"וכסיל לא יבין" - דברים חוצבים להבת אש מכסילי דורינו שליט"א

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1205 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1927 מאל

"וכסיל לא יבין" - דברים חוצבים להבת אש מכסילי דורינו שליט"א

שליחה דורך ארי נוהם »

[justify][center]בהתאסף ראשי עם[/center]
די וואך האט כלל ישראל זוכה געווען צו זען א פארזאמלונג פון ראשי אלפי ישראל, ראשי גולת אריאל, רשכבהג"י דורינו, די מלאכים ושרפים פון לעיקוואד, וויליאמסבורג, סאוט פאלסבורג, בארא פארק, פארשעי, קרית יואל, פלעטבוש, מאנסי, און ירושלים עיה"ק. עס האבן זיך דארט באטייליגט די מלאכי מעלה בדמות אדם, די אדמורי"ם לבית סאטמאר, פאפא, קארלסבורג, קאסאני, און פארשעי, און די ראשי ישיבות לבית חיים בערלין, לעיקוואד, סאוט פאולסבורג, און צולעצט - די סאמע שפיץ שרפים עומדים ממעל לו - די ירושלימ'ע עסקנים/רבנים.

בליץ שנעל האבן זיך אנגעהויבן די אטאקירונגען פון אלע ריכטונגען, ליעקס און פעיק ניוז למיניהם, אזש די טראמפ אדמיניסטראציע וואלט ווען באדארפט קומען קיין וויליאמפעסט אויף שימוש ביי די זאלוינים וויאזוי מ'קען ליעקן, ספינען, און אוודאי געוויס - פעיק ניוז'ן, אפילו עס איז נישט ערשינען קיין איין טוויט פונעם ווייסן הויז שבקרית יואל הבירה.

כלל ישראל האט זוכה געווען צו א ספעציעלע הצצה אל הקודש פנימה, זייענדיג מקבל חכמה עד אין סוף פון די גדולי ישראל וואס דאגה'ן פאר תושבי ארץ כנען, וואס האבן - ווי רבינו הקדוש בשעתו - "ווייטע אויגן" וואס קוקן ביזן ווייטן ארץ ישראל, און טאקע ווי ביים רבי'ן אליינס ווערט די בליק וואס אמאל ווייטער און ווייטער פונ'ם מציאות.


פארט אבער האבן מיר נישט געוואוסט וועלכע ווערסיע פון די אומצאליגע ספינערייען צו גלייבן. מיר האבן אפט גע'ספיקא'ט אויב ר' אהרן קרית יואל'ער איז טאקע אזא פערד ווי די זאלוינים טענה'ן, אדער גאר איז דער פארשעי'ער זעלבסט-געקרוינטער-קנאי-וצדיק-וחכם גאר דער נעסטי אטאקירער וואס זוכט אביסל צומי ווי הרב הקדוש מרן ראש הישיבה ראבי הי"ד שנשפך כמים לאחר שנתגלה קלונו ברבים.

אינצווישן האט זיך אפט גע'חקר'ט אויב דער קארלסבורגער איז פלוצים געווארן א פוסק הדור איבערן פארשטאנד פון די בחורי ארץ ישראל, אדער אויב ר' מלכיאל לעיקוואדער זוכט עטוואס מער ווי אן אייגענע אדמורו"ת נוסח ליטא. דאס זעלביגע האבן זיך ברעמענער געהויבן מיט וואונדערליכע מינעס, הערנדיג שארפע קנאות נוסח סאטמאר, יוצאים מפי הגבורה שבגבורה פון רבי חיים בערלינער ראש ישיבה, לעצטנס מער באקאנט אלץ "זקן ראשי הישיבות" אדאנק זיין זיך צושטעלן צו די רעטאריק פון די בראקעלי-און-פאטעיטע קעפ.

אנדערע האבן געהאט ערנסטע ספיקות אויב דער ירושלימער קנאי און סיקריק, בנו הגדול של ר' זלמן לייב'ן וויליאמסבורגער, האט געכאפט א הארץ אטאקע אינמיטן די אסיפה נכבדה, אנטלויפנדיג פון דארט ווי א קאץ געגראדזשעטן, אדער אויב דער "לא זו בלבד עשה לנו בן עמרם" - ה"ה הלוחם מלחמות הידוע בשמו הנכבד "טייטלבוים", איז גאר דער ווארטזאגער פאר יהדות הקנאית ולא רק יהדות הסיקריקית (הסבר לאינם מבחינים: סיקריקים קעגן קנאים, איז ווי אייסיס קעגן אל-קאידא).

צווישן די קטעי דברים וואס זענען ערשינען דורך ליעקערס למיניהם, האבן מיר געזען אז דער קרית יואל'ער ברייטער מויל ארבעט אווערטיים, און אז די ליטוואקען האבן נאך א שווערע דזשאב זיך צוצופאסן צום קנאישן ווינקל פון "דאס הייפעלע" ברכיים שכרעו לבעל ויוא"מ, וויבאלד ס'פעלט זיי זיבעציג יאר שימוש (דאס איז אזוי לאנג ווי גאנץ גלות בבל), מאז קום המדינה, וויאזוי צו סיקריקעווען/קנאעווען. אזוי אויך האבן מיר זוכה געווען צו זען א ברייטע שמייכל אויפן הייליגן געזיכט פון פאפער שרף, וואס געווענליך זענען אנדערע סארט מינעס אויסגעשפרייט אויף זיין לעכטיג צורה, מער פון די "פחד-ווארפענדע" סארט מינעס.

די פאר וואנאביס, המכונים בשם רב הצעיר דקארלסבורג, פארשעי'ע רבי (אוי! טשילס), והמסתעפים מהם, האבן זיך מער חרוב געמאכט ווי געבויט. אבער פון א צווייטע קוק-ווינקל, קען אזא לוזער זיך נאר בויען דערפון. בבחינת מרשעים יצא רשע ומטיפש יצא טפשות ומגס רוח יצא גסות אזש צום ברעכן.

[center]*[/center]

אבער מה עשה הקב"ה? גאט האט אונז נישט צונאר געלייגט, תלוי בחסדי אחרים, תלויים ועומדים בין שמים וארץ ובין סיקריקים לקנאים, נאר ער האט אונז צוגעשיקט די שמועס מיטן טראנסקריפט, אז יעדער בר בי רב דחד יומא בבי מדרשא דסיקריקיא, וועט קענען מיטהאלטן דעם סוד שיח שרפי קודש המשלשלים בשלשול גדושה לגודש.

ווי נאר די נייעסער האבן זיך אנטפלעקט צו די אלצווייסער, בין איך געווארן ווי א זנב לאריות (פאן אינטענדעט אויף ביידע ווערטער), און מיינע אויערן האבן דערגרייכט די שמועה טובה ששמעו ישראל על הר סיני "לא תגנוב", והלך זה וגנב, ווי דער קאצקער האט געטייטשט אז מ'טאר זיך נישט זעלבסט בא'גנב'ענען און אויסנארן. און דא שטייען מיר פאר א באנדע כסילים, זה בכה וזה בכהכה [מיט א קמץ], וואס הוציאו את עצמם מן הכלל של עם נבון וחכם.

מיט א יגיעה רבה ועצומה, כיגיעתו של הסאטמארע רבי (ביידע) איבערן גזירת גיוס, בין איך אדורך זייער גאנצע שמועס, און טראצדעם וואס איך בין ווי א ננס נגדם, ומי אשר יתחצף ויאמר אני ירדתי לסוף דעתם, און כ"ש איך וואס קען ניטאמאל יורד זיין לתחילת דעתם, און כ"ש וכ"ש ווען איך זע נאכנישט קיין דעתם בכלל, פארט בין איך א ננס ע"ג ארי (פאן אינטענטעט), ולכן אזרתי אומץ וחגרתי חרב ושנסתי מתניים וקשרתי קשרי אותיות, צו פארשטיין דעם שיחתן של עבדי אבות, אדע לפחות די בהמתן של עבדי אבות.



וזה החלי בעזהש"י:
[center]איך טו יעצט עפעס א זאך וואס איז פרעצעדענטלאז, און איך פארמעק די אויסצוגן פונעם שמועס וואס זענען דא ציטירט געווארן באריכות. איך האב ציטירט פון א טראנסקריפט וואס האט נאר געשריבן בערך די ווערטער און סדר הענינים, אבער נישט קיין הונדערט פראצענדיגע טראנסקריפט מלה במלה. אין צווייטן בלאט האט דיףף געברענגט א פונקטליכע טראנסקריפט פון די אסיפה, ולאור זה זה איך אז כ'האב נישט ציטירט יעדן פונקטליך, און געוויסע מיינונגען אויף געוויסע אידן טוישן זיך, הגם נאר קליינליך.

איך האב נישט קיין כח איבערצושרייבן א לענגערע דין ודברים לאור די פונקטליכע טראנסקריפט פון 44 בלעטער, וואס איך האב אדורכגעליינט בעיון, דערפאר פארמעק איך דאס אלטע. פארט וועל איך באלד ארויפלייגן אין א באזונדערע תגובה א קורצע חוות דעת אויף די מעמד, לאור די נייע פונקטליכע טראנסקריפט.
[/center]



[center]סוף דבר הכל נשמע [/center]

טרם אסגור את פי האריה השואג, וויל איך איבערבעטן אלע רבנים וכו' וואס איך האב מזלזל געווען בכבודם מתוך ריתחא דשיחייתא, אבער אויב מ'לייגט א מענטש פאר א קובה של זונות, אדער לחלופין פאר א אסיפת רבנים וואס זענען נישט חייש לזילותא דבי דינא מיטן רעדן וואס זיי האבן צאמגערעדט, איז מה יעשה הבן שלא יחטא?

והוא רחום יכפר וכו'.

און גאט, אז איך דערמאן יא דיין הייליג נאמען, געב אונז א קוק אן און לייז אונז שוין אויס -





פון די סארט מנהיגים.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ארי נוהם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)

דער אשכול פארמאגט 71 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר