"די היינטיגע יונגעלייט"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
שיח ושיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:07 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

"די היינטיגע יונגעלייט"

שליחה דורך שיח ושיג »

"די היינטיגע יונגערלייט" הערט מען אסאך מאל פון די מידל עידזש יודן זאגן. "מ'קומט שפעט אריין צום דאווענען, מ'כאפט אפ דאס דאווענען". לעצטנס האט זיך צו מיר אפגערעדט אזא איינער, אין די שול ווי ער דאווענט מנחה, יונגעלייט קומען שוין אן אינמיטען הויכע שמו"ע, מ'איז ביזי מיט די סעלפאונס, מ'לויפט ארויס שוין ביים סוף דאווענען, וואס איז מיט די היינטיגע יונגווארג, די דאווענען מיינט גארנישט?
איך האב עפעס צו ענטפערן אויף די געוואלדיגע שאלה. די פרעגסט דאך נישט די קשיא אויף איינער וואס איז נישט פרום פארוואס ער קומט שפעט צום דאווענען, אדער פארוואס ער איז ביזי מיט די סעלפאן ביים דאווענען. די פרעגסט די קשיא אויף אזא איינער וואס דאווענט יא, די דאווענען מיינט ביי דיר גארנישט?!!!
בארואיגט אייך ר' איד. אונז טוען מיר זיך אויף (עכ"פ אזוי הער איך פון מענטשן) אז אונז האב מיר א סיסטעם, ווי מענטשן רופן עס א סיסטעמאטישע יודישקייט. ווען מ'וואגט זיך נאר אמאל צו זאגן עפעס פון אינדערהיים פארן קריג, זאגט מען "די ווילסט צוריקגיין צו די שטעטלעך פון דערהיים? עס איז אוועקגעפאלן פון יודישקייט זייער אסאך דעמאלס", היינט ב"ה מיט די אלע חסידות'ן ווי מ'באלאנגט, מ'האלט זיך אין א סיסטעם, מ'פאלט ארויס סאך שווערער, ב"ה די יודישקייט האלט זיך זייער שטארק אויף די סיסטעם, די סטאטיסטיקס ווייזן אז עס פאלן אוועק היינט סאך ווייניגער ווי אמאל".
נו, לאמיר זאגן אז עס איז אמת, קומט דאך אויס אז ווען נישט די סיסטעם וואלטן אוועקגעפאלן זייער אסאך פון יודישקייט, נאר פארוואס האלטן זיי זיך? וועגן די סיסטעם. נא, פון די וואס וואלטן אוועגעפאלן ווען נישט די סיסטעם, קענסטו דאך נישט פארלאנגען פון זיי מער וויפל די סיסטעם פארלאנגט פון זיי. זיי דאווענען ווייל יעדער ארום זיי דאווענט, אזוי טוען זיי אלע אנדערע מצות, און זיי טוען טאקע נישט קיין זאכן וואס וועט זיי אויסשפייען פון די סיסטעם. אבער שפעט צום דאווענען קומען, ווארפט אים נאכנישט ארויס פון די סיסטעם, אזוי אויך שפילן מיט די סעלפאן. פארגעס נישט! ער וואלט דאך ארויסגעפאלן אינגאנצן ווען נישט די סיסטעם, ער איז דאך פון די וואס די סיסטעם האלט אים.
נו, איז וואסערע טענות האסטו? פון איין זייט בארימט מען זיך מיטן סיסטעם, און נאכדעם ווען מ'זעט די פירות וואס אזא יודישקייט געט ארויס, פארשטייט מען נישט וואס גייט פאר מיט די היינטיגע יונגווארג?

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר