די פאבינדונג פון נאצי-דייטשלאנד עפאכע און "בארקלעיס סענטער"

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1205 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1927 מאל

די פאבינדונג פון נאצי-דייטשלאנד עפאכע און "בארקלעיס סענטער"

שליחה דורך ארי נוהם »

איך בין אויפגעוואקסן אלץ קינד מיט א ידיעה ברורה, אז די סאמע ערגסטע אנטיסעמיטיזם איז געווען די עפאכע פון נאצי-דייטשלאנד. די בעסטיאלן און מערדער, ראסיסטן און אנטיסעמיטן, באנדיטן און בלוט-זויגער, האבן געברענגט דעם גרעסטן אלטוועלטליכער חורבן אין היסטאריע, און דער גרעסטער מאסן-מארד אויפן אידישן ראסע.

דאס האט מיטגעברענגט א שווערע פראגע. מיר ווייסן דאך אלע, אז די דייטשן זענען געווען די אממערסט-פארגעשריטענע פאלק אין די וועלט, אין די תקופה בעפאר די וועלט מלחמה. נישט נאר זייער טעכנאלאגיע און ענדליכס זענען געווען אזוי פארגעשריטן, נאר זייערע מאניערן, דעות, און מאראלן, זענען כלומרשט געווען די וועגווייזער פארן וועלט פאר לאנגע יארן. וויאזוי האבן זיי זיך דערנידערט צו אזא שרעקליכע מצב פון שלעכטס און פארניכטונג???!!!

דער חרדישער ענטפער איז פשוט: "הלכה הוא בידוע שעשו שונא ליעקב"! דער דייטש האט פיינט דעם איד ללא סיבה. א פאנאטיקער וועט צולייגן א מימרא פון א גדול בישראל אז די דייטשן זענען די ריכטיגע איינקלעך לעמלק, וואס אין זייער גענע ליגט שנאת ישראל פאר טויזנעטער יארן. א מיהאלאוויצער איד וועט אפילו קענען אנדייטן אז אדאנק די השכלה, רעפארם, און אסימילירונג פון די דויטשע אסט יודע, איז דארט געווארן אזא חורבן. דער בקי בתורה וועט אפילו אנצייגן דעם באקאנטן מראה מקום אין משך חכמה, אויספירנדיג מיט פאטאס איבער א נבואה שנזרקה בו.


אבער ווען דער קשיא איז שווערער פון תירוץ, דארף מען זיכן עפעס בעסערס.

סוף כל סוף איז אומבאגרייפליך וויאזוי די דייטשע העכערע ראסע, די מענטשליכע מאראלישע דייטשן, האבן זיך אזוי צעווילדעוועט. שרייען "איינגעבאקענע שנאת ישראל מדורי דורות" איז א תירוץ פאר א בת היענה, אבער איך גראב זיך דאך נישט אריין אין ערד, און איך וויל יא א נארמאלע הסבר. וויאזוי קען אזא זאך געמאלט זיין? פון וואו נעמט זיך אזא שנאת ישראל?

די פלא ווערט נאר גרעסער, זעענדיג אז דאס ליגט איבערהויפט נישט אין די דייטשע גענעס. א געווענליכער דייטש היינט צוטאגס, שעמט זיך מיט זיין עבר, עקלט זיך פון די קורצע בארבארישע נאצי עפאכע פון זיין היימלאנד, און עס קומט זיי אפט טרערן זעענדיג וואס די אידן האבן מיטגעמאכט פון זייערע עלטערן. הכלל, ברור אצלי אז עס ליגט נישט קיין שנאה איינגעבאקן ביי זיי. אלא מאי, עפעס א שגעון איז אריין אין זיי פונקט יענע יארן???

נאכמער, די אידן אין דייטשלאנד האבן טאקע געלעבט אויסגעמישט מיט די גוישע שכנים, און זענען להדיא נישט געווען לעול ולמשא ביים באפעלקערונג (ווי אין פוילן), און האבן נישט אויסגענארט דעם גוישע שכן (ווי אין אוקראינא), און זענען אפילו געווען שטארק פאפולער אין געוויסע תקופות בעפאר די קריג. היהפך כושי עורו? וויאזוי האבן זיי זיך אזוי שנעל געטוישט צו בלוטיגע רשעות?


דער ענטפער איז גראדע א גרינגע. עס איז באקאנט דער ווארט פונעם רבי ריי"צ מחב"ד, אז "חזקה על תעמולה שאינה חוזרת ריקם", גראדע האט אים שוין איינער מקדים געווען מיט דעם גאונות. ה"ה להבדיל - הרשע הנודע לשמצה געבעלס שר"י, וואס האט געזאגט דאס זעלביגע ביים איינפעדימען די נאצישע פראפאגאנדע מאשין. געבעלס האט טאקע גענומען די פראפאגאנדע צו א נייע עקסטרעם. ער איז געווען א געניאס אין זיין פעלד, און האט באוויזן צו מאכן די ראדיא און אלע נייע טעכנאלאיגע אין פראפאגאנדע מאשינען פאר נאצציזם.

עס דארף קלאר ארויסגעברענגט ווערן, אז רוב דייטשלאנד האט מתחילה נישט מיטגעהאלטן מיטן נאצישער אידעלאגיע בכלל, און מיטן פיורער היטלער בפרט. די שיטה בכלליות האט געהייסן עקסטרעם, און היטלער בפרט האט געהייסן אומסטאביל (ערדאגאן/טראמפ אלערט). איי וויאזוי האבן זיי עררייכט שטיצע און געווינען מאכט? דא איז נישט די פלאץ פאר א לענגערע שיעור היסטארי', אבער עס זענען געווען פארשידענע פאקטארן וואס האבן צוזאמענגארבעט און געברענגט געווינטשענע (פארשאלטענע) תוצאות.

עס איז געווען א געמיש פון די כלל'ס אנטריסטונג, אסאך אסאך דייטשע וואנאביס קנאקערס וואס האבן זיך געזוכט א נאמען (און עווענטועל געווארן א קאפ קורצער דורך די זעלבע וואס זיי האבן גרויס געמאכט. השווה - סטאלינס רוסלאנד), א גוט ארגאנזירטע פראפאגאנדע מאשין וואס די רוב הדומם האט נישט אפגעענטפערט, און אזוי אויך - די יסוד היסודות אין אזעלכע פעלער: די עקסטרעמיסטן גייען מיט א פייער פאר זייער אידעלגיע, אבער די נארמאלע מענטשן טאקע מטבעם פארן זיין נארמאל, זיצן און קלאצן און שוידערן איבערן דערקייקלונג, אבער האבן נישט די נערוון צו פירן א מערכה נגדית.

דייטשלאנדס עקאנאמיע האט געליטן גאר שטארק, זונות האבן געהאט מער ארבעט ווי אין פאריז, אסאך עקסטרעמע אידעלאגיעס האבן געווילדעוועט איבער דייטשלאנד, און איין היטלער מיט אפאר וואנאביס האבן געמאכט די מערסטע נויז און בעיקר פארשטאנען די כח פון אומערמידליכע פראפאגאנדע.


ווען מענטשן הערן די זעלבע שטות צען מאל, הונדערט מאל, טויזנט מאל, און מיליאן מאל, הייבן זיי אן צו גלייבן אין דעם ללא רצונם. ס'נישט מעגליך אז א מענטש זאל נישט נשפע ווערן פון א דעת הרבים, און אויב די ראדיא מאשין זאגט איבער די זעלבע געדאנק אין אנדערע ווערטער, וועט דער געדאנק סוכ"ס זיך אנקלעבן אין אים, טראץ זיין אריגינאלע אייגענע געדאנקנס גאנג. א ראי'? קוקטס אן אונזערע אדמור"ים, מ'קארמעט זיי א גאנצע טאג "צדיק" און "רבינו", ביז ער גלייבט שוין טאקע אין דעם...



יארן לאנג איז מיר דאס געווען זייער א שווערע ביטערע פיל אראפצושלינגען. אמער, אביסל נארישע פראפאגאנדע זאל זיך אזוי אריינגראבן ביי נארמאלע מענטשן אין הארץ? פון א הויכקלאסישער אינטעלעגענטע "אינטעלעקטואלע" הויכגעשפריצטע אריער ריינער דויטש, זאל ווערן א בעסטיאלישע מערדער? קיין אינערליכע שנאת ישראל בלויז א מח דחוק וואס האט געגלייבט די נאצישע פראפאגאנדע מאשין? איז עס דען מעגליך???


אבער היינט בין איך ענדליך אויפגעקלערט געווארן, און איך קען זאגן מיטן פולסטן רואיגקייט אז יא! מענטשן קענען איבערגעדרייט ווערן אין גאר א קורצע וויילע, און פון נארמאלע דורכשניטלכע און אפילו אינטעליגענטע מענטשן, קען ווערן א צודרייטער עקסטרעמיסט וואס גלייבט סיי וואס דער "פראפאגאנדע מאשין" פארקויפט.

און א חידוש גאר, אז עס פעלט ניטאמאל אויס יארן פראפאגאנדירן. מיט די ריכטיגע פלאקאטן און אומריכטיגע אינפארמאציע, קען מען ברענגען זעכצן טויזנט האלב-נארמאלע מענטשן, צו טון עפעס וואס גייט קעגן דעם סברא ישרה פון יעדער נארמאלער מענטש - וואס באלאנגט נישט צו "איין שיכט פון איין קרייז" (קרעדיט: [tag]געוואלדיג[/tag]), און טראצדעם וואס די ביליגקייט און מאניפילאציעס און אינטריגעס פון די פאר וואנאביס זענען ידוע לכל - אפילו ביי די גלויביגע אין די פראפאגאנדע זעלבסט, דאך האט עס נישט פארמיטן פון די טויזנטער פארשוינען צו קומען עמטליך אנטיילצונעמען אין א מעמד וואס א חוץ א פרישע טוץ פראפאגאנדע האט עס גארנישט געזאגט אדער אפילו געקלערט אויפצוטון.


ייש"כ זאלוינים פארן מיר אויסקלארן די ספקות איינמאל פאר אלעמאל: איר זענט נישט קיין שוטים, און די נאציס זענען מעגליך ניטאמאל געווען קיין עכטע אנטיסטעמיטן. איר זענט אלע א קרבן פון די כח פון פראפאגאנדע.

ווי וואלט קלינטאן (דער זכר) געלאפן היינט צוטאגס?
"איטס די פראפאגאנדע, סטופיד!"
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר