אתרי ובלוגי ידיעות ומחשבה

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

אתרי ובלוגי ידיעות ומחשבה

שליחה דורך הוגה »

[justify]מיר אלע האבן ליב פון צייט צו צייט נעמען א ברעיק פון די נער׳ישע געשפרעכן פון די טאג, די ווידיאו קליפ און בילדער שעירינג אויף וואטסעפפ און אפילו פון טראגן די דאגות העולם. די בעסטע וועג דאס צו טון איז דורך ליינען עפעס וואס וועט צוגעבן ידיעות און אינטעליגענציע. די פראבלעם איז אז נישט אלעמאל האט מען א גוטע ספר אדער בוך אונטער די האנט. מה עשה הקב״ה, ער האט באשאפן אזא זאך ווי אינטערנעט וואס איז א כרכא דכולא ביה, אנגעהויבן פון שטותים והבלים ביז להבדיל אלע מיני חכמות העולם. (אויסער דעם וואס אלע ספרים און ביכער געפינען זיך שוין היינט אין די עולם הווירטואלי.) מען האט צוטריט צו די אינטערנעט א גאנצע טאג, צו אויפן קאמפיוטער, צו אויפן טאבלעט אדער אויף די סעלפאון. מען קען מיט אפאר פינגער-דרוקן אנקומען צו ליינען און לערנען גאר וויכטיגע און אינטערעסאנטע זאכן.

איך וויל מקדיש זיין דער אשכול אז די עולם זאל מיטטיילן זייערע bookmarks אדער סתם וועבזייטלעך און בלאגס וואס זיי האבן באגעגנט דורכאויס די יארן.

וזאת למודעי. ביטע נאר לייגן אזעלכע וועבזייטליך און בלאגס וואס פארמאגן דברי חכמה ומחשבה, נישט סתם נייעסלעך, דזשאוקס, בילדער וכדומה. די נושאים קענען זיין היסטאריע. ביאגראפיע, יהדות, חסידות, פילאזאפיע, סייענס, מאמטעמאטיק, ליטעראטור, די ארטס ועוד.

ביטע לייגט לינקס צו די וועבזייטלעך און בלאגס וואס איר האלט וועט אינטערעסירן אנדערע, וועט מוסיף זיין ידיעות וחכמה, און ביטע לייגט א שטיקל דעסקריפציע איבער די תוכן און אויב מעגליך איבער די בעלי הוועבזייטל. איך וועל אנהייבן מיט אפאר שטיק, און מיט די צייט וועל איך מוסיף זיין נאך.


1) תומר פרסיקו איז א פראפעסאר און א שרייבער. זיין מומחיות איז אין קאמפעריטיוו רעליגיעס, די איסטערן רעליגיעס, די תנ״ך און אין די מיסטישע הנהגות. זיין בלאג און וועבזייטל איז מלא וגדוש מיט אינטערעסאנטע ידיעות און אבזערוואציעס אין די תחומים, ווי אויך זייער קאריספאנדענס צו היינטיגע גשעענישן. דאס ביסל וואס איך האב געליינט דא און דארט איז מיר שטארק געפאלן. די בלאג איז אין עיברית.

2) ״הרהורים״ אדער ווי עס ווערט היינט אנגערופן Torah Musings איז פון די שענסטע און מערסט-פראפעסיאנאל ארטאדאקסישע בלאגס. די נושאים וואס ווערן דארט געדעקט האבן אלע א דירעקטע שייכות צו אידישקייט, אנגעהויבן פון הלכה, השקפה, חז״ל, תנ״ך ועוד. פארשטייט זיך אז די פרשנות איז פיין צוגעשטימט צום רוח הזמן. דער בלאג איז געווען פארמישט דא און דארט אין קאנטראווערסיאלע פרשות. די צוויי וואס איך געדענק כרגע איז ווען ער האט נישט געוואלט פובליצירן אן ארטיקל פון סעם העריס, און זיין שטארקע שטיצע פאר הרב נתן סליפקין און זיינע ביכער. הרהורים איז מעשי ידיו פון גיל סטודענט, א געוועזנער טינעק׳ער און א מיטגליד פון די פרומע קהילה אין מארין פארק. די בלאג איז אין ענגליש.

3) בין השמים ובין הארץ. רסיסי הגות, צלילי שירה, וניצוצי נשמה; בענייני פוסט-מודרניזם, אקזיסטנציאליזם, יהדות, חסידות, ואיזביצ'א. איך ווייס גארנישט איבער די כותב הבלאג (ווער עס ווייסט זאל ביטע אריינפילען די אינפארמאציע). ער שרייבט געוואלדיגע טיפזיניגע ארטיקלן מזמן לזמן. זיינע דעות זענען געבויט אויף די תורת המי השילוח. עס דערקענט זיך אויך אינספערעישאן פון רבי שלמה קארליבאך און אושו.

4) The Torah איז א ליקוט פון אינפארמאציע און שטודיע ארטיקלן איבער תנ״ך פון א היסטארישע און קאנטעקסטואלע פערספעקטיוו. איר דערקענט אוודאי דער וועבזייטל פון די ארטיקל וואס יואל, די סאטמארע ביבל קריטיק האט געשריבן. עס זענען דא יסודות׳דיגע ארטיקלן ווי אויך וועכנטליכע ארטיקלן מקושר צום פרשה אדער צו די מאורעי הזמן. אלעס איז געשריבן דורך דענקער און וויסנשאפטליכער פון די העכסטע קאליבאר. דער וועבזייטל איז אין ענגליש.

5) עטליכע ארטיקלן פון די געוואלדיגע בלאג יהודים על הירח זענען שוין ברייט איבערגעשמועסט געווארן דא אין די שטיבל. איך ווייס גארנישט איבער די בעל הבלאג. ער שרייבט די פאלגענדע: מטרתו של בלוג זה היא לספר על צדדיו הפחות מוכרים של ארון הספרים היהודי. המוזר, האירוני, המפתיע – ולפעמים גם מעורר ההתפעלות או המקומם. לא מתוך נימה של הטפה דתית, אך גם לא מתוך לעג אתאיסטי. עס איז ווערד אריין צו גיין דארט מפעם לפעם און ליינען די נייע סחורה. דער בלאג איז אין עיברית.

6) נאך א בלאג וואס איז גאנץ אינטערעסאנט און מלא ידיעות איז ראציאנאליזירטע אידישקייט. די מטרת הבלאג איז צו נעמען א ראציאנאליזירטע גישה צו תורה ויהדות באזירט אויפן רמב״ם מיטן ציל עס צו רעקאנסילן מיט די היינטיגע מדע. די בעל הבלאג איז די אלעמען באקאנטע קאנטראווערסיאלע zoo Rabbi נתן סליפקין. סליפקין איז א מומחה אין געוויסע סייענטיפישע נושאים, ובפרט אלעס אנבאלאגט צו zooligy. ער איז ברייט באקאנט געווארן נאכן פאבליצירן זיין בוך וואס צייגט אז עוואלוציע איז נישט קיין סתירה צו די תורה ואמונה. דער בלאג איז אין ענגליש.


איך וועל מיר דערווייל דא אפשטעלן און מיט די צייט וועל איך מוסיף זיין נאך. איך וויל בעטן אז די עולם זאל ארויסהעלפן מיטן צולייגן אנדערע אינטערעסאנטע סייטס, אדער מער אינפארמאציע אויף די עקסזיסטירנדע סייטס. אויך ווען אימער איר באגעגנט זיך מיט א גוטע סייט ביטע צייכנט עס דא אן שיהנו אחרים.




.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר