בינגא

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

בינגא

שליחה דורך פליקער »

היינט האט מיין משפחה דיסיידעט צו אפשטאטען מיין באזיך ביי די גרויסארטיגע געשעפט בינגא.

מיר האבן זיך געשטיפט צווישען די איילים ואיילות, געכאפט פון רעכטס און פון לינקס, עד מקום שידו מגעת, מכל טוב וטוב, הן דברים הנוגעים אל הגוף, הן דברים הנוגעים אל הנשמה, הן דברים שאינם צריכין לא לגוף ולא לנשמה, נאר ס'זאל שוין זיין, מיגוי שהותר לצורך, הותר נמי שלא לצורך, אידען גויים מענער פרויען, אלעס האט געשטיפט פוו אלע זייטען, קולות אויף הויכע טעינער ווי א קאנטינענטעל חתונה, די ערלים האלטען און איין איבערפילען די שעלפס, און שטיפן זיך דורך מיט א בהלה ווי ביי כפרה שלאגן.

אלע מענטשען מיט כאטש צוויי איבערגעפילטע וואגאנגען מיט אויסוואלען פון ציצית ביז אייער, פון טעפ ביז קעיז, פון בעיזעמעס ביז נאש, אלעס מיט א מייסטערהאפטע ארדענונג, צד השווה שבהם אלעס פאר שטוינענד ביליג.

עפעס א געפיעל האט מיך כסדר געשטיפט, כאפ נאך עפעס, פארברענג נישט קיין צייט, מיט יעדע זאך וואך איך זעקעל דא, כאפן אלע אנדערע גראסערי'ס א ריק, זיי וועלן זיך אראפ זעצען מיט זייערע סאפלייער'ס און אראפ ברענגען די פרייזען, און אזוי וועט זיין גוט פאר די אידען.

מיין קומען אהער קומט נאך א רייע וויכוחים, יעדע שלעשידעס, יעדע מקוה שמיעס, אלעס דרייט זיך איבער בינגא, מעג מען יא, אדער מעג מען נישט, איז מען כפוי טובה פאר די לאקאלע גראסערי'ס אדער איז מען מקפח זייער פרנסה.

דאס איז אמאל זיכער אמת אז יעדער וואס טרעיט אריבער די שוועל פון בינגא טוט וויי פאר זיי, און איז איין ארדער ווייניגער פאר די לאקאלע. דאס איז אויך אמאל זיכער אז די פאקט אז ער נעמט איבער די מארקעט ווייל ער איז ביליג איז פונקט אזא עוולה ווי דער וואס נעמט איבער די מארקעט ווייל ער איז פענסי טייער, צו ווייל ער לאזט אויפשרייבן, צו ווייל ער איז סיי א הערליכע סטאר און אויך ביליג.

אבער פאר עפעס א סיבה שלאגט בינגא ווארצלען מיט מער ווייי טון די גראסערי'ס ווי די 24 שעה גראסערי'ס אדער די טייערע געשעפטען וואס האבן קנאקעדיגע קאמפיינען און מאכן שפירען קיל אהין צי גיין קויפן, און לכאורה איז די סיבה ווייל ער שלאגט כפרות אויך מיט די סאפלייער'ס, און גפן און מהדרין מיזן קניען און געבען ביליגערע פרייזן ווי און די לאקאלע, און דעריבער איז די ערד מער נישט פלאך, בינגא מאכט א בעסערן קאמפיין, ער האט א ניטש וואס קיינער האט נאך נישט דערליווערט עד הנה.

ווען בינגא וואלט געווען נאר א פסח סטאר החרשתי, ווייל איך האלט טאקע אויך אז עס איז נישט פער אז מען זאל שלאגען כפרות מיט דיין לאקאלע סטאר נאר פסח, ווייל דאס איז שוין יא עפעס א שטיקל משיג גבול, מען קען נישט געבען א בייס אריין פסח - כאפן און לויפן, אפילו מען ריפט דאס צדקה, עס איז פשוט נישט פער, אבער בינגא איז נישט און די כלל, בינגא איז הער טו סטעי. מטעם זה בין איך קיין מאל נישט געגאנגען צו די סעד ועזר'ס, כאטשיג איך בלעים נישט די וואס גייען יא. עס איז בערך אזא עוולה ווי די וואס פארקויפן קערידזשעס וכדומה פון בעסמענט'ס און קרויזען אויס די וואס ברויכען צאלן גרויסע רענט'ס און טעקס און זיין אפיציעל ביי די קאמפעני פארלאנגטע פרייזען, און דא קומט א משיג גבול וואס ברויך קיין שום דין וחשבון נישט געבען און גיבט פרייזען וואס די אפיציעלע געשעפטן קענען נישט געבען.

מיין מיינונג ווי שוין אויסגעשמיעסט, אז מען ברויך שטיצען ביליג, די צד ביליג וועגט איבער אלעס, זאלן זיך די גראסערי'ס ציזאמען נעמען און פארלאנגען אויך ביליגע פרייזען, זאלן זיי אויך טראכטען אמאל פון דעם קאנסומער, ווען יאר איין יאר אויס קאסט א פישקע מאקעראני'ס אכט טולער און קיינער קימערט זיך נישט, אדער א פעקל אמעריקען טשיז זיבעצן טולר, ואין פוצא פה, ער שבא בינגא און דעליווערט טשיז פאר אינטער 11 טולער, אדער פסח קעיק פאר 4 טולער, גייט מיר נישט גארנישט אן, איצט וויינט איר, ווי זענט איר געווען די אלע יארן וואס מיר האבן געוויינט.

אלעס לוינט זיך, איך וועלן שלעפן ווי א מויל אייזעל, איך וועל דילדען אלע שטיפערייען, אלעס כדי די אידיש בליט זאל אויפהערן פליסן, די אלע גרויסע קאמפעני'ס וואס האבן געלייגט א מאנאפאל אויף כשרע עסן מיזן ווערן אינטערגעבראכן.

אבער עפעס אינערלעך ציטערט מיר אז די בינגא וויץ וועט נישט אנהאלטן צו לאנג, עס וועט נישט לאנג נעמען און זיי וועלן אנטייל נעמען אינעם אינערליכען ראנג מיט גאלדען פלוי מהדרין און גפן, און אוחף א וועג ציריק ארויפשרויפן די פרייזן, על כן ברויך מען האלטן א וואכזאם אויג, און האלטן זייער פיס צום פייער, און קויפן נאר ווי לאנג זיי זענען ביליג, און גוט, און ווי נאר עס וועט זיך דערקענען אז זיי גייען ארויף זאל מען דאס פאבליצירן.

אבער ווילאנג זיי זענען בשיטה ביליג, און דעליווערן פאר ביליג וועלן מיר זיי שטיצען בכל תוקף, און איך זעי נישט פאר וואס זיי זאלן זיך ברויכן שלאגן מיט כולל גראסערי, עס איז דא געניג פלאץ פאר ביידע, און פאר נאך בדומה להם, עס דארף נאר זיין מענטשליכע פרייזן.

זאל מיר איינער מסביר זיין פארוואס א עפל ברויך קאסטן און א לאקאלע גראסער א דולר, אדער גאלד נאט פישקע פון אלמענדס זיבן א האלב דולר, אדער פארוואס גויאישע מילך 1:99 א גאלען, און גאלדען פלוי האלבע גאלאן צוויי מאל אזויפיל, איין טזשיז סנעק העז נא ביזנעס קאסען באלד פיר דולר וכו', טו העל וויט די פרייזן.בילד
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 67 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר