דורך cictim » דינסטאג יוני 06, 2017 1:38 am
לכאורה שטעלט זיך א קשיא וואס אלע פון גרויס ביז קליין קענען נישט פארשטיין פארוואס איש את רעהו חיים בלעו שרייבט דא??? פארוואס איינער וואס קען נישט הערן א דיעה אנדערש ווי מ'האט עם אריינגעפרעגעלט אין חדר שרייבט אין ק"ש? לכאורה אזא איינער טאר נישט אריינבליקן נאר אין "איד" אין און "אייוועלט"! מ'קען דאך ח"ו ווערן אנגעפיקעוועט מיט מינות און אפיקורסות ה"י! מ'קען ענטפערן אולי בדרך אפשר אזוי ווי עס איז געווען אביסל פארשלאפן די פלאץ דא, האט ער גענומען א פארקערטע שטעלונג אין יעדע ענין, וראה זה זה פלא! די עולם איז אויף געשטאנען, ס'געווארן פריילעך! אבער ניכרין דברי אמת, אונז זעהן דאך ווי יעדע תגובה ווערט געשריבן בדם לבבו, ממילא וועט מען מוזען קומען מיט א אנדערע מהלך, כ'האב געטראכט צו זאגן אז מ'קען איינטייטשן פשט אז די כוונה איז געווען קומען דא שרייבן (מיט א אנדערע ניק) אלע ווייטאגן וואס מ'האט אויף... א דירעקטע תוצאה פון די צומישטע חינוך וואס מ'האט באקומען, נאר וואזשע דען, ער האט עס גענומען צו אן עקסטרעמע מהלך (כנהוג אצל יוצאי מדינת הגר) און גענומען שרייען על ה' ותורתו, און דאס האבן שון די חברים נישט געקענט פארנעמען, איז ער געקומען מיט מחוורתא כדמעיקרא, ער וועט שרייען פונקט דאס וואס מ'האט עם אויסגעלערנט, און דער עולם וועט שוין אליין פארשטיין אז לא זו הדרך ולא זו העיר.