תורה ומדע האט געשריבן:איך האלט אז פאדעסטא וועט נאך נתברר ווערען אלץ דער שר הטבחים דא.
אישתישבי האט געשריבן:די פראבלעם מיט זאגען אז די דעמאקראטען האבען אים געהרג'ט איז, עס פעלט מאטיוו.
נאכדעם וואס ער האט אנגעטוהן זיינס, מאכט נישט סענס זיי זאלען אים הרג'נן אלץ נקמה.
כלומר אויב האט ער געהאט אינפארמאציע וואס זיי האבען געוואלט דערשטיקן, מאכט עס אביסל סענס, אבער אזוי ווי עס איז פעלט א מאטיוו.
מען זעהט אויך אז די ארויסגעבן די אימעילס האט נישט געטוישט די מצב, נעקסטע עלעקציע זעהט נישט אויס צו זיין אסאך אנדערש.
שושן פורים האט געשריבן:@שבת אחים האלטסט טאקע אז אויב וואלט עס געווען אן אסאסינאציע וואלט דער אטאקירער נישט געטוען אלעס אין די וועלט עס צו מאכן אויסקוקן ווי עפעס אנדערש?
נישט אז איך גלייב יעדע קאנספיראציע אריירעכענענדיג די דאזיגע אבער דיין אפפרעג שטימט נישט
קורקלענד האט געשריבן:שבת. ער איז געווען ביי זיך ווען פאליציי איז געקומען פאר הילף. די דריי פאליציי וואס זענען אנגעקומען אהין האבן אלע געהאט באדי קעמ'ס. די רעקארדירונגען פון אלע דריי קאמערעס זענען 'בטעות' פארמעקט געווארן.
ווי ליגט זיין לעפטאפ? פארוואס קען די משפחה נישט האבן קיין צוטריט דערצו?
שבת אחים האט געשריבן:נעבעך..! פון אינטער דער ערד פרובירן די ״רעכטע קרימינאלן״ צו באשומצען די לינקע... ס׳גייט זיי אבער נעבעך נישט... פרובירן צו אויפקאכן א מעשה פון אינטער דער ערד...
שבת אחים האט געשריבן:און די מערסטע געפעלט מיר נאך, דעס אז ״טראמפ״ איז קאראפטיט פון קאפ ביז פוס, און מיטגארבעט מיט א ״פיינטליכע לאנד״ צו קענען געוואונען, דעס גלייבט ער נישט...! אפילו סאיז שוין היינטיגע צייטן דא ״שווארץ אויף ווייס״ עדות אויף דעם פון אלע זייטן... אבער עפעס א קאנספיריסי אן קיין הענט און פוס און קיין טראפ סענס קויפט ער אפ ווי הייסע לאקשן און זאגט ״פארקערט״ ווי יענעמס אייגענע משפחה אבי צו שפינען עפעס א מעשה....
קורקלענד האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:און די מערסטע געפעלט מיר נאך, דעס אז ״טראמפ״ איז קאראפטיט פון קאפ ביז פוס, און מיטגארבעט מיט א ״פיינטליכע לאנד״ צו קענען געוואונען, דעס גלייבט ער נישט...! אפילו סאיז שוין היינטיגע צייטן דא ״שווארץ אויף ווייס״ עדות אויף דעם פון אלע זייטן... אבער עפעס א קאנספיריסי אן קיין הענט און פוס און קיין טראפ סענס קויפט ער אפ ווי הייסע לאקשן און זאגט ״פארקערט״ ווי יענעמס אייגענע משפחה אבי צו שפינען עפעס א מעשה....
פיינטליכע לאנד? שווארץ אויף ווייס? ברענג א מקור
די קלינטאן'ס האבן אסאך מער שייכות געהאט מיט רוסלאנד ווי טראמפ
קורקלענד האט געשריבן:דא האסטו א לינק צום רעפארט.
ביי מיר איז זענען דיינע 'נארמאלע' מקורות פונקט אזוי גוט ווי פאקס.
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז מ'האט געמעקט טעיפס. ס'נישט די ערשטע מאל וואס די פרובירסט אריינצולייגן ווערטער אין מיינע הודעות וואס איך האב נישט געזאגט.
גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 6 געסט