הרב מוטה פראנק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

הרב מוטה פראנק

שליחה דורך אךשמח »

עס טוט זיך שטארק קאכן אין וויליאמסבורג איבער דעם גאסט וואס וועט דא פארברענגען דעם שבת אין וויליאמסבורג, דעריבער איז פאסיג צו הערן און צו באשרייבן דעם פערזענליכקייט.

איך ווייס נישט צופיל איבער אים און וועל שרייבן לויט וויפיל איך האב געהערט.

ער איז זייער א גוטער רעדנער און מער א שמועסעדיגע סטייל, און ציט צו זיך מענטשן פון אלע סארט, אבער בעיקר טוט ער זיך אפגעבן מיט די וואס זוכן עפעס מער און שפורן אז ער האט עפעס צו פארקויפן וואס מען האט מיט זיי נישט געלערנט אין די יוגנט.

ער איז משרשו א ברעסלאווער און רעדט כסדר פונעם רבי'ן און זיינע ספרים, און דאס וואס ברעסלאוו פארשפרייט איז בעיקר וואס טוט צוציען די פשוטסטע אידן צו אים מיט א מאגנעטישע נאנקייט.

ער האט ליב יעדן איד מיט אן אמת. ער מאכט נישט קיין געלט פונעם ארומלויפן איבער די וועלט מיט די דרשות.

וואס נאך?? ווייסעך נישט אויפן מאמענט. אפשר קען מען מיר אריינפולן.

ער וועט זיין אין ווילי אום שבת זכור, און איך וועל זיך מעגליך באטייליגן דא דארט און זען פון דער נאנט וואס ער איז.

אגב, ער איז שטארק מקושר צו די אידן פונעם היינט שוין בארימטען "שטיבל" אויף 66 פען סטריט, וואס דער שטיבל אליינס איז ווערד צו באשרייבן.

דער אשכול פארמאגט 65 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר