ווילסט הערן א גוטער דזשאוק?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 434 מאל

ווילסט הערן א גוטער דזשאוק?

שליחה דורך נח בער »

ווילסט הערן א גוטער דזשאוק?

פאפא.

יא, אין וויליאמסבורג איז דא א פאפא קהלה וואס דארף זיך מיט גארנישט שעמען פון דעם אמאליגן כעלם.

ס'איז דא גראדע צוויי פאפאס, וועלכע ווערן אנגעפירט דורך צוויי פון די קינדער פונעם פריערדיגן פאפא רב.

די חסידים גראדע לעבן גאנץ גוט צווישן זיך, אבער די צוויי פאפא רבי'ס קומען זיך נישט דורך.

עכ"פ די פארלאפענע וואך האט איין פאפא פאררופן א ריזיגן עצרת אין בארקלעיס סענטער, צו פראטעסטירן אויף א מכלומר'שטע גזירה אז מען כאפט בחורים אין מיליטער, א שקר וואס ווערט פארשפרייט דורך א ליטווישער קרייז אין ארץ ישראל וואס איז אין א בלוטיגן 'מי בראש' מלחמה מיט אן אנדערן ליטווישן קרייז, און האט פיפיג איינגעשפאנט די תמימות'דיגע פאפאנער אידן צו פירן די מערכה פאר זיי אין די ווייטע אמעריקע.

אבער וואס ווילסטו פון פאפא?

די כינוס איז געווען א מורא'דיגע הצלחה. די אנדערע פאפא זאגט אז ס'איז געווען אונטער צען טויזנט מענטשן, אבער די דאזיגע פאפא זאגט אז ס'איז געווען איבער פופצן טויזנט מענטשן. איך זאג אז ס'איז געווען צוואנציג טויזנט. פארוואס נישט? פעלט דען שוטים אין פאפא?

ביים כינוס האט מען געברענגט א בחורים-טרייבער אין ארץ ישראל און אים אויסגערופן אלס ראש ישיבה פון יענע און יענע ישיבה, און די פאפאנע שוטים זענען געווען עקסיידעט אז אפילו די יעניגע זענען שוין מודה אז דער רבי איז געווען גערעכט.

מען האט אויסגערופן אז דער ראש ישיבה וועט רעדן אין לשון הקודש מיט די אשכנזי'שע הברה, הגם, דער "ראש ישיבה" איז א ספרדי, פשוט ווייל פאר די פאפאנע שוטים איז שווער מסביר צו זיין דעם חילוק צווישן איווריט און לשון הקודש מיט די ספרדי'שע הברה, האט מען געמאכט דעם "ראש ישיבה" זיך ברעכן די ציין, און דער פאפא עולם איז געווען עקסיידעט אז מען רעדט נישט ח"ו ביי אונז קיין איווריט.

דער "ראש ישיבה" האט ווי א געניטער עקטאר געוויינט מיט זודיגע טרערן איבער בחורים וועלכע עקזיסטירן נישט. א טאג דערויף ווען ס'איז נתגלה געווארן קלונו ברבים האבן די פאפאנער חכמים מסביר געווען אז באמת עקזיסטירן די בחורים יא, נאר מען האט געטוישט זייערע נעמען צוליב רחמנות. והא ראי' אז זיי עקזיסטירן יא, דא האט איר זייערע עכטע נעמען... און די פאפאנער שוטים האבן ניטאמאל באגריפן די איראניע. (דאס אז די בחורים, קינדער פון פרייע שטיבער, זענען נישט געכאפט געווארן נאר געגאנגען מרצונם הטוב אין מיליטער, דאס איז שוין געווען צו קאמפליקעיטעד פאר די פאפאנער אידן אריינצונעמען אין קאפ.)

אבער דאס איז נאכנישט אלעס. ביי דעם כינוס זענען געווען ריזן סקרינס דורך וועלכע מען האט געקענט מיטהאלטן דעם גאנצן כינוס. דער טשעירמאן האט זיך אויפגעשטעלט און דערקלערט מיט פאטאס אז די טרייפענע סקרינס האט גארנישט מיט אונז. דאס האט מען געמוזט טון צוליב סעקיוריטי, וכו', און דער פאפאנער ציבור האט דאס אפגעקויפט פאר גוט געלט, אפילו ווען אויפ'ן סקרין זענען די גאנצע צייט געלאפן לשה"ק ווערטער און אפילו אבינו מלכינו מיט שיר המעלות.

דער אנדערער פאפאנער ציבור איז געווען באבלאזן פונעם סוקסעס פון דעם פאפאנער ציבור. דער רעדאקטאר זייערער האט באשלאסן אז מען גייט ווייזן פאר די וועלט אז אונז זעמיר גרעסערע פאפאנער פון די אנדערע פאפאנער, און דאנערשטאג צופרי האט דער פאפאנער צייטונג געדרוקט אויפ'ן פראנט פעידזש א **** אפענדער-סטייל ליסט פון פארשידענע ראשי ישיבות מיט זייערע אדרעסן, אז די פאפאנער מאסן זאלן זיי טעראריזירן און הערעסן מיט פאפאנער בריוו במשך פון די קומענדיגע צוויי חדשים.

פארשטייט זיך אז די ליסט האט נישט פארמאגט די בילדער/אדרעסן פון גור (פון זיי האט מען מורא), בעלז און וויזניץ (שוואגערס) און חסידישע רביס וועלכע האבן סאך מער מיט'ן "מגיפת הגיוס" ווי די ניין פארקוועטשטע ראשי ישיבה, וואס רוב פון זיי האבן נישט קיין שום פאליטישע פאוער. די ליסט האט אויך נישט אנטהאלטן די בילדער/אדרעסן פון די זעקס חברי הכנסת וועלכע זענען דירעקט פאראנטווארטליך פאר יעדן דיעל צווישן די מדינה מיט די חרדים.

אבער די מערכת קענענדיג זייער גוט זיין פאפאנער עולם האט געוואוסט אז דער עולם וועט נישט כאפן אדער באגרייפן דעם חילוק, און אפקויפן אלעס וואס ער זאגט זיי, אזוי ווי זיי האבן אפגעקויפט ווען ער האט געדרוקט אויף די פאדערשטע זייט פון די פאפאנער צייטונג אז עס זענען געווען הונדערט טויזנט אידן ביים פראטעסט וואס די פאפא האט פאררופן מיט דריי יאר צוריק, און אזוי ווי זיי האבן אפגעקויפט זיינע כסדר'דיגע זיג-דערקלערונגען ביי די לעגאלע פייטס צווישן די צוויי פאפאס. בלויז מיט אפאר וואכן צוריק האט די זעלבע צייטונג געלאזט אויפהענגען א קנאות סיין ביי די הדלקה צערעמאניע וואס זייער פאפא רבי מאכט יערליך און נאכ'ן הדלקה דערקלערט קבל עולם ומלואה אז די הדלקה איז פאקטיש געווען א מאסן דעמאנסטראציע קעגן די מדינה איבער'ן גזירת הגיוס, און די פאפאנער פערדן האבן דאס אפגעקויפט.

*

איך קען מאריך זיין נאך סאך לענגער אבער די הענט טוען מיר שוין וויי.

איז יעצט לאמיך ענק יעצט געבן א דאוז פון רעאליטי: טייערע סאטמארער אידן, ס'איז אמת אז פאפא איז נאר די פערט-גרעסטע קהלה נאך די דריי סאטמארס אין וויליאמסבורג, זאלונים, אהרונים און בני יואל, אבער זיי זענען א הערליכע קהלה וואס האט זיך מיט גארנישט צו שעמען פון ענק סאטמארער אידן.

אויב ווילט עטס רעדן פון צמצום און פארמאכטקייט שטייגט עטס זיי איבער פי כמה. איך האב אויסגערעכנט בלויז עטליכע משלים פון איין וואך. אבער שוין צענדליגער יארן וואס כלל ישראל לאכט פון ענקער צמצום און פארמאכטקייט, איז אנשטאט לאכן פון אנדערע, קוקט אין שפיגל ווייל עטס זענטס א געלעכטער אין די וועלט

ווילסט הערן א גוטער דזשאוק?

סאטמאר.

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר