אונטער דעם אייזערנעם פארהאנג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1078 מאל

אונטער דעם אייזערנעם פארהאנג

שליחה דורך הדד בן בדד »

שלום עליכם טייערע ידידים, שוין לאנג נישט געווען דא, אבער איך האב נעכטן בייגעוואוינט א גאר ווייטאגליכער עפיזאד, וועלכעס האט, נישט נאר געברענגט טרערן צו מיינע אויגן, נאר איך האב טאקע פאקטיש געוויינט. און נישט סתם, נאר געלאזט פאלן פילע טרערן.

אלזא, איך האב זיך נעכטן געטראפן מיט עלטערן פון א בחור'ל פון ישיבה קטנה עידש, וועלכער איז ארויסגעווארפן געווארן פון ישיבה. יא, גאנץ פשוט. איך האב געטראפן דעם בחור אויך און ער זעהט אויס ווי א געהעריגער חסיד'ישער בחור. שיינע, לאנגע געקרייזעלטע פיאות (אנע דיפיטי דו), א געהעריגא לאנגע רעקל מיט א הויכע ביבער הוט. עלטערן זעען אויס געהעריג. בקיצור, דער בחור קען בשום אופן נישט אריינגיין אין דער קאטעגאריע פון א באם.

אויב אזוי פארוואס איז דער בחור אינדרויסן? ווייל ער האט א געוויסע פראבלעם, א אישו, און דער מנהל זאגט אז ער איז נישט געמאכט געווארן צו דיעלן מיט אזא פראבלעם. איך האב אליינס גערעדט צום מנהל און ער האט מיר ס"ה באשטעטיגט וואס די עלטערן זאגן. ער זאגט מיר אז דער בחור איז נישט קיין שלעכטער בחור אבער צוליב דעם פראבלעם זיינער שטערט ער אים און ער קען דאס נישט הענדלען.

איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין קיין אריכות, אבער ס"ה בין איך צוגעקומען צו די מסקנא אז (לפי דעתי, און יא, איך זאג קלאר אז דאס איז נאר לפי דעתי) איז דער מנהל נישט גערעכט. אז דו האסט אנגענומען דעם בחור, און דו אליינס זאגסט אז ער איז א וואוילער בחור, דארפסטו מיטארבעטן מיט אים. די עלטערן זענען גרייט צו ארבעטן מיט דעם פראבלעם און צושטעלן וואס עס פעלט אויס, אבער דער מנהל איז נישט גרייט. נאך וואס דער פראבלעם וועט זיין געלייזט, וועט ער זיך איבערקלערן.

פיין (כ'מיין, גארנישט פיין, אבער ליידער איז עס אזוי), עס איז נישט די ערשטע אזא מעשה, היינט איז א עולם התיקון, א וועלט מיט א ריינע ראסע, קיינער האט נישט קיין פראבלעמען, קליינע קינדער ווערן געבוירן מיט אויסגעארבעטע מידות, בחורים און מיידלעך קומען צום שידוך אויף די העכסטע מדריגות ברוחניות בגשמיות, נישט געבליבן מער אויף וואס צו ארבעטן, און אויב ח"ו יא, דארף מען זיך תיכף גט'ן. נו, אין אזא וועלט לעבן מיר ליידער.

אבער וואס האט מיך צושאקעלט ביז די נשמה און מיך ארויסגענומען פון גלייכגעוויכט, איז געווען ווען די מאמע גיט זיך א רוף אן צו מיר: "איך געדענק א ניגון פון מיינע קינדער יארן, ווי א אינגל אין אמעריקא רעדט צו ניקאליי, א אינגל אין רוסלאנד, אונטער דעם אייזערנעם פארהאנג, זייער א הארציגע ניגון. איך שפיר ווי מיין בחור איז דער ניקאליי. א וואוילער בחור, וואס וויל זיין ערליך און דינען דעם אויבערשטן, אבער ער טאר נישט. ער פיט נישט אין דעם באקס און דערפאר באלאנגט ער נישט אין ישיבה. ער טאר נישט לערנען קיין תורה און אידישקייט, ער טאר נישט איינקויפן מוסר און יראת שמים. ער מוז בלייבן, אזוי ווי ניקאליי, ביהיינד די אייראן קוירטען פון די עולם הישיבות און זיצען אינדערהיים."

בערך דאס זענען די ווערטער וואס די מאמע האט מיר געזאגט, און דערביי האט זי אנגעהויבן וויינען.

וואס זאל איך אייך זאגן. איך געדענק זייער גוט דעם ניגון (פון דעם דזשעפ טעיפ), איך בין אליינס אויפגעוואקסן מיט דעם ניגון אלס קינד. די אייזערנע פארהאנג איז נאך דעמאלס געווען בתוקפו און דער ניגון האט גערעדט צו די הערצער פון אידישע קינדער, און בתוכם, צו מיין הארץ. איך האב שוין געהערט דעם ניגון במשך די יארן דא און דארט, שוין נאך וואס דער פארהאנג איז געפאלן, און עס האט געברענגט נאסטאלגישע געפיהלן צו מיר, פון מיינע קינדער יארן, בשעת איך האב געטראכט צו זיך: נו, ב"ה אז היינט האלט מען פיל ווייטער. עס איז מער נישט דא דער אייזערנער פארהאנג.

אבער נעכטן, זיצנדיג מיט די עלטערן, ווי די מאמע האט עס אזוי לעבעדיג אראפגעלייגט, ווי איר טייערער בחור'ל איז געבליבן ארויסגעשפארט פון די ווענט פון ישיבה, האט עס באקומען גאר א נייעם משמעות. די מאמע'ס ווערטער, און אירע טרערן, ווי אויך דאס ווייטאג פון דעם בחור'ל וועלכער האט ממש געוויינט פאר מיר אז ער איז נגרש געווארן מהסתפח בנחלת ה', האבן געלעכערט מיין הארץ און איך האב גארנישט געקענט טאן אויסער מיטוויינען מיט איר. עס האט מיר גארנישט געשמעקט, עס איז מיר נישט געווען בא'טעמ'ט צו וויינען אזוי אומערווארטעט פאר אנדערע מענטשן, אבער דער פלייץ איז געקומען, איך האב מיטגעוויינט און געלאזט די טרערן פליסן.

למעשה האב איך הנאה דערפון. זאל זי כאטש זעהן אז איינער פילט מיט איר ווייטאג.

איך האב אבער געשפירט אז איך מוז פארציילן די מעשה פאר אנדערע, דעריבער בין איך אהערגעקומען עס פארציילן.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר