טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור

שליחה דורך חכמת שלמה »

פריער האב איך געעפנט אן אשכול מיט אן אויסשריפט דערויף. מאנכע האבן מיר אנגעמערקט אז דאס איז אוועקגענומען, נעמליך דערפאר וואס איך בין נישט געווען גענוג קלאר דערויף און זיך נישט ארויסגעברענגט געהעריג. דעריבער וועל איך זיך בעסער מסביר זיין.

דעם היינטיגן טאג איז א דראמאטישער און שווערער טאג פאר'ן אידנטום, וואס ווער ווייסט וועלכע נאכפאלגן עס וועט ברענגען מיט זיך לעתיד. היינט איז דערקלערט געווארן אין די מדינה הציונות, אז קהל לב-טהור איז א קולט לכל דבר, וואס איז מסוכן פאר מענטשהייט. אזא פסק מיינט אז פארשידענע מדינות איבער די וועלט וועלן זיך דערמיט רעכענען, אין געריכטן אדער אין אנדערע איינגעלעגנהייטן, די קינדער פון די קהילה וועלן אריבערגעפירט ווערן צו גוי'אישע אדער פרייע הענט, ותוצאותיו מי ישורנה...

אזא פסק מיינט נישט בלויז לב-טהור. לב טהור איז בלויז אן אנהויב. צווישן די ווערטער פון די ריכטערין, די מרשעת, באשולדיגט זי אז מען לערנט אויס די יוגנט צו פאסטן תעניתים, מאכן תענית הדיבור, מען גיבט נישט קיין סעקולערע חינוך, מען לאזט נישט קיין צוטריט צו די דרויסנדיגע וועלט, און נאך פילע באשולדיגונגען וואס מען קען דערמיט באשולדיגן יעדע קהלה קדושה בישראל.

לב טהור איז בלויז אן אנהויב. מיט דעם דאזיגן פסק וועלן מארגן אפירקומען אזעלכע וואס וועלן באשולדיגן גור אויף זייערע תקנות לעבן און שולט זיין און באלעבאטעווען אויף אינערליכע אינטימישע געהיימעניסן, וכבר היה לעולמים הפרשה עם פרשת וילר, איינשטיין, וכו'... דערנאך וועט קומען סלונים, סקווירא און אפילו סאטמאר... און מיינט נישט אז עס איז אבי גערעדט, מען האט שוין אנגעהויבן מיטן חינוך און סעקולערע לימודים... עס וועט נאך אונטערקומען אויף נאך זאכן...

מען האט אנגעהויבן מיט לב-טהור, מארגן כאפט מען זיך ארויף דערויף. אויב מיינט איר אז דאס איז בלויז אויף לב-טהור, דאן לעבט איר אין א גרייז. מען האט אזא זאך נישט געטארט צולאזן קיינמאל. עס איז א טראגישער טאג.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה

דער אשכול פארמאגט 155 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר