ר' שמחה האט געשריבן:ר' אייזיקל'ס זוהן, איז נישט ר' משה חיים וועלכער איז געווען א איידעם פונעם עטרת צבי פון זידיטשויב און האט זיך גע'גט.
ישבב הסופר האט געשריבן:עתה ראיתי מש"כ אודות הליאובר.
אתה אומר שההתרחקות היתה מצידו? אינני יודע, אני זוכר שראיתי בכתבי חסידי רוזין שהאחים לא רצו לתת לו ליקבר עם קבר אביו ואחיו הגדול רש"י מס"ג, עד שהיה שם איזה מעשה ואמרו דומה שמתוך תשובה נפטר. חסידי האח לא פנו אליו, והוא חי שם חיים מבודדים. אינני זוכר את העדיויות שהביא אסף, אך כפי זכרוני איו מקור על כך שאחיו אחזו ממנו אח"כ. [מאידך אפשר לומר להיפוך, שההרחקה ממנו היתה רק לפנים, מפני חסידי סאנז. כווייס נישט]. אבל מנין לך שזה היה מצידו? האם יש מקור לכך שהם התייחסו אליו בהערצה אח"כ? כמדומני שהם התעלמו ממנו כמעט. יש סיפור איך שהוא חיפש מזומן בשביל ליל הסדר ואף אחד לא הסכים להסב איתו.
זה שחסידי רוז'ין מדברים עליו היום גבוהה גבוהה, הוא מפני שככה הסבירו החסידים את הסיפור איתו אח"כ בינם לבין עצמם, שלא יתכן שבנו של הרה"ק מרוזין ירד מהפסים, אא"כ הכל העכערס. ומצרפים כמה סיפורים על מה שאמרה עליו אשתו לשבח, ועוד. אבל להלכה למעשה הוא לא חזר למעמדו.
דולה ומשקה האט געשריבן:איבער כמה נכדי בית רוזין מיט ציונות ומזרחי קען איך אבאך שרייבען, בפרט איבער רבי שלמה מסאדיגורא ואחיו ה'אביר יעקב מסאדיגורא, רבי יצחק מבאוהוש, רבי ישראל מהוסיאטין וחתנו ה'אהלי יעקב', ועוד כמה, ווי צוגעבינדען זיי זענען געוועהן, נישט צוגעבינדען נאר אויך גאר שטארק אקטיוו.
ונבנתה העיר האט געשריבן:אמשול לך משל אחי, נעם א פיל שטיינער'דיגע מאזאאיק, פון איין שטיין אליין קען פעהלן, עס קען האבן אזא ביס, אבער אז מען שטעלט איהם צוזאמען מיט אן אנדערע שטיין וואס שטעקט ארויס אביסל מער - פארמירן זיי צוזאמען א פארטיגער אמת.
יאיר האט געשריבן:לעיקוואד האט געשריבן:יאיר,
מברויך זיכען אויב לוטר ודומיו האבען טאקע זיך אלעמאל גענומען ערנסט עד הסוף.
דער נקודה ביסטו לכאורה גערעכט, אז ביי סאטמער איז דא א געוויסע נקודה אז ערגעצווי נעמט ער נישט די אייגענע גאנצע שיטה זיינע אזוי ערנסט. איך מיין אז דאס איז עפעס וואס איז אריינגעבויט אין יידושקייט לעומת אנדערע רעליגיעס, עס געהערט אלץ ביי יודען (רובם עכ"פ, ואכמ"ל למי זה חסר) אזא הבנה אז אמת העולם הזה איז גארנישט און שטותים.. דאך לוינט זיך צו זעהן מזאל האבען עפעס דערפון אויך.. עס איז דא עפעס אזא מין ציניזם און נישט נעמן אלץ וואס מזאגט ביי שלשידעס ערנסט אלעמאל... וכמסופר על הזידיטשובער שאמר יעצט איז נישט שלשידעס.. וכאן צריך באמת לעיין באיזה מדה היה זה אצל בעל ויוא"מ ובמה זה התבטא. וזהו חומר לאיזה דוקטור שיכתוב פעם את "סודו של הויואל משה" ויבנה לנו בנין שלם שבעצם הוא היה ציוני או מי יודע מה אלא שאחז שבשביל המון הפתאים המאמינים צריך לספר סיפורים כאלה..
אויב מיר וואלט געהאט אזעלכע דאקטארס פאר אונזערע פריערדיגע רבי'ס וואלט אונזער אידישקייט געווען פיל גרינגער...
אין אונגארן איז טאקע געווען אביסל אזא מהלך, למשל דער מונקאטשער רב פלעגט צוזאמשעלטן קללות נמרצות אויפ'ן גערער רבי צוזאמען מיט אגודיסטן מזרחיסטן ציוניסטן. האב איך געהערט פון א מקור נאמן אז ער פלעגט זאגן שטילערהייט פארדעם, גערער רבי זאל זיין געזונט און שטארק, דערנאך האט ער זיך גענומען שעלטן... סאטמארער רב האט געהאט מער שכל ווי מונקאטשער רב, אבער קען זיין אז ער האט אנגענומען אן ענליכע מהלך.
וועגן מארטין לוטער איז אבער גאנץ אן אנדער געשיכטע, ער איז דאך געווען א קריסט, וואס א טאג אריבער איז ער געווארן אלס מער פאנאטיש און צודרייט, פון דארט איז געקומען זיין בלינדע אנטיסעמיטיזם מיט אזעלכע סטעיטמענטס וואס וואלטן פארשעמט די קקק היינט צוטאגס, ווייל ער האט זיך איינגערעדט אז אלע אידן וועלן קומען צולויפן צו אים אננעמען די "אמת'ע" קריסטנטום און ער איז געווארן ביטער אנטוישט האט ער אויסגעגאסן זיין כעס אויף זיי.
דולה ומשקה האט געשריבן:דאס איז א לענגערע פרשה פאר זיך, דאס אז רבי מענדל מקוצק האט זיך געהאט אריין געשפארט אין זיין ציממער פאר לערך צוואנציג יאר.
אבער דער פרשה האט נאך א צווייגל:
בערך בשנת ת"ר האט ר' מענדל געזאלט זאגן אז אויב משיח קומט נישט ביז סוף יאר וועט ער און זיינע חסידים 'ימירו את דעתם'.
לויט א גירסא האט ער געזאגט בשעת רעוא דרעוין אז דער אותו האיש איז משיח, היות ער האט זוכה געוועהן 'לראות פני השכינה', און ער איז גרעסער ווי משה רבינו. דער פרשה האט אנגעמאכט אזא טומל אז צוויי אנגעלו מיסיונערין זענען געשיקט געווארען קיין קאצק, זיי האבן גערעדט סיי מיט די רבי'צין און סיין מיט זיין דאקטער, אבער צום רבי'ן האט מען זיי נישט צוגעלאזט, זיי האבען באשטעטיגט אז דער רבי האט זיך נישט געטויפט זיין גלויבן, ר"ל מהאי דעתא, אבער זעהט אויס אז אזא סארט שמועה איז ארויס אויף דער גאס. אבער דער דאקטער האט יא באשטעטיגט אז דער רבי איז אריין אין דיפרעסיע.
ואין כאן מקומו להאריך יותר בזה.
לעיקוואד האט געשריבן:שוין, למען כבוד חברי היקר יאיר, וועל איך לאזען פאלען איין הגדרה אויף הרב בעל חידושי תורה תשט"ז ושא"ס. עס איז נאר איין מהלך. ויש עוד מהלכים שונים.
במילה אחת, ער איז נישט געווען אויפגעקלערט בכלל , נאר אן אמתער פונדאמענטעליסט.
נעם א משל, מרתין לותר, דער גרויסער ראדיקאלישע רעפארמער, איז ער געווען א אויפגעקלערטער? בכלל נישט, אדרבה, עס האט עם אזוי געברענט די אמונה פשוטה פון יסודות דת הנצרות, אז ער האט נישט געקנעט פארליידען ווי די קירכע האט דאס פארדרייט און ער האט דורש געווען צוריקגיין צו די אריגענעלע דת כנתינתה ישו ממרים. דאס וואס ער האט כופר געווען אין פארשידענע זאכען, וואס ווייזט לכאורה אויף טראכטען אליינס און אויפקלערנוג, איז בעצם געווען שפיץ פונדמנטליזם און עקסטרעמיזם, עד כדי כך איז ער געוועם באגלייבט אין דער פונזמנטליזם אז אפילו דער פויבסט אליינס האט עם נישט געקענט וייזען אז מקען אפשר זאגען אנדערש.
דער משל, דער משל, איז ממש דומה צום נמשל..
אמת, שיש בזה איזה מידה של חשיבה עצמאית, ולכן גם לותר וגם סאטמער שייכים בעצם לעת החדשה ולתקופת הביקורתיות. ובעצם הפונדמנטליזם על כל גווניו היא אחת החידושים של העת החדשה.
ודו"ק היטב. ועוד חזון לחול המועד (קרעדיט: קופערניקוס)
פאר הדור האט געשריבן:ב"ה
לגבי חסידים גדולים בחב"ד והמסתעף, אחד מהגדולים ביותר הוא מרן הגאון הרוגצ'ובר זצוק"ל שהיה כידוע מגדולי הדור וחסיד קאפוסט שהיא חסידות מגזע חב"ד.
וכן המקובל הגאון הרב פנחס הכהן לינטופ זצוק"ל, זכור לי שהיה חסיד חב"ד.
בן אדם האט געשריבן:, די בי"ד אין בעלזא איז באשטאנען פון ר' פיניעלע אוסטילער, מהר"א מבעלזא, און אט דעם ר' יצחק נחומ'ל! .
moshav zekeinim האט געשריבן:פארוואס זאל אים בעלז נישט מחשיב זיין, ער איז געבליבן אין זייער סיסטעם, ער איז געווען אן איידעם פונעם רב און אן ערנסטער תלמיד חכם און פוסק, און האט זיך צוגעשטעלט צו זיי.
טראכט נאר אריין וויאזוי מען וואלט באהאנדלט דיין רבי'נס איידים א דזשיניעס ת"ח וואס האט "אויפגעקלערטקייטן" אבער שטעלט זיך צו.
ישבב הסופר האט געשריבן:....
===
פעם הועלה באחד הפורומים, קטע מעיתון משכילי ישן נושן, לא מימי הקוצקר אלא אחריו, שכתבו שם כי בראשוני ימי הסגירה בקוצק, הגיעו כמה משכילים כדי לתהות על קנקנו של הקוצקר, ולראות שמא בחפשו אחר האמת הצרופה נהפך לבו לאהוב את כיוצא בהם. וכתבו שם שביניהם הגיע המדקדק איציק סטנוב בעל סידור ויעתר יצחק, ושאל את הקוצקר שאלה: בתהלים כתוב "רַבִּ֥ים מַכְאוֹבִ֗ים לָרָ֫שָׁ֥ע וְהַבּוֹטֵ֥חַ בַּידוָ֑ד חֶ֝֗סֶד יְסוֹבְבֶֽנּוּ:" והקשה איציק סטנוב מדוע יש אתנחתא אחר המילים והבוטח בה', שמשמע כאי' המילים 'והבוטח בה' שייך לרישא של הפסוק. לכאו' צריך להיות תחת המילה "לרשע", כלומר "רבים מכאובים לרשע, והבוטח בה' חסד יסובבנו". וכתבו שם שהקוצקר ענה לו, שאכן זה שייך לרישא של הפסוק, דהיינו, שהרשע יש לו הרבה מכאובים, אבל כשהוא רואה שיש איש בוטח בה' זה כואב לו יותר מהכל... ולכן "רבים מכאובים לרשע, ואחד מהם הוא "הבוטח בה'"... המשכילים ראו שהקוצקר לא שינה טעמו, ורמז להם בזה שהוא מכיר את זממם ושעל אפם ועל חמתם הוא לא השתנה.
א שיינע
moshav zekeinim האט געשריבן:לאמיר שוין זאגן אז עס איז אמת, וואס וואלטן זיי געדארפט טון, אים ארויס ווארפן? עס איז דאך א סך בעסער אים צו האלטן און פשוט דערשטיקן די תופעה זאגנדיג אז עס איז בלויז א בייזער גייסט. אין אזעלעכע מקומות ווי בעלז האט מען אן היימישן אויפגעקלערטן באצייכנט אלס איינער וואס איז אין אים אריין א בייזער גייסט. דאס איז געווען איינגעפירט אויך ביי די קירכעס. טאמער האט זיך דער אויפגעקלערטער נישט געהאלטן פעסט עד הסוף האט ער צום סוף "תשובה געטון" און אפילו מודה געווען אינעם בייזן גייסט וואס האט אים באהערש.
דאס וואס איך זאג איז אמת לאמיתו. די חברה זענען געווען דענדזשרעס.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט