געלט גייערס ביים דאווענען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
שיינער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:47 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

געלט גייערס ביים דאווענען

שליחה דורך שיינער »

כ'ווייס נישט צי איינער האט שוין פון דעם גערעדט. אויב יא זאל מען מעלדן.

מען רעדט דא פון די געלט גייערס ביים דאווענען. איך מיין נישט די פושקע פון בית מדרש, איך מיין זאגאר אויך נישט די אנדערע מוסדות וואס שיקן ארום פושקעס אדער זעקלעך, ווייל די חברה אפילו אויב גיבט מען זיי נישט, ווערן זיי נישט באליידיגט, ווייל דאס געלט איז דאך נישט פאר זיי, זיי טוען סך הכל א טובה פאר די גבאים פון די ארגענעזאציע א. א. וו., ממילא דארף זיי נישט באדערן אויב עס קומט אריין, אדער וויפיל עס קומט אריין.

וואס באדערט מיך יא איז די אנדערע משולחים. פון איין זייט, עס טוט מיר וויי אז היימישע אינגעלייט, חסידישע צומאל, דארפן זיך דערקייקלן צו אזא סיטואציע פון ארום גיין קלעקן קוואדער נאך דאלער, און צומאל ווייניגער. ממילא האב איך נישט דאס הארץ זיך נישט אומצוקוקן אויף זיי.

אבער פון די אנדערע זייט, באדערט מיך עס געפערליך! כ'האלט אינמיטן דאווענען, איך שטיי די ערשטע פון א שורה, ביי די אייל סיעט, קומט אהן דער משולח און שטרעקט ארויס זיין האנט צו נעמען א דאלער, און יענער בעט איהם טשענדזש. וואס געשעט? מיין גאנצע סיסטעם שטעלט זיך אפ יעצט. ווייל ער געט זיך אזא בייג איבער מיין סידור און טלית און תפילין, איך האב נישט די הארץ איהם אוועקצושיקן אדער בעטן ער זאל זיך רוקן, טא, ער פארשטייט דאך ניטאמאל וואס איך וויל פון איהם.

אמאל פאסירט דאס ביים צוזאמלייגן די תפילין. און בכלל, ווי קומט עס אז אינמיטן דאווענען, ווען איך בין פארנומען זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן אייבערשטן, מיין פריוואטע עפאוינטמענט וואס איך האב מיטן אויבערשטן זיך אויסצוגיסן מיין הארץ פון אלע מיינע צרות, פונקט דאן זאל איך געשטערט ווערן? זאל ער קומען צו מיר אהיים, זאל ער קומען נאכן דאווענען, זאל ער קומען פארן דאווענען, אבער פארוואס פונקט אינמיטן?

נאכמער קען איך נישט פארשטיין, די 'אשרי ובא לציון דרשות'.

מ'האלט אינמיטן דאווענען, מענטשן רייסן אראפ די קארגע שעה צו ווייניגער צו קומען רעדן מיטן אויבערשטן פאר מ'גייט ארויס על המחיה וכלכלה, טייל מענטשן יאגן זיך, און אפילו טאמער נישט, ער איז נישט געקומען דא אויסהערן קיין דרשות! ער איז געקומען דאווענען, העכסטנס טרונקען א קאווע, מקוה גיין, און דעטס איט! פארוואס מוז מען ווערן אויפגעהאלטן פון א דרשה? און אפילו אויב מען יאגט זיך נישט, פארוואס מוז מען געשטערט ווערן אינמיטן דאווענען דערפון?

איך ווייס טאקע פון א בית מדרש אין ארץ ישראל, עס איז דא דארט אסאך מנינים טעגליך. דארט איז דא א תקנה, אז מ'קען נישט געבן קיין פעדלעריי דרשות נאר נאך עלינו. דעמאלטס קען זיך יעדע מענטש אויסוועלן צו ער ווילן אויסהערן אדער נישט.

אבער דא אין בארא פארק ווייס איך פון בתי מדרשים וואס אויב מען באצאלט א סכום, דאכצעך 180 דאלער, צו נישט קיין חילוק וויפיל, דאן האט מען די זכות צו זאגן "אשרי ובא לציון דרשות". א גאנצע ביזנעס מיר געווארן דא!

שוין, לאמיר הערן פון ענק וואס עטס מיינטס.

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר