ויהי ממחרת

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1787 מאל

ויהי ממחרת

שליחה דורך שלום שטיסל »

[justify]די מעלה פון קאווע שטיבל איז מ'קען בלייבן אביעקטיוו, אויסדריקן די אייגענע מיינונג, און טראכטן גראד אן ווערן צענזורירט פון די ארום, טראכט איך אז דא איז די פאסיג פלאץ צו לופטערן מיינע מחשבות נאכן בארקלעיס מחאה.

איך בין לכאורה געווען פון די ערשטע דא אין שטיבל אויפצוברענגן מיינע ספיקות איבערן מחאה אויף וואס זיי רופן אן די גזירה פון גיוס בני ישיבות, און מיינע אלע ספיקות איבערן עצם גיוס זענען במקומם עומדת (כאטש כ'בין אביסל מער צעמישט), כ'האב מיר נישט באטייליגט דארט, אבער כ'קען נישט צוקוקן ווי מענטשן האבן נעבעך נישט די מעגליכקייט פון טראכטן נארמאל.

ס'איז קלאר אז ס'איז דא פארשידענע דיעות איבער דעם גאנצן מחאה, ס'איז דא אסאך קרייזן סיי פון סאטמאר און סיי פון ארץ ישראל וואס איז זיי געגאנגען בנפשם דאס זאל זיין א דורכפאל, זיי האבן געטוהן אלעס מעגליך אז דאס זאל נישט צושטאנד קומען, פון די נישט סאטמארע פראקציעס איז געקומען א אפענע מלחמה מיט דעם מחאה, ווער ס'איז אביסל אריינגעטוהן אין די אידישע מידיע וועלט האט באגעגנט יעדן טאג א פרישער ארטיקל אין די היימישע ישראל'דיגע פרעסע מיט ליצנות און מחאות קעגן דעם כינוס, ווי אויך האבן זיי זיכער געמאכט אז די לעיקוואדע ראש ישיבות באטייליגן זיך נישט, די יתד און המבשר זענען נישט געזיצן שטיל קיין רגע פון ווען דער מחאה איז פראקלאמירט געווארן, אין ככר השבת איז דאס געווען אויף די טאפ נייעס פאר ס'לעצטע צוויי וואכן, כמעט יעדן טאג איז געווען א פרישער ארטיקל, טייל טעג אילו צוויי אדער דריי ארטיקלן, מ'האט זיכער געמאכט צו פארטייטשן אז דאס איז א מחאה קעגן רב שטיינמאן אפצוהאלטן מעסיגע מענטשן פון אהין גיין (דער צעדרייטער וועבזייטל וואס רעדאגירט יעדע תגובה צום טיטל 'אלטער ראש ישיבה פון בני ברק' איז ווערט א ארטיקל פאר זיך) און כל מיני תחבולות צו שטערן דעם כינוס.

פון די קרית יואל'ע פראפעגאנדע מאשין וואס איז אגב זיס ווי צוקער איז אויך געקומען יעדע דריי מינוט א פרישע ספין, ש. ווידער האט זיך יעדע דריי מינוט געטוישט די נאמען אויף וואטס אפפ, איינמאל פאר "עי ענד עס פארטי רענטל", איינמאל פאר יעקב בער ועוד ועוד, און געשיקט סקרין שאטס וואס האט געקאסט א לאך ביי יעדעם, זיי האבן אפילו מסכים געווען צוריקצוציען פונעם גאנצן גזירות גיוס וואס זיי האבן נאך פארפירט דערקעגן א וואך בעפאר, זיי האבן פארשפרייט כל מיני שמועות און בריוו'ן, אנגעהויבן פון אהין ברענגן נורסערי קינדער, אנטוהן ווייסע העמעדער, שווארצע ליילעכער, בריוו'ן פון רבנים פארן מחאה צו זיכער מאכן אז ס'קומט א הכחשה, איכה נוסחאות, קינות און פיוטים, מעלדונגן און אנווייזונגען, אויסצוגן פון שמועסן ביי רז"ל אין שטוב, וכל מיני ארטיקלן וואס יעדער וואס טוט אין שרייבעריי און קען צוזאמשטעלן שפראך פון שרייבער ווייסט אז דאס איז בלאט לשון, רוב פון זייערע זאכן איז געווען עכט פאני, איי מאסט הענד איט טו דעם, זיי האבן טעלענט, שוין לאנג נישט געווען אזעלכע געלונגענע ארט אויף וואטס עפפ, אז מ'קען קען מען. ביז די לעצטע מינוט איז דער ליצנות געווען גרויס, ס'איז געקומען ליידיגע בילדער און וואס נישט. אבער ס'קומט אייביג דער ויהי ממחרת, וואס איז יעצט?

מ'דארף קענען בלייבן אביעקטיוו, דער רז"ל האט באוויזן עפעס אומגלויבלעך, ער האט צוזאמגעשלעפט א ערענסטער מאסע אידן, ער האט צוזאמגעשלעפט א מאסיווער נומבער פון סאטמאר געשטימטע רבנים, ער האט באוויזן איבערצוקומען די אלע שטיינער וואס מ'האט אים אונטערגעלייגט, ער האט אנגעפילט דעם זאל וואס ער האט געוואלט אנפילן, אצינד לאכט ער א גוטס. די אלע דזשאוקס ארום איז געלייגט געווארן אין שאטן קעגן דעם איינעם גרויסן דזשאוק וואס ער האט באוויזן, ער איז דער ערשטער און דער איינציגסטער וואס האט צוזאמגעשלעפט אזויפיל אידן און אזויפיל רבנים אין אמעריקא פאר א צוזאמקום וואס ווערט געשטיצט דורך א איינצעלער קרייז און האט א קעגנערשאפט פון פיל צאליגע גרויסע קרייזן.

יעצט הייבט אן קומען די אלע קארני מעסעדזשעס ווי נתניהו געבט אויף די מדינה, מ'האט אהיימגעשיקט אלע היימישע פון צה"ל ועוד, אבער דאס איז געפערליך לוזעריש. בלייבט אביעקטיוו! אלע דזשואקס זענען גוט געווען ביז היינט נאכמיטאג, אצינד זענען זיי אלע א טאטאלע דורכפאל![/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שלום שטיסל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 126 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר