אינפערמאציע פאר א מעגליכע אפקאמינג גרוש

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ענדע צדיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 10:06 am
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

אינפערמאציע פאר א מעגליכע אפקאמינג גרוש

שליחה דורך ענדע צדיק »

היות קאווע שטיבל איז געווארן די היימישע פלאץ ווי אידישע קינדער קענען זיך אדורכשמוסן אויף נושאים וואס ווערן בדרך כלל דערשטיקט ביי אונזער ציבור, וויל איך פרובירן מיין מזל.
איך בין זייער נאנט מיט א אינגערמאן וואס איז פארהייראט כמעט 10 יאר, און מוטשעט זיך זייער זייער מיט שלום בית.
די מצב איז געקומען צו דעם אז זיין טערעפיסט האט אים פארגעלייגט אז ס'איז מעגליך אז ער וועט זיך מוזן צוטיילן פון זיין בני בית.
זיי האבן שוין עטליכע זיסע קינדער ב"ה, און ער איז זייער פארלוירן, היות דאס איז א נושא וואס איז זייער פרעמד ביים היימישן ציבור וואס מוטשעט זיך נישט דערמיט, און ער האט אפילו נישט ועם צו פרעגן.
און וויסענדיג אז איך פארמאג דא א ניק האט ער מיר געבעטן איך זאל זיין א ענדע צדיק און אנפרעגן דא ביים ציבור וואס ער וויל וויסן.
[איך פארשטיי אז איר קלערט אז דער חבר איז מיר אליינס, אדם קרוב אל עצמו... אבער איך האב ממילא נישט קיין וועג אייך אפצואווענדן... זאל איך עס אזוי, טראכט וואס איר ווילט, אבער אויב קענט איר העלפן ביטע העלפט ארויס א חבר מיינער].

שמועסנדיג מיט אים האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיינע פראגעס לעת עתה צוטיילן זיך בעיקר אין צוויי:
וואס זענען די רעכטן פון די טאטע איבער זיינע קינדער?
וואס זענען די התחייבות'ן פון די טאטע צו זיינע קינדער?

בנוגע רעכטן:
פארשטייט זיך אז ווען די קינדער וואוינען ביי די מאמע איז זי למעשה דער וואס איז מחליט אין טאג טעגליכן לעבן וואס מ'טוט.
איז דא גרעסערע זאכן ווי די טאטע קען אויך אריינרעדן?
למשל אין וועלכע ישיבה דאס קינד זאל לערנען? וועלכע קעמפ?
אויב דאס קינד דארף טערעפי אדער האט א פיזישע פראבלעם, קען דער טאטע מיטהאלטן וואס טוט זיך און אריינרעדן בנוגע א דאקטאר/טערעפיסט?
ווען ס'קומט צום בר מצוה, ווער איז מחליט אופן זאל? מעניו? וכדומה?
און שפעטער ביים שידוך? חתונה?

בנוגע התחייבות'ן:
דארף די טאטע אויסצאלן אלע קאסטען פון די קינדער? הויז קליידער עסן וכו' וכו', אדער עפעס ליגט אויף די מאמע אויך?
און אויב די מאמע בלייבט וואוינען מיט די קינדער אין א געדינגענע אפארטמענט אזויווי ביז היינט, דארף דער טאטע באצאלן פול רענט? אדער קען ער איר מחייב זיין אריינצומופן אין א קלענערע דירה? אדער אריינמופן צו אירע עלטערין?
און אויבן אויף בקיצור נמרץ וויאזוי ארבעט טשיילד קער? וויפיל געלט? און גייט עס אין קעש? אדער די טאטע באצאלט שכר לימוד וכדומה?
ווער זארגט זיך אויף רוחניות'דיגע זאכן וואס א מאמע קען זיך נישט זארגן? א שטייגער פון נעמען דאס קינד אין שול?

עפעס פון פריער טוישט זיך אויב די פרוי האט נאכאמאל חתונה?


וויאזוי ארבעט וויזיטעישן?
אויב ביידע וואוינען אין זעלבע שטאט? און אויב איינער וואוינט אין א צווייטע שטאט?
וויפיל קען א טאטע האבן די קינדער בדרך כלל? וויאזוי גייט עס מיט שבת ויום טוב אויב מ'וואונט אין אן אנדערע שטאט? וואס טוט זיך מיט זשחות ביי זיין משפחה?

איך האב געפרעגט זייער בכללות, און ווען ער וועט האבן נאך פראגעס וועל איך ווייטער פרעגן.
ווער ס'וויל זיין גוט און ענטפערען דאהי אדער אין אישי למצוה גדולה ייחשב.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר