רבנות שררה ירושה - השקפה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2066 מאל

רבנות שררה ירושה - השקפה

שליחה דורך אישתישבי »

דא אין שטיבל איז מען געוויינט צו קריטיקירן רבנים רבי'ס ראשע ישיבה וכו', אויף זייערע החלטות תקנות שיטות און לאזונגען, אבער אין אלגעמיין, אין פאבליק פלעצער, בעסמעדרעש מקוה פיזיקאלע קאווע שטיבלעך און שווימען פלעצער, איז קריטיקירן רבנים נישט אנגענומען אלץ א נארמאלע זאך, דער וואס טוט וואגען צו יא קריטיקירן וועט האבן א נאמען אלץ א ... משוגענער ביי רוב נוצבארע שעפעלעך, און ביי די מיעוט חכמים וועט מען אים באטיטלן מיט מער צוגעפאסטע נעמען, צו א נערווען ליידענדע, צו א אויבער חכם למר כדאית ליה.

מיין שאלה דא איז אויך אן אנדערע ריכטונג, כ'וויל באמת פארשטיין וואס איז פשט אז די חכמים (תקנות הלל) האבן קובע געווען אז א זוהן ירשנ'ט שררה, אפילו ווען ער טויג נישט אזוי. כל זמן דער זוהן קען טוהן דער שררה, אפילו נישט בשלימות, וואס דאס מיינט אז רובא דרובא מאל וועט דער זוהן איבערנעמען דער שררה.

עינינו ראו ולא זר, ווי דער תקנה האט געמאכט חרבנות אין כלל ישראל, מען קען נעמען אלע חסידות'ער היינט (העי ליטוואק איך רעד נישט פין ענק ווייל איך געב נישט קיין מצוה, אבער ענק ליגן אין די זעלבע צואה), און קוקען אויף די רעביס און איינזעהן אז על פי רוב זענען זיי נישט קוואליפיצירט, גענוג אז ווען מען זאל דארפען ערוועלן א מנהיג וואלט מען אים נישט געקליבן, אמאהל א עצלן, אמאהל א רשע, אמאהל א נערווען ליידענדע, אמאהל א שותק, אמאהל א טיפש, אמאהל א פלאכע, און די ליסטע גייט ווייטער.

שוין, איי וועט מען פרעגען די רבי זכרונעלעווראחע, ער איז דאך יא געווען א זאך? נו, שאל אביך ולא יגדך זקיניך ולא יאמרו לך, ס'איז די זעלבע זאך.

ממילא קען מיר איינער ביטע מסביר זיין די חכמה פין הלל דא? וואס האט אים געצויגן צו מאכען א תקנה אז שררה זאל דער זוהן ירש'נען?

ולא עוד, אלץ חסיד מוז איך גלייבען אז מיין רבי איז דער גרעסטער חכם דער גרעסטער קדוש דער גרעסטער פרוש דער גרעסטער עניו, הגם ער קען זיין גאר ווייט פין די אלע ענינים. סא הלל, איך רוף דער צו דין תורה, כ'וויל שטארק פארשטיין פארוואס די האסט אונז אזוי פאראטען בעקבתא דמשיחא.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר