צאלן טעקס פאר די רעגירונג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

צאלן טעקס פאר די רעגירונג

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך וויל דא אויסשמועסן די טעמע פון צאלן טעקסעס – די פליכט וואס די רעגירונג איז מחייב יעדן אינדיווידועלן מאן וואס פארדינט געלט אראפצוגעבן א חלק דערפון פאר די רעגירונג. אסאך מענטשן זענען אויסגעשפראכן דערקעגן, ווי צב"ש ידידינו [tag]קורקלענד[/tag] וואס ענדיגט נישט טענה'ן אז דאס איז פשוט און פראסט גניבה, און ווער עס וויל געלט קען ארבעטן דערפאר, די רייכע זענען נישט מחוייב אויסצוהאלטן די ארימע, און ווען [tag]שבת אחים[/tag] האט אים פארגעווארפן אז ער נעמט אויך פון די רעגירונג איז ער ממש געווארן אויפגעברויזט, דהיינו אז ער נעמט נישט גארנישט, ממילא איז ער נישט מחוייב צו געבן.

דער ענין איז שוין געווארן אויסגעשמועסט אין קורצן מערערע מאל דא אין שטיבל, אבער איך מיין עס פארלאנגט א באזונדערע אשכול אויסצושמועסן די צדדים, איך וויל בעטן צו האלטן דעם אשכול ציוויל, נישט קיין נפק"מ וואס דו ביסט און צו וועלכע פארטיי דו געהערסט, איך וויל נאר הערן לאגישע סברות לכאן ולכאן, אן קיין קללות און קולות.

איך האלט אין אלגעמיין ווי די דעמאקראטישע פארטיי. מיין סברא איז פשוט, די גאווערמענט פארפיגט אונטער זיך אן א שיעור אגענטורן – עס וואלט געווען אינטרעסאנט צו מאכן א ליסטע דערפון, עס איז מסתמא ענדלאז – ווי צב"ש סעקיוריטי, וואס אינוואלווד סיי אינווייניג אין לאנד און סיי אפעראציעס אין אנדערע לענדער, דאס נעמט אריין אין זיך די סי.איי.עי., עף.בי.איי., האומלענד סעקיוריטי, סיקרעט סערוויס, דער פענטאגאן מיט אלע צוגעהערן מיט א ריזיגע בודזשעט (לכאורה די גרעסטע אויסגאבע), אגריקולטור, פוד-ענד-דראג, יוסטיץ, טראנספארטאציע, אוויאציע, עדיוקאציע, און נאך פילע, כ'האב קוים אנגערירט דעם שפיץ פונעם אייזבארג. דאס אלעס קאסט געלט. אסאך געלט! די רעגירונג האט נישט קיין דאלער פון זיך אליינס. ווי אויך די לאקאלע רעגירונגען, וועלכע שטעלן צו זיכערהייט דורך די פאליציי, פייער דעפארטמענט, און אלע סארטן עמערזשענסי סערוויסעס וואס פעלט זיך אויס, זיי האבן נישט קיין דאלער – בלויז פון איינמאנען טעקסעס פון די מענטשן וועלכע האבן די פריוועליגיע צו פארדינען געלט און האבן הנאה פון די סערוויסעס אויף איין וועג אדער אן אנדערע.

איינע פון די זאכן וואס א דעמאקראטישע מענטשליכע רעגירונג האט א פליכט, איז צו פארזיכערן אז אירע בירגער גייען נישט אויס פאר הונגער, האבן די מינימום צום לעבן, אפילו מען ארבעט נישט – צי ווייל מען האט נישט קיין דזשאב, צי ווייל מען איז דיסעיבלד, צי ווייל מען איז שוין אן אלטער מענטש נאכ'ן רעטייערמענט און די פיזישע כוחות דינען מער נישט. מען רעדט נישט אז די רעגירונג זאל זיי געבן לוקסוס, אבער דאס מינימום עסן און טרינקען, שעלטער (דירה), און געזונטהייט איז ממש א חיוב. דאס איז דער מציאות אין יעדע ציוויליזירטע לאנד איבער די וועלט. און איך מיין אז קיינער וועט נישט מחולק זיין דערויף, אפי' דער מערסט-רעכטער עקסטרעמיסט וועט מודה זיין אז אויב ער פארדינט קוים כדי מחייתו און זיינע עלטערן העכער די 80 האבן נישט קיין ברויט אין שטוב, און ער קען זיי נישט אויסהאלטן, זאל די רעגירונג קעהר נעמען פון זיי און זיכער מאכן אז זיי האבן דאס מינימום מענטשליכע באדערפענישן און ווערן געטריעט מיט רעספעקט אין די שפיטעלער וכו'.

דאס מיינט אז למעשה יעדער איינציגער בירגער האט הנאה פון די סערוויסעס פון די רעגירונג. איך וויל נישט אריינגיין אין די נושא צי אלע סערוויסעס איז וויכטיג, וועלכע דארף זיין פריאריטעט (דאס איז אביעקטיוו און יעדער האט זיך זיינע/אירע שיטות דערין), און צי די רעגירונג געבט אויס מער וויפיל עס פעלט זיך אויס אויף געוויסע סערוויסעס – דאס איז זיכער אז עס איז נישט בסדר, צב"ש אז בשעת אונזער אינפראסטרוקטור איז גאנץ שוואך ספענדט מען צופיל פאר מיליטערישע הוצאות, אבער דאס איז אן ענין בפני עצמו ואכמ"ל, נישט דאס איז דער ציהל פונעם אשכול.

סך הכל קומט אויס אז מיט דעם וואס מען צאלט טעקסעס איז מען פשוט מקיים מצות צדקה. דער געדאנק אז "עס איז מיין געלט און נעם נישט צו מיין געלט" הערט זיך זייער סעלפיש ווען דו האסט איבער גענוג און נאך צום לעבן פאר דיר און דיינע קינדער אין ריזיגע פאלאצן מיט כל מיני תענוגי עוה"ז, דו באדסט זיך אין ביליאנען, אבער דו ביזט נישט מסכים אז מען זאל נעמען פון דיין געלט פאר מענטשן וואס דערשטיקן זיך און גייען אדורך שבעה מדורי גיהנם. נישט יעדער קען ארבעטן, נישט יעדער טרעפט א פאסיגע דזשאב, און אפילו די וואס ארבעטן יא און פארדינען 9 דאלער א שעה קענען נישט עפפארדן א נארמאל לעבן און די רעגירונג טוט ריכטיג זיי צו העלפן מיט עסן און העלט אינשורענס וכדו', פונקט ווי זיי טוען ריכטיג צו נעמען טעקס כדי צו קענען איבערמאכן דיינע ראודס און ציען עלעקטריק, וואסער און סוער צו דיין פאלאץ, עס איז א גאנצע קייט פון פליכטן.

נאר וואס, ס'איז נישט יושר אז נאך א געוויסע פארדינסט דארף מען באצאלן א הימל שרייענדע 35 פראצענט, און די סופער רייכע דרייען זיך ארויס דערפון, עס וואלט געדארפט זיין מער מדריגות דערין, אז איינער פארדינט 5 מיליאן איז נישט די זעלבע ווי 200 מיליאן.

איך בין נישט קיין עקאנאמיסט, למעשה אבער זעה איך אז די רעגירונג טוט איר פליכט מער-ווייניגער, מיר האבן כמעט אלעס וואס מיר דארפן, מיר עפענען די סינק מיט א רואיגקייט טרינקען ווייל מיר פארזיכערן זיך אז די רעגירונג טוט איר פליכט אונז צו געבן ריינע געזונטע וואסער, מיר גייען רואיג און גאס וויסנדיג אז די פאליציי באשיצט אונז, מיר פארן רואיג אין אונזערע קארס ווייל די רעגירונג מאכט די געזעצן לטובתינו אז עס זאל זיין פארזיכערט, און נאך און נאך, און פאקטיש האט די רעגירונג חובות פון שווערע טריליאנען, עס וואלט נישט געטארט זיין אזוי, עס דארף זיין א טו-וועי סטריט, מיר באקומען סערוויסעס פון זיי און מיר גיבן זיי גערן די טעקסעס, ווער דען זאל באצאלן דערפאר אויב נישט די בירגער וועלכע געניסן דערפון.

איך קען נישט יעצט מאריך זיין לענגער, אבער כ'מיין כ'האב מסביר געווען די יסוד פון מיין שיטה, אויב האט איר עפעס מוסיף צו זיין אדער מחלק זיין, לאמיר הערן און עס אויסשמועסן – אן נעמען זאכן פערזענליך, אן דערמאנען נעמען, נישט רעדן פון מענטשן נאר פון שיטות.
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 67 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר