טראמפ רופט אן טורקס א ליגנער

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1787 מאל

טראמפ רופט אן טורקס א ליגנער

שליחה דורך שלום שטיסל »

[justify]ווי א שטורעם אין א ברוינפן גלעזל האבן זיך אפאר אומוויסנדע מענטשן גענומען אויף די געביין פון טורקס כאילו ער האט אקארשט פארזיגלט דאס גאנצע יהדות החרדית צו די גאז קאמערען, נאכן ליינען די אלע באריכטן זעה איך אז דער שטורעם איז אנשטאנען ווען דער פרעזידענט האט נישט אויסגעהערט וואס טורקס פרעגט, און די וואס מאכן דעם שטורעם האבן נישט אויסגעהערט סיי וואס טורקס פרעגט און סיי וואס טראמפ ענטפערט.

איך האב מיטגעהאלטן די נייעס קאנפרענץ היינט אינעם ווייסן הויז, כמעט יעדע שאלה צום פרעזידענט האט זיך באצויגן צו זיינע פרעכע ליגענטס און קארופציע ארום אים, ווען דער פרעזידענט האט געזוכט א פרענדלי קשיא האט ער געוועלט מיין פעוועריט ענגלישע פאליטישע קאלום שרייבער, הרב החסיד המפורסם דזשעיק טורקס פון עמי מאגאזין, ווער ס'ליינט טורקס יעדע וואך ווייסט אז ער איז נישט נאך עפעס א לעלו-סיירין-גרויסע-טאטע, ער פארשטייט זייער גוט זיין שטעטל, און איז פון די בעסטע אויב נישט די בעסטע פאליטישע שרייבער אין די היימישע מאגאזינען, טייל ווילן אפילו אים באשולדיגן פארוואס אזויפיל היימישע אידן האבן געוואוט פאר טראמפ, זיין כאריזמע און ברייטע בליק אויף א זאך איז צום באווינדערן, בקיצור אונזער טורקס האט אנגעהויבן פרעגן א שאלה.

לאמיר אלע קלאר פארשטיין אז דארט קען מען נישט פרעגן וויאזוי מ'שפיעלט לעגאוס, דארט איז די סדר צו פרעגן קשיות מענינא דיומא, נו וואס זאל א איד פרעגן? זאל ער קארנערן דעם פרעזידענט וועגן ארץ ישראל? איז דאס פרענדלי? לכאורה נישט, אונז קען מיר דאך אלע די צעמישטע פאלעסיס בנוגע ארץ ישראל, נטרונא ווייסט ניטאמאל אויף וואס צו קאמפיינען יעצט, טייל ראדני טיפ אידן שרייבן אין א דערנעבענדיגע פארום אז ער וואלט געדארפט פרעגן וועגן רובאשקין, דער איז שוין אויפגעקלערט ער ווייסט שוין פון רובאשקין/חב"ד צו זאגן, אבער דאס איז קינדעריש גערעדט, אזא שאלה באלאנגט נישט דארט.

טורקס האט אנגעהויבן מיט א קאמפלימענט פארן פרעזידענט, אריינמישנדיג הומאר מיט וואס זיין שפראך איז פול, און נאך כמעט אלע שאלות פון בעפאר אים וואס האבן געלייגט טראמפ אין א שאטן פון וואס ער האט זיך קוים געקענט ארויסזעהן, איז ענדליך געקומען א נארמאלע שאלה וועגן אנטעסעמיטיזם, די זעלבע שאלה איז אויך געפרעגט געווארן א טאג בעפאר ביי די פרעס קאנפרענץ מיט ביבי, גארנישט ראנג מיט די שאלה, נאכדערצו נאך זיין הקדמה (וואס איך ברענג ספעציעל נישט אראפ, ווייל די אלע וואס אטאקירן טורקס דערקענט זיך אויף זייער לשון אז זיי האבן נישט געזעהן די פולע שאלה און תירוץ, און זאלן זיי נישט דא זעהן נאר א חלק), ער האט געפרעגט מיט א רואיגקייט ביז ער האט דערמאנט דאס ווארט אנטעסעמיטיזם, דער פרעזידענט וואס האט קלאר נישט צוגעלייגט קאפ צו זיין שאלה האט דא אויפגעפאסט איין ווארט, און דער פרעזידענט האט זיך צ'טראמפט, און מיט א טראמפישע טראמפע האט ער זיך צעפייערט כאילו מ'באשולדיגט אים גאר. אין נארמאלע אומשטענדן וואלט מען גענומען אזא איינעם און אים געזאגט, קום שעפעלע דארפסט'עך אביסעלע צולייגן אדער עסן מיטאג ווייל דו רעדסט נישט צום זאך און ענטפערסט נישט אויף וואס מ'פרעגט בבחינות טענו בחיטין והודו לו בזכר קדשו, אבער פאר טראמפ קען מען גארנישט זאגן.

האט טורקס געקענט פרעגן א בעסערע שאלה, טייל זאגן אז יא אבער איך זעה עס נישט עכט, מיט יעדע שאלה האט זיך דער טראמפ געקענט אזוי אויפרעגן, ווען מ'הערט ניטאמאל אויס וואס יענער רעדט און מ'רעגט זיך מיינט אז מ'איז אין א נישט גוטע גיסטע, נו וואס האט טורקס געזאלט טוהן, ער איז נישט ממונה וויפל דער פרעזידענט זאל שלאפן א נאכט. זאל זיין קלאר, טורקס האט גארנישט געטוהן ראנג, אויב האט דא איינער געטוהן עפעס ראנג איז עס מר טראמפ יר"ה. און לאמיר נישט באהאלטן די קאפ ווי א בת היענה, ער פרעגט עפעס, ער זאגט אז אנטיסעמעטיזם האט זיך שטארק געהויבן אין אמעריקא, ס'איז געווען 48 Bomb Threats אויף אידישע צילן די לעצטע פאר וואכן, מ'מוז עפעס טוהן, דאס איז א שאלה מיט וואס יעדע איד קען זיך אידענטיפיצירן, דאס איז די מערסט פאסיגע שאלה פאר א אידישע ריפארטער.

טייל הייבן אצינד אן טאנצן זייער באליבטע גלות טאנץ כאילו א איד דארף נישט דארט זיין ווייל קוק וואס ס'איז געשעהן, למה תתראו, התגרות באומות, און כל מיני אנדערע נאן סענס אויף וואס רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל האט געדארפט שרייבן א גאנץ ספר צו אויפווייזן אז ס'איז גילטיגע טענות אויף מדינת ישראל, מ'קען דאס אבער נישט נוצן ווי א בלענק טשעק אויף סיי וואספארא נושא. (פלאס ס'קען אויסניצן די בעטעריס)

דער זעלבער דאנאלד וואס זאגט אז ער האט געוואנען די מערסטע עלעקטארל וואוטס זייט ראנאלד רעיגן, און אז ס'איז געווען א זייער רואיגער עקזעקעטיוו ארדער אויף די אימיגרעשן בען, און אז ס'איז געווען פינף מיליאן איליגעלס וואס האבן געוואוט פאר הילערי, דער זעלבער דאנאלד זאגט אז טורקס איז גאר די ליגנער, כ'הער וואס די זאגסט....[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום שלום שטיסל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 78 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר