וואס גייט מען שרייען?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
[NAMELESS]

וואס גייט מען שרייען?

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify]אין די נייעס ווערט באריכטעט אז ס'ווערט פלאנירט א גראנדיעזע צוזאמקום פון צוואנציג טויזענט אידן אויסצושרייען די וויי געשריי פונעם יהדות החרדית קעגן די גזירות גיוס, ס'ווערט ארויסגעדינגן א מאסיווע סטעדיום ווי דארט גייען זיך צוזאמקומען די אלע וואס לעבן נישט רואיג ווילאנג די גזירות גיוס איז בתוקפו און מ'גייט שרייען און מוחה זיין זיין דערויף.

די שאלה איז אבער וואס גייט מען שרייען? אז מ'טאר נישט גיין אין מיליטער? וואס גייט דער גוי טראכטן ווען ער גייט דאס הערן? א לאנד וואס פלאגט זיך ביי דריי גרעניצן מיט מלחמות און איז די נומבער איינס שונא ביי אסאך לענדער אין די וועלט טאר נישט בעטן אז מ'זאל גיין אין מיליטער? אויב איז דאס נאר אויסצודריקן אונזער וויי געשריי דאן פארוואס קען די מחאה נישט פארקומען אין אונזערע בתי מדרשים, דער אייבערשטער הערט נאר מחאות וואס קומען פאר אין סטעדיעמס?

ועל הכול, וואס איז די גזירות גיוס, לויט מיין פארשטאנד דארף מען זיך שטעלן צום לשכת הגיוס און אויפווייזן אז מ'לערענט אין א ישיבה און מ'באקומט א פטור, און אזוי טוט טאקע כמעט גאנץ כלל ישראל אין ארה"ק ובתוכם סאטמאר און אלע עדה החרדית חסידות'ער, זענען אבער געוויסע קנאישע אידן און די פלג ירושלמי פארטיי אויפגעקומען אז מ'טאר זיך ניטאמאל שטעלן צום לשכת הגיוס, הייבט זיך אן א פראבלעם פון ארעסטן וכו', איז די שאלה זענען זיי גערעכט צו נישט, כ'מיין אז די עדה און סאטמאר האבן אנגענומען אז זיי זענען נישט גערעכט, נו פארוואס גייט סאטמאר פראטעסטירן?

ס'קען גאר זיין אז די מחאה איז א רעזולטאט פארן ארעסטירן די אייגענטומער פון הפלס, דארף מען אבער וויסן צו דאס וואס מ'באשולדיגט זיי איז טאקע נישט אמת, לויט ווי איך הער איז דא רעקארדירונגן ווי זיי מאכן פאוני קאללס צו פירמעס וואס אדווערטייזן אינעם יתד. אויך זינט די פרשה מיטן הפלס איז שוין ארויסגעקומען אנדערע וואס זענען גערודפט געווארן דורכן הפלס רעדאקטער במשך זיינע יארן אין יתד און שפעטער אינעם הפלס, צווישן זיי הרב בצלאל כהן, נו וואס ווערט יעצט געטוהן אנדערשט צו זיי פון וואס זיי האבן געטוהן צו יענעם?

מיר אלע ווייסן אז ס'זיצן אידן אין די טורמעס פארן מוחה זיין, מיר ווייסן אויך אז די מחאה איז צוגעגאנגען אויף א וועג פון בלאקירן שאסייען און ברענען גארביטשעס, פארן מוחה זיין אויף די ארעסטן דארף מען וויסן וועלכע גדולי ישראל האבן געשטיצט אזאנע פראטעסטן, און צו קומט זיי טאקע נישט קיין תפיסה, דאס ענדיגן די מחאות ווערט אנגערופן 'גזירות השתקה', און די קלאגעס קעגן הרב גרוסמאן רופט מען אן לעכערליכע לאגאלע קלאגעס, און היידא, צוואנציג טויזענט אידן גייען פראטעסטירן.

קען איינער ביטע מסביר זיין וואס אויף וואס מ'גייט פראטעסטירן?[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

שלום שטיסל האט געשריבן:[justify]ועל הכול, וואס איז די גזירות גיוס, לויט מיין פארשטאנד דארף מען זיך שטעלן צום לשכת הגיוס און אויפווייזן אז מ'לערענט אין א ישיבה און מ'באקומט א פטור, און אזוי טוט טאקע כמעט גאנץ כלל ישראל אין ארה"ק ובתוכם סאטמאר און אלע עדה החרדית חסידות'ער, זענען אבער געוויסע קנאישע אידן און די פלג ירושלמי פארטיי אויפגעקומען אז מ'טאר זיך ניטאמאל שטעלן צום לשכת הגיוס, הייבט זיך אן א פראבלעם פון ארעסטן וכו', איז די שאלה זענען זיי גערעכט צו נישט, כ'מיין אז די עדה און סאטמאר האבן אנגענומען אז זיי זענען נישט גערעכט, נו פארוואס גייט סאטמאר פראטעסטירן?


קען איינער ביטע מסביר זיין וואס אויף וואס מ'גייט פראטעסטירן?[/justify]

צד מהרז"ל און די עדה האט אנגענומען אז דער געדאנק איז יא גערעכט, דער פראבלעם איז נאר אז אויב טוט דאס נישט יעדער, איז עס גאר גאר שווער צו אינפארסירן. מעגליך אז די צוזאמקום איז געווידמעט פאר די פארטייען אין ארץ ישראל אז זיי זאלן דאס נאכטון און אזוי צוזאמען באקעמפן.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איסר צייג ביטע וועלכע ישיבות וואס זענען אונטערגעווארפן די עד״ח וו. צ. ב. דושינסקי תו״א תוא״י שטעלן זיך נישט, לויט ווי דו לייגסט אראפ די עד״ח שיטה חדשה אנדערש ווי ביז היינט.
א דאנק.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

רז"ל אליין האט גערעדט פארעווע פון דעס זיך נישט שטעלן צום לשכת

פונעם עדה איז דא נישט מער ווי א צעטיל למעשה שטעלט זיך יעדער

יעצט צום עצם כנוס דאס איז אנדערש ווי יעדע פראטעסט דעס איז מער א חיזוק פאר ר"ש אויערבאך און א געשריי איבער די גזירה בכלל אבער מ'שרייט נישט אויף יענעם מ'גייט זיך אליין מחזק זיין בערך אזוי ווי דער כנוס פאר די אינטערנעט

אבער למעשה ליידן זיי פון די משטרה נאר ווייל זיי שטעלן זיך נישט אפגעזען צו זיי זענען גערעכט, הייסט דאס אז זיי ליידן פאר דת מילא דארף מען שרייען
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

געוואלדיג האט געשריבן:איסר צייג ביטע וועלכע ישיבות וואס זענען אונטערגעווארפן די עד״ח וו. צ. ב. דושינסקי תו״א תוא״י שטעלן זיך נישט, לויט ווי דו לייגסט אראפ די עד״ח שיטה חדשה אנדערש ווי ביז היינט.
א דאנק.


איך האב אים שוין געבעטן פאר אפאר וואכן צוריק די ליסט זעיט אויס אז די ליסט איז צו גרויס........... ער דארף זיך איינהאנדלען נאך גיגעבייט........
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

געוואלדיג האט געשריבן:איסר צייג ביטע וועלכע ישיבות וואס זענען אונטערגעווארפן די עד״ח וו. צ. ב. דושינסקי תו״א תוא״י שטעלן זיך נישט, לויט ווי דו לייגסט אראפ די עד״ח שיטה חדשה אנדערש ווי ביז היינט.
א דאנק.

וואס הייסט ביי דיר אונטערגעווארפן? אז מען פאלגט נישט מיינט אז דאס איז נישט זייער מיינונג?
די עדה האט עמטליך אזוי אויסגערופן כמ"פ, וואס זאל מען טון אז מען פאלגט נישט?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

גאנצל האט געשריבן:יעצט צום עצם כנוס דאס איז אנדערש ווי יעדע פראטעסט דעס איז מער א חיזוק פאר ר"ש אויערבאך און א געשריי איבער די גזירה בכלל אבער מ'שרייט נישט אויף יענעם מ'גייט זיך אליין מחזק זיין בערך אזוי ווי דער כנוס פאר די אינטערנעט

אבער למעשה ליידן זיי פון די משטרה נאר ווייל זיי שטעלן זיך נישט אפגעזען צו זיי זענען גערעכט, הייסט דאס אז זיי ליידן פאר דת מילא דארף מען שרייען

איז אמת אז ר''ש אויערבאך נעמט געלט פון די מדינה פאר זיינע מוסדות? איז אמת אז זיי גייען צו די בחירות? ווי אויך בין איך נייגעריג פארוואס די לשכות הגיוס קענען זיי נישט אנערקענען אבער שפעטער נאכ'ן ארעסט אנערקענען זיי די בג''ץ?
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

גאנצל האט געשריבן:יעצט צום עצם כנוס דאס איז אנדערש ווי יעדע פראטעסט דעס איז מער א חיזוק פאר ר"ש אויערבאך און א געשריי איבער די גזירה בכלל אבער מ'שרייט נישט אויף יענעם מ'גייט זיך אליין מחזק זיין בערך אזוי ווי דער כנוס פאר די אינטערנעט

אבער למעשה ליידן זיי פון די משטרה נאר ווייל זיי שטעלן זיך נישט אפגעזען צו זיי זענען גערעכט, הייסט דאס אז זיי ליידן פאר דת מילא דארף מען שרייען

דאס איז א קונצליכער ספין, הייסט עס אז זיי זענען בעצם נישט גערעכט, נאר וויבאלד אידן ליידן דארף מען זיך אננעמען פאר זיי. אהא, שיין....
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

קורקלענד האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:יעצט צום עצם כנוס דאס איז אנדערש ווי יעדע פראטעסט דעס איז מער א חיזוק פאר ר"ש אויערבאך און א געשריי איבער די גזירה בכלל אבער מ'שרייט נישט אויף יענעם מ'גייט זיך אליין מחזק זיין בערך אזוי ווי דער כנוס פאר די אינטערנעט

אבער למעשה ליידן זיי פון די משטרה נאר ווייל זיי שטעלן זיך נישט אפגעזען צו זיי זענען גערעכט, הייסט דאס אז זיי ליידן פאר דת מילא דארף מען שרייען

איז אמת אז ר''ש אויערבאך נעמט געלט פון די מדינה פאר זיינע מוסדות? איז אמת אז זיי גייען צו די בחירות? ווי אויך בין איך נייגעריג פארוואס די לשכות הגיוס קענען זיי נישט אנערקענען אבער שפעטער נאכ'ן ארעסט אנערקענען זיי די בג''ץ?

זיי גייען נישט צו בחירות היינט צוטאגס, זיי האבן מוסדות על טהרת הקודש.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

קיין שום ספין

עס איז כמות שהיא
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איסר, געב מיר ביטע צו פארשטיין, די עדה איז צוזאמגעשטעלט פון מענטשן און קהילות, זאגסטו מיר יעצט אז די אייגענע קהילות פאלגן נישט די עדה, דאן ווער איז די עדה?!
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

געוואלדיג האט געשריבן:איסר, געב מיר ביטע צו פארשטיין, די עדה איז צוזאמגעשטעלט פון מענטשן און קהילות, זאגסטו מיר יעצט אז די אייגענע קהילות פאלגן נישט די עדה, דאן ווער איז די עדה?!

נישט ממש, ווייל די קהילות אין די עפענטליך שטיצן יא דעם פסק בית דין. נאר די בחורים יעדער פאר זיך גיין ליידער זיך שטעלן. מען קען גארנישט טון דאס אפצושטעלן, אפשר חיזוק פון אמעריקע וועט יא העלפן.

איך האב מיך באצויגן צום פותח האשכול, ער האט געזאגט אז דעת העדה החרדית איז נישט מיטן פלג האב איך געזאגט אז לפי ידיעתי איז עס נישט אמת.
מוהר"א איז אויפגעקומען מיט א חידוש אז די אמת'ע ערליכע פון בית דין זענען דערקעגן, בין איך עס נישט נאכגעגאגענן, אבער קיין אנדערע מקור האב איך נאכנישט געטראפן.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

זאגסט מיר יעצט אז באמת זענען די רבי׳ס און רבנים און דיינים און ראשי ישיבות פון די אלע קהילות קעגן זיך שטעלן אבער משום מה אלע בחורים ממש בלי יוצא מן הכלל שטעלן זיך יא ואין פוצה פה ומצפצף אין די קהילות,
האב איך גוט פארשטאנען?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

גאנצל האט געשריבן:קיין שום ספין

עס איז כמות שהיא

וואס הייסט ביי דיר ליידן פאר דת און וואס נישט?
אויב זיי ווילן זיך הרג'נען דאן לאז זיי! וועמען גייט עס אן? זיי האקן קאפ און וואנט, זיי שטעלן אפ ירושלים, אונז קענען נישט אנקומען צו די ארבעט אדאנק זיי, יעדער ליידט דערפון. די עדה צוטיילט זיך בלויז אדאנק זיי, לאז זיי פליען, גיין שרייען פאר זיי?? ווען נאך אין היסטאריע פון אידישקייט האט מען געשריגן זיך אנצונעמען פאר אן אומרעכט?
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איסר האטלקי האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:איסר, געב מיר ביטע צו פארשטיין, די עדה איז צוזאמגעשטעלט פון מענטשן און קהילות, זאגסטו מיר יעצט אז די אייגענע קהילות פאלגן נישט די עדה, דאן ווער איז די עדה?!

נישט ממש, ווייל די קהילות אין די עפענטליך שטיצן יא דעם פסק בית דין. נאר די בחורים יעדער פאר זיך גיין ליידער זיך שטעלן. מען קען גארנישט טון דאס אפצושטעלן, אפשר חיזוק פון אמעריקע וועט יא העלפן.

איך האב מיך באצויגן צום פותח האשכול, ער האט געזאגט אז דעת העדה החרדית איז נישט מיטן פלג האב איך געזאגט אז לפי ידיעתי איז עס נישט אמת.
מוהר"א איז אויפגעקומען מיט א חידוש אז די אמת'ע ערליכע פון בית דין זענען דערקעגן, בין איך עס נישט נאכגעגאגענן, אבער קיין אנדערע מקור האב איך נאכנישט געטראפן.



ווייל די קהילות אין די עפענטליך שטיצן יא דעם פסק בית דין. נאר די בחורים יעדער פאר זיך גיין ליידער זיך שטעלן


מ'שטיצט אבער מ'שטעלט זיך.................. די ספין פון יאר 100

נעבעך אלע קהלות האבן פארלוירן קאנטראל אויף זייערע בחורים

#ליים אין די אויגן
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

געוואלדיג האט געשריבן:זאגסט מיר יעצט אז באמת זענען די רבי׳ס און רבנים און דיינים און ראשי ישיבות פון די אלע קהילות קעגן זיך שטעלן אבער משום מה אלע בחורים ממש בלי יוצא מן הכלל שטעלן זיך יא ואין פוצה פה ומצפצף אין די קהילות,
האב איך גוט פארשטאנען?

אלע קהילות און אלע רבנים? ניין דאס האב איך נישט געזאגט. איך האב געזאגט אז די רבני העדה האבן אפן ארויסגעשריבן זייער מיינונג.
עס איז א שווערע גזירה און נישט אלע קענען עס זאגן פאר זייערע בחורים. איינער האלט דערפון און איינער נישט. אבער קיינער שטעלט זיך נישט דערקעגן ווייל אזוי האט די עדה ובראשם מרן הגאב"ד גע'פסקנ'ט.
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

איסר האטלקי האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:יעצט צום עצם כנוס דאס איז אנדערש ווי יעדע פראטעסט דעס איז מער א חיזוק פאר ר"ש אויערבאך און א געשריי איבער די גזירה בכלל אבער מ'שרייט נישט אויף יענעם מ'גייט זיך אליין מחזק זיין בערך אזוי ווי דער כנוס פאר די אינטערנעט

אבער למעשה ליידן זיי פון די משטרה נאר ווייל זיי שטעלן זיך נישט אפגעזען צו זיי זענען גערעכט, הייסט דאס אז זיי ליידן פאר דת מילא דארף מען שרייען

איז אמת אז ר''ש אויערבאך נעמט געלט פון די מדינה פאר זיינע מוסדות? איז אמת אז זיי גייען צו די בחירות? ווי אויך בין איך נייגעריג פארוואס די לשכות הגיוס קענען זיי נישט אנערקענען אבער שפעטער נאכ'ן ארעסט אנערקענען זיי די בג''ץ?

זיי גייען נישט צו בחירות היינט צוטאגס, זיי האבן מוסדות על טהרת הקודש.
ס'דא א קליפ ווי טריגער דער קאפ שטיק פון די פאוני קאללס זיצט אין כנסת און בעהט געלט פאר די הפלס מ'האט עס איהם למעשה נישט געגעבן נאכדעם וואס מ'האט איהם אויפגעוויזן אז די הפלס איז מעורר הסתה
לא באתי לנצח (שולי)
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איסר האטלקי האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:קיין שום ספין

עס איז כמות שהיא

וואס הייסט ביי דיר ליידן פאר דת און וואס נישט?
אויב זיי ווילן זיך הרג'נען דאן לאז זיי! וועמען גייט עס אן? זיי האקן קאפ און וואנט, זיי שטעלן אפ ירושלים, אונז קענען נישט אנקומען צו די ארבעט אדאנק זיי, יעדער ליידט דערפון. די עדה צוטיילט זיך בלויז אדאנק זיי, לאז זיי פליען, גיין שרייען פאר זיי?? ווען נאך אין היסטאריע פון אידישקייט האט מען געשריגן זיך אנצונעמען פאר אן אומרעכט?



אזוי פארשטייט א סיקריק

אבער א מענטש מיט פשוטע שכל פארשטייט אז סוכ"ס דער ציוני שלאגט פייניגט אים פאר דת
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איסר האטלקי האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:זאגסט מיר יעצט אז באמת זענען די רבי׳ס און רבנים און דיינים און ראשי ישיבות פון די אלע קהילות קעגן זיך שטעלן אבער משום מה אלע בחורים ממש בלי יוצא מן הכלל שטעלן זיך יא ואין פוצה פה ומצפצף אין די קהילות,
האב איך גוט פארשטאנען?

אלע קהילות און אלע רבנים? ניין דאס האב איך נישט געזאגט. איך האב געזאגט אז די רבני העדה האבן אפן ארויסגעשריבן זייער מיינונג.
עס איז א שווערע גזירה און נישט אלע קענען עס זאגן פאר זייערע בחורים. איינער האלט דערפון און איינער נישט. אבער קיינער שטעלט זיך נישט דערקעגן ווייל אזוי האט די עדה ובראשם מרן הגאב"ד גע'פסקנ'ט.


איז דאס די ערשטע מאל אין היסטארי וואס א צעטיל פון עדה ווערט אזוי מיאוס פלעין און פשוט איגנארירט ?

און בכלל וויל איך פארשטיין די עדה אז זיי זעהן אז מ'פאלגט זיי נישט וואס טוען זיי גארנישט דערצו ?

אדער מאך מער נישט אזעלכע צעטלעך
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די איינציגסטע וועג צו באקומען א פטור איז צו ברענגן א צעטיל פון די הנהלת הישיבה אז מ׳איז א תלמיד, אויב די קהילה איז קעגן זיך שטעלן וואלטן אזאנע צעטליך נישט געטיילט געווארן דורך זייער הנהלה. און יעדער וואס שטעלט זיך וואלט גענומען געווארן אין מיליטער.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

און ווען איך וועל הרג'נען א פאלציאנט און מען גייט מיך ארעסטירן דערפון, איז דאס אויך דת? וואס איז דת און וואס איז נישט דת? ענפער קלאר ביטע.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

שלום שטיסל האט געשריבן:די איינציגסטע וועג צו באקומען א פטור איז צו ברענגן א צעטיל פון די הנהלת הישיבה אז מ׳איז א תלמיד, אויב די קהילה איז קעגן זיך שטעלן וואלטן אזאנע צעטליך נישט געטיילט געווארן דורך זייער הנהלה. און יעדער וואס שטעלט זיך וואלט גענומען געווארן אין מיליטער.

פרומע קנאישע ישיבות טיילן נישט קיין פטורים, זיי זענען נישט קיין לעגאלע ישיבות און זיי באקומען נישט. מען קראצט פון אנדערע מקומות עפי"ר.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

קורקלענד האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:יעצט צום עצם כנוס דאס איז אנדערש ווי יעדע פראטעסט דעס איז מער א חיזוק פאר ר"ש אויערבאך און א געשריי איבער די גזירה בכלל אבער מ'שרייט נישט אויף יענעם מ'גייט זיך אליין מחזק זיין בערך אזוי ווי דער כנוס פאר די אינטערנעט

אבער למעשה ליידן זיי פון די משטרה נאר ווייל זיי שטעלן זיך נישט אפגעזען צו זיי זענען גערעכט, הייסט דאס אז זיי ליידן פאר דת מילא דארף מען שרייען

איז אמת אז ר''ש אויערבאך נעמט געלט פון די מדינה פאר זיינע מוסדות? איז אמת אז זיי גייען צו די בחירות? ווי אויך בין איך נייגעריג פארוואס די לשכות הגיוס קענען זיי נישט אנערקענען אבער שפעטער נאכ'ן ארעסט אנערקענען זיי די בג''ץ?


זיין ישיבה מעלת התורה נעמט געלט ער האט אויך מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט אגב הר' שטיינמאן האט אויך א מוסד וואס נעמט נישט קיין געלט צוליב בריסק

די פאריגע בחירות האבן זיי געבויקאט נאך די דורכפאל פון זייער פארטיי

וועגן די בגץ דארפסטו איבערפרעגן
פארשפארט