מידיע וויינט ווי א קאזאק הנגזל

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2066 מאל

מידיע וויינט ווי א קאזאק הנגזל

שליחה דורך אישתישבי »

פעיק נעיוס, איז א טערמין וואס די לינקע האבען זיך אנגעשמועסט צו נוצען, און מען וועט עס מן הסתם הערען פאר א לאנגע צייט.

טראמפ האט געוואנען על אפם וחמתם פין האלב אמעריקא, און די מידיא קען נישט אראפשלינגען אז די עלעקטאריט האט אים ערוועילט כאטש זיי האבען דער שופר אין די האנט.

אין הכי נמי, טראמפ'ס איידעם האט אנדעקט פאר פארבס מאגאזין וויאזוי ער האט עס געטוהן, פייסבוק און טוויטער, דורך שטופען "אדווערטייזמענט" פאר מענטשען אין די געגענטער וואס מען האט געברויכט פאר די עלעקטאריט.

וואס האט מען געשטיפט?

עס הייסט אז געשטיפט האט ער מודעות פין קאנספריסי זייטלעך קעגען היללארי און אבאמא וכו'.

און ער האט עס געמאכט, זיין שווער האט געוואנען און די לינקע פלאצען, ווייל אין א בחינה איז ער געוועהן ויגזול את החנית, ווען די מידיא האט זיך איינגערעדט אז ווען זיי וועלען טוויסטען די נייעס אויף א אופן וואס וועט זיין גוט פאר היללארי, איז ער געגאנגען און געשטיפט פאלנע שקרים וואס האבען אפשר בלויז א קורטוב של אמת, און די מידיא קען זיך נישט שלאגען מיט דעם.

דער חידוש? די קארפען קעפ האבען נישט געהאט קיין איינונג פין דעם.

אוודאי איז דער רוסלאנד אינוואלוומענט א שקר, אבער די מידיא טוט עס מיט א לבוש של אמת, מען נעמט א קאמפאני זאל זיין גרייט מעיד צו זיין אז פילייכט זעהט אויס ווי די רוסען זענען די וואס האבען געקענט האקען דער אקאנט פין דער חכם פאדעסטע, וואס קען נעבעך נישט ניצען אימייל.

משא"כ קושנער דארף נישט א קאמפאני זאל מעיד זיין, מען מאכט אויף א קאמפאני וואס זאגט אז אבאמא האט געזאגט אז אילעגאלע זאלען שטומען, איי די גאנצע ווידיא איז פאבריצירט? דאס זאל ער זאגען.

צר לי עליך מידיא, פין דער טאג וואס ענק האבען גענומען א זייט אין פאליטיק קומט ענק נישט בעסער, יא, ענק זענען נישט אזעלכע שקרנים ווי דראדזש וחבריו, אבער קיין אנשי אמת זענען ענק אויך נישט. וכך עונשו של בדאי.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר