תירוצים! — #למעשה

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1671
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6282 מאל

תירוצים! — #למעשה

שליחה דורך יואב »

"דער בוך פון תירוצים" — ווער האט דען נישט געהערט פון דעם?

מחנכים רעדן און גרייטן זיך צו פובליקירן אזא בוך, זינט כאַלאַטל + קאווע-געווייקטע וואנצעס = מלמד. און די וועלט? — זי ווארט מיט שפאנונג!

די דערווארטונגען זענען אומגעהייער גרויס, ספעציעל אינערהאלב די ראמען פון בערזע מיט שייכות צו קאַנטשיקעס, בייטשן, נאגייקעס, שטעקענעס, פאסיקעס, דריי-הונדערט-מאל דרך-ארץ-קדמה-לתורה און אנדערע בדס"ם מעטאדן און געצייג. די תוצאות פון אזא בוך וועט, ווי מ'גלייבט, זיין ווייטגרייכנד, און קען גענצליך טוישן די צוקונפט, אין ליידן און אין פריידן.

א סך האבן מיר געהאט סובל צו זיין אין נאמען פון יענעם שטענדיג-פארשפראכענעם בוך. אינדערהיים לקו עשר מכות, אין חדר לקו חמישים ומאתים, און ס'ווייסט יעדער אז מ'ברויך נישט קיין פסוקים​ פון וואנען דאס ארויסצולערנען.

רויטע צעפּאַדערטע ידים — אפט געטראגן דעם איבל פון נישט זייפן זיך נאך אַן אשר-יצר — האבן דאס קליינווארג טעגליך אָנגעקאַטעוועט און צעכמאַליעט די ביינער ביז יציאת נשמה. צארטע בעקעלעך און קליינע אויער-לעפּלעך האבן אפגעברענט און אפגעסמאליעט, "ווייל טאמער נעמסטו נישט אראפ די הענט פון פנים, העסטו כאפן דאפלט."

חדר לאגיק וואס האט, צום באדויערן, געארבעט. ס'הייסט דער קען נישט דערלאנגען אפילו איין מאל, סטראשעט ער מיט דאפלט. און דער שעפס ווידער? ער נעמט אראפ די הענט, און כאפן כאפט ער טאקע נישט דאפלט, נאר דריי צי פיר מאל אזוי סך. אדער אפשר האלט דער מלמד יא ווארט, און גיבט אים בלויז איין מאל — וויאזוי גענוי דעפינירט זיך אבער "כאפן פעטש בלויז איין מאל," ווען פעטש איז שוין א לשון-רבים, און מיר ווייסן אז מחנכים בינדן זיך נישט אראפ צום מינימום ווען ס'קומט צו פעטש. צי גייט עס פער פעקל? פער אטאקע? בתר שמנא דבישרא אזלינן, צי בתר ערלה אזלינן?

קעגן דעם קאַניבאַל איז דאס קינד געווען אזוי מאכטלאז און אומבאהאלפן, אז אפילו קטנ'ען האט דאס נישט געוואגט צו גיין אָן די האנט לאזן שטיין און הענגען אין דער הייך, טוישן צו דער אנדערער האנט, און צוריק צו דער ערשטער. "כ'האב געזען ווי דו האלסט די האנט, מיינסט איך בין בלינד? וואס העהעהה'הההעסט מיר דא, הא?"

איר הערט? יענעמ'ס פּעכער גייט פלאצן, און דער סאדיסט אויפ'ן באקוועם אפיס-בענקל, האט דאס הארץ און העזה צו זעטיגן זיין גלוסט נאך דאמינאנץ טאקע יעצט, און אויך ווייל אינעם בוך פון תירוצים וועט שטיין פארוואס דאס קינד איז נישט געגאנגען אין בית-כסא ביי פּויזע אדער מיטאג, צי איז ער יא געגאנגען און יעצט ברויך ער נאכאמאל.

צוריק אין מיינע צייטן האבן זיי מיט שטאָלץ דערקלערט אז דער בוך וועט זיין דער סאמע דיקסטער אין דאָקומענטירטער היסטאריע. און שטעלט אייך פאר, דאס איז נאך געווען "בימים ההם," ווען ראבינאוויטש אריינצוקומען פון קרית-יואל אין שטאט רעדן איבער'ן ייהרג ואל יעבור פון קאלערד-סקרין ביפערס — אפילו מיט א פילטער — האט געצאלט בלויז זיבן דאללער פאר'ן מאנרוי-באס.

כהיום, ווי כ'הער, רעדט מען שוין בכלל נישט פון ביכערישע דימענסיעס. די בלעטער וואקסן שנעלער און לענגער ווי דעם נאציאנאלן חוב און ברסלב-היפּסטער פיאות קאמבינירט. לויט א פאראויסשאצונג קען זיך דאס ארויסשטעלן צו זיין ארום דער גרייס פון א ביצה דבר-יוכני — עפעס וואס ווערט גינסטיג אויפגענומען אין דער פרומער תורה-וועלט, נאכדעם וואס מ'וועט פיינעלי האבן דעם ריכטיגן שיעור פאר א "כזית" מצה. ( אינספירירט פון: מושי'ס ווינקל,
וועקער #8.)

צו גיין ווייטער מיט קאווע-שטיבל'ס פאפולערער "למעשה" סעריע, האב איך געקלערט אז מיר קאווע-שטיבל שרייבער זאלן ווידמען אן אשכול מיוחד בלויז פאר תירוצים. מ'וועט גיין סטעפ-ביי-סטעפ, א תגובה'לע דא, און א תגובה'לע דארט, און וויפיל ס'וועט זיין איז אלץ הכל ריווח.

פרעגט איר דאך אבער גוט, פארוואס זאלן מיר גיין טון די ארבעט פאר זיי? ועוד, מאן ייאמר ס'איז בכלל דא וואס ארויסצוגעבן. אפשר און געוויס האט די זעלבע כת ליצים וועלכע האט אונז פארפירט ביז אהער, סתם ליגנט געזאגט?

האב איך געקלערט אז דא וועט מען טון פארקערט. מ'וועט שרייבן די לופטיגע, נארישע און צומאל רשעות'דיגע תירוצים וועלכע זיי געבן אונז.

בין איך מייחד דעם דאזיגן אשכול פאר דעם הייליגן צוועק. די תירוצים קענען זיין איבער סיי וועלכער נושא, אָן ברויכן שרייבן וואס גענוי די שאלה איז געווען. כ'וועל שרייבן עטליכע וועלכע קומען מיר יעצט אין געדאנק, און ווען עמיצער האט אפילו בלויז איינס, זאל ער אריינווארפן לזכות את הרבים.

כדי עס צו מאכן ווי מער פשוט און casual, פארמאגט דער אויסשטעל נישט קיין שום סדר אדער גאנג, נאר יעדער תירוץ ווערט אריינגעשאסן עט רענדאם. ובזה החלי:

"פאראן א געוואלד מיט טעמים דערויף."

"ס'איז נישט פשוט פשט."

"יאָ, ער מעג, און דו טארסט נישט."

"אָן קיין פארוואס!"

"ווייל אזוי האב איך געזאגט."

"הייסט עס די תורה איז אויך געווען א ראסיסט?"

"אלע פרעגן שוין דאס, און ס'איז דא פארשידענע תירוצים."

"די ספרים רעדן שוין ארום דערוועגן."

"און קוק וואס איז געווארן מיט זייערע קינדער."

"דער רמב"ם איז נאך געווען אזוי קלוג."

"לכתחילה איז בעסער אז נישט."

"פראביר זיך מדמה זיין וואס למשל דער צאנזער רב וואלט געענטפערט אין אזא פאל."

"נו קען ער לערנען, איז וואס? ר' מיכאל בער ווייסמאנדל האט געקענט א גוי וואס האט גע'יכול'ט גאנץ ש"ס בעל פה."

"אמאל זענען געווען אמת'ע חוקרים, האט מען געמוזט ארויסגעבן אזאנע ספרים, כדי אפצושלאגן."

"היינט זענען שוין אפילו די גוים מודה."

"מ'מוז נישט אלעס פארשטיין."

"מ'קען נישט אלעס פארשטיין."

"און ביז אהער פארשטייסטו אלעס?"

"ווילסט פארשטיין אדער סתם פרעגן קשיות?"

"און וואס וועט זיין איינמאל דו ווייסט?"

"קלוגערע פון דיר האבן שוין פראבירט."

"ס'איז העכערע זאכן געווען, נישט סתם אזוי ווי דו קוקסט עס אָן מיט דיינע פליישיגע אויגן."

"קודם קען וואס זיי האבן געקענט, און נאכדעם העלמער זען צי ס'איז דיך נאך אלץ שווער."

"כ'העל דארפן נאכקוקן."

"אף על פי כן."

"כ'דארף דיך צייגן דער רמב"ן אין פרשת בא."

"אין פרקי דר' אליעזר דערמאנט ער דאס."

"ס'איז אן אבות דר' נתן."

"ס'דא דערויף א מכילתא, ווי ווייט כ'געדענק."

"ר' אלחנן וואסערמאן איז מסביר אז ס'איז אלץ תאוות."

"ס'איז דא א תשובה פון חתם סופר דערוועגן."

"דער רבי שמועסט עס שוין אויס באריכות אין איינער פון זיינע תורות."

"ס'איז חוקות הגוי."

"ס'שטייט זייער הארב דערוועגן."

"אידישקייט איז טאקע נישט קיין דעמאקראטיע."

"פארוואס פאלט מיך נישט ביי אזאנע קשיות?"

"מ'איז נישט משנה."

"כ'וויל נישט הערן."

"עפ"כ שטייט פון אריז"ל מ'זאל נישט."

"קום צו מיר אין צוויי יאר פון יעצט, העלמער זען צי די קשיא וועט דיך נאך אלץ זיין שווער."

"ערגעץ האב איך טאקע געזען אין א ספר וואו ער רירט אן די נושא ממש אויפ'ן שפיץ גאפל; ער האט אבער א שיינעם הסבר."

"קשיות העסטו פרעגן ביים סדר."

"חזקה שאין אדם מוריש שקר לבניו."

"מ'האט זיך אייביג אזוי געפירט."

" אזוי איז אנגענומען."

"כ'מיין אז אלץ וואס דו דארפסט איז א בעט."

"כ'האב מורא אז דו אליינס פארשטייסט אויך נישט דיין קשיא."

"ברויכסט דורכלערנען דעם 'חובת הלבבות.'"

"צוויי געזונטע פעטש ברויכסטו כאפן, און ס'וועט דיך שוין נישט זיין אזוי שווער."

"נישט געפערליך."

"תיקו."

"כ'האב געהערט אויך ביים ערשטן מאָל, דריי מאל איבערפרעגן וועט גארנישט טוישן."

" טאקע נישט קיין פראבלעם פאר זיך, ס'צייגט אבער אויף עפעס טיפער."

"ס'שמעקט פון אפיקורסות."

"רעדסט ווי אַנאָנגעלייענטער."

"ס'איז דער וועג וויאזוי דו פרעגסט וואס צינד אן א רויט לעמפּל."

"כ'האב א סיבה דערביי."

"שוין, כ'ווייס דיך נישט וואס צו זאגן."

"האסט שוין געענדיגט? פארגעס נישט צו מאכן אן אשר-יצר."

"נו נו."

"שוין ווייטער."

"זיין תורה איז גארנישט ווערט."

"נזם זהב באף חזיר."

"אנו עמלים והם עמלים."

"נעם כאטש ארויס א מוסר השכל דערפון."

"ס'איז ניטאמאל ווערט אן ענטפער."

"כ'וואלט דיך געענטפערט, נאר כ'וויל דווקא נישט."

"כ'וואלט דיך געענטפערט, נאר כ'ווייס אז דו בעבלסט סתם אזוי נאך וואס יענער האט געזאגט."

"פאר דו האסט נישט גרינטלעך אפגעלערנט בבלי ירושלמי גמרא רש"י תוספות ספרא ספרי ספּורנו תוספתא מכילתא מיט אביסל אחרונים, האב איך בכלל נישט וואס צו רעדן מיט דיר."

"צו דיין טאטן רעדסטו אויך אזוי?"

"דיין טאטע זאל נאר הערן וואס דו האסט יעצט געפרעגט."

"דערמאנסט מיך פון יענעם, שוין, כ'האב גארנישט געזאגט."

"טאקע פאר אזא קרומען קאפ ווי דיר, האט מען ביינונז נישט געלערנט קיין נ"ך."

"לאו דווקא."

"וואס איז עס מיין דאגה, זאלן זיי פייגערן."

"אבי גערעדט."

"קום ניטאמאל רעדן צו מיר איבער דעם."

"יא יא, יענעמ'ס גראז איז אלץ גרינער."

"אויבער-חכם."

"ביסטאך דעמאלט ממש אזוי ווי דער איד פון יענער מעשה, ווייסט פון וואס איך רעד, יא?"

"ווייל כ'האב עס נישט געזען ביי מיין טאטן."

"העלמער זען ווען דו העסט האבן קינדער."

"און לעפקאוויטש, יאקאבאוויטש, סטרולעוויטש זענען יא געגאנגען אין קאלעדזש?"

"כ'קען א מאלטי-מיליאנער וואס קען ניטאמאל סיינען זיין נאמען."

"כ'זע נאך נישט וואו ער איז אנגעקומען מיט זיין חכמה."

"פרנסה גיבט דער אייבערשטער."

"ס'איז געווען באשערט אזוי."

"העסט עלטער ווערן העסטו פארשטיין."

"נישט יעדע קשיא מוז האבן א תירוץ."

"נישט יעדע קשיא קען האבן א תירוץ."

"כ'בין נישט אין הימל."

"ברויכסט נישט אלץ זיין קלוגער."

"און וואס וועט זיין נאכדעם וואס דו וועסט שוין וויסן?"

"רעדט צו מיר וועגן גלאבעל-ווארעמינג ווען ס'איז דא א שניי שטורעם."

"וואס ווייסן זיי דען?"

"שטותים וואס זיי רעדן."

"להד"ם."

"כ'זאג טאקע נישט אז צו גלייבן קומט אן גרינג; מ'מוז אבער פארט גלייבן."

"פונקטליך פאר וועלכער סיבה אין דער וועלט דארף איך יעצט קלערן אז דער דאזיגער שטיין איז אלט א מיליאן יאר, ווייל עפעס א טיפוש האט אזוי מחליט געווען?"

"חז"ל האבן אבער געזאגט אנדערש."

"תיובתא."

"הלוואי ווען דו קענסט ווען אפלערנען א שטיקל ר' עקיבא אייגער אזוי דקות'דיג."

"תורה לייטערט אויס."

"כ'זאג דאך נישט קיין אייגנס."

"מ'האט אלעמאל אזוי געוואסט."
,
"לשיטתך אבער בין איך בעצם א מאנקי, ניין?"

"נו דאס איז דאך טאקע דער חילוק צווישן דומם צומח חי ומדבר."

"שוין, יעצט קריכסטו שוין אריין אין א צווייטער נושא אינגאנצן."

"דאס האט שוין דער זוהר געוואוסט נאך סך בעפאר די סייענטיסטן."

"אויב וואלסטו געלערנט אביסל קבלה אנשטאט זיין פארנומען מיט די אלע הבלים, וואלסטו נישט געהאט די סארט שאלות, און בעסער אויסגעקוקט."

"וואס פארשטייט א גוי."

"יעצט גייסטו שוין אריין אין דער נושא פון אש רוח עפר ומים."

"גלייב מיך דער גוי טיף אין הארץ שעצט דיך דערפאר."

"און אני הקטן קריגט זיך אויף אים. טו מיך עפעס."

"כ'העל דיך ברענגען סייענטיסטן וואס זאָגן אנדערש."

"שווער צו ענטפערן על רגל אחת, ס'איז א פארצווייגטער ענין."

"כ'בין נישט מחויב נאכצוטאנצן יענעמ'ס משוגעת'ן."

"ס'איז נישט מעגליך."

"ווער האט דיך געבעטן צו קוקן?"

"כ'ווייס נישט, און כ'בין נישט אינטערעסירט צו וויסן."

"ישמחו השמים ותגל הארץ."

"די תורה איז נישט קיין עול."

"הא לן והא להו."

"טרייבסט איבער."

"ס'איז אינו דומה."

"גלייב מיך דו ווילסט נישט הערן דעם תירוץ."

"נו, האט ער געזאגט."

"'און אויב' איז נישט קיין קשיא."

"און אויב יעצט איז נאכט?"

דער אשכול פארמאגט 74 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר