ג' אייר ביי הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זצוק"ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 849 מאל

ג' אייר ביי הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זצוק"ל

שליחה דורך לאליפאפ »

אזוי ווי ארבעס האט איינגעמאלדן נישט לאנג צוריק אין אחיעזר אז עס טוט זיך א געפארעכץ צום יארצייט פון הרה"ק ר' ישעי'לע, האב איך מחליט געווען אז איך גיי מיר מיטכאפן מיט א קבוצה יונגעלייט וועלכע פארן, און איינרייסן ישועות און רפואות פאר מיינע נאנטע און פאר גאנץ כלל ישראל.

נישט גרינג איז געווען דאס פארן אויף אונגארן, בארץ לא זרועה, א אנגעפאשעטער אמעריקאנער יונג, אינעם לאנד ווי אונזערע עלטערן און אור עלטערן האבן געלעבט פאר יארן מיט אזא באשיידנקייט, אבער עס איז א מורא'דיגע עקספיריענס.

אנקומענדיג פרייטאג קיין קערעסטיר האבן מיר זיך איינקוואטירט אינעם הכנסת אורחים, טיילנדיג צימער מיט נאך 65 געסט וועלכע פארגינען פאר משפחת רובין דעם 500 טאלערדיגן טשעק... דערנאך בין איך ארויף צום ציון א 5 מינוט דרייוו פונעם אכסניה, ווי עס האט מיר ארומגעכאפט א שטארקן התעוררות און כ'האב געזאגט תהילים און מזכיר געווען אלע הזכרה'לעך.

עס איז איבעריג צו זאגן וואס עס טוט זיך אין קיטשען אין קערעסטיר ערב שבת יארצייט, ריזיגע טעפ אנגעפולט מיטן גאנצן מה ידידות, פרויען פון איין זייט, בחורים פון צווייטן זייט, שטייען און קאכן באקן שיילן מישן, און יעדעס מינוט וואשט מען פריש אויס די כלים און מען הייבט אן נייע רעצעפטן, טעצער קעיקס און קוקיס פארן ארויס יעדע עטליכע מינוט, וואס זאל איך אייך זאגן.. נוסח קערעסטיר!

פארן מקוה ערב שבת האב איך מיר נישט באגנוגנט מיטן פראוויזארישן קערעסטירער מקווה, נאר איך האב אריינגעדרייווט מיטן קליינעם עיוויס קארעלע קיין אוהעל, אוי איז דאס געווען א מקווה. א פיינע ווארעמע בור, מיט צוויי שיינע סטעיט אוו די ארט שאוערס וואס שטייען גרייט צום באנוץ אויף דער זייט, פרישע האנטוכער, פיינע סטים, מעין עולם הבא.

צווישן די אנשי שם וואס איך האב דארט באמערקט אין קערעסטיר זענען געווען: האדמו"ר מניקלשבורג וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן שבת אין איינעם פון די דערנעבנדע דערפער דורכאויס שבת. האדמו"ר מקאסאן פארשעי, און האדמו"ר מקאסאן לאנדאן. לואיס שיינער פון מאנסי (אומאן) האט זיך אויפגעהאלטן אינעם דערנעבנדן דארף טערצל.

די פלאץ ווערט אויפגעהאלטן און געראנט דורך רעב שייעלעס אייניקלעך משפחת רובין וועלכע פארן אהין יעדעס יאר אנשים נשים וטף און שטעלן צו אז אלעס זאל קלאפן עצהיו"ט, צווישן זייערע פעולות דעיס יאר ציילן זיך: דאס אויפבויען א נייעם פרעכטיגן קאך אויפן ארט צו קענען אקאמאדירן און סערווירן דעם גרויסן ציבור, וועלכע ציילט זיך עטליכע טויזנט א יאר ווי דעם היי יעריגן, און ווי אויך האבן זיי אויפגעבויט א גרויסן אהל געביידע אויפן ציון, נוסח מעזבוזש און אומאן.

איך האף אז די זכות פון הרה"ק ר' ישעילע זאל מיר טאקע מגין זיין און מיר העלפן בכל מילי דמיטב, און אלע יודן זאלן זוכה זיין געהאלפן צו ווערן מיט כל משאלות לבם.

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר