אייז קריעם האט געשריבן:גראדע מיר העלפן די משולחים צי צום כוונה ביים דאווענען.
ווען א יוד קומט פאר פרנסה, כאפט מיר א התרגשות ביי פותח את ידיך.
ווען איינער גייט פאר צרכי רפואה, וויין איך ביי רפאנו.
ווען איינער גייט פאר עזר בחורים, קרעכץ איך ביי והערב נא, ונהיה אנחנו וצאצאנו.
ווען יענער גייט פאר פדיון שבויים קומט מיר א טרער ביי אחינו כל בית ישראל.
און אמאל מאכט זיך איינער וואס קומט יעדן טאג, שריי איך אויס מנהמת לבי, אוי וויי, מפגע רע.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און איין גאסט