דורך מיסטעריע » דינסטאג יולי 04, 2017 1:28 pm
א גוטן טייערע חשובע ברודער, כל אחד בשמו הטוב יבורך.
אחדשה"ט וכט"ס.
איך בין שוין א קאווע שטיבל ליינער מיום היווסדה, קיינמאל נאכנישט אזוי געפילט דער נחיצות צו אריין רעדן צווישן די גרויסע לייט, אבער ההכרח לא יגונה, דאס לעצטע וואכעדיגע עפיזאד אין לעיקוואוד, האט מיר אזוי צוטרייסלט, אזש איך האב געפילט איך מוז ווערן א "חבר בפועל" אין זעהן אז די נושא זאל נישט אראפ גיין פון טיש, דאס זאל ווערן דער געשפרעך ווי מען גייט און ווי מען שטייט, ווייל עס איז נישט מעגליך צו לעבן לויט אונזער קאראפטירטער געזעלשאפט, און נאך אלס קענען אויסקומען דעם חודש, דער איינציגסטע עצה לדעתי, איז אראפנעמען די עול האדמורי"ם ורבנים מיט זייערע שווערע תקנות.