דער סמ''ע ברענגט א היתר ערגעצוואו אין חושן משפט גאר, אלע זענען נתפעל געווארן פון די בקיאות, ער האט אויך אנגעוויזן אויף א געוויסע תשובה ספר וואס איז מתיר, און שטייצעך נאר נאכן נאכקוקן די מראה מקומות מיט ליינען-ברילן האט דער רב בכוחה דהיתירה מתיר געווען. דער איד האט זיך געפרייט, און מיר אלע האבן געהאט אנ'עונג שבת.

אומעטום זענען פארהאן פארשידענע אידן, אברכים, לומדים, חסידים, פרייליכע, בעל-בית'ישע, צוקראכענע, צובראכענע, עמהעראצים, שוואכע, קלוגע. מיר קענען נישט איינשאצן אויף אן עדה אדער א יחיד ווי גלייך זיי וואלטן געווען שווארץ און ווייס, צומאל דאכט זיך אויס אז איינער איז עפעס און ס'פערקערטע איז ריכטיג, מיר זענען נישט די וואס ווייסן וואס איז אין הימל חשוב, אדער ווייסן וואס ליגט יענעם אויפן הארץ. מיר דארפן מכבד זיין יעדן איינעם און נישט אפלאכן יענעמ'ס הנהגה אדער מזלזל זיין בכבודם.

ניין לומדים קענען קיין קדושה נישט זאגן, אבער צען שוסטער'ס יא.

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר