ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס זי"ע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 268
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 318 מאל

ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס זי"ע

שליחה דורך חכמת שלמה »

אוי אוי אוי אוי אוי... רבינו הגדול זיעועכ"י איז נישטא מיט אונז... נפלה עטרת ראשינו...

ווער האט געגלייבט, ווער האט געקלערט אז איך וועל נאך דא שרייבן אויפן רבי'ן מיטן טיטל זי"ע?! - ווער האט געקלערט אז איך וועל נאך דארפן ארויפקומען אויף קאווע שטיבל באוויינען די גרויסע אבידה און שרייבן דברי הערכה אויפן רבי'ן זי"ע?! - און יעדע מאל מען שרייבט דעם טיטל זי"ע אויפן רבי'ן, גייט עס דורך א סקורך אין די ביינער... איז דאס ריכטיג? - איז דאס טאקע געשען? - קען דאס באמת פארקומען? - איז דאס נישט קיין חלום?

עיני עיני ירדה מים על שבר בת עמי, רבינו הגדול שלמה בן פנחס זי"ע איז שוין מער נישט מיט אונז...

און ווען איז ער דען יא געווען מיט אונז? - מיר רעדן פון א מענטש כאילו ער איז געווען מיט אונז ערדישע מענטשן. מען רעדט דאך פון א הימל איד, אן עילוי, א גאון, אן אויסערגעווענליכער מענטש לכל הדעות, הן בגשמיות און הן ברוחניות. אן ענק שבענקים. איז ער דען געווען מיט אונז? - ער איז געווען גאר עפעס אנדערש, אין אן אנדערע וועלט האט ער געלעבט, בכלל נישט מיטגעלעבט אונזערע מושגים בהאי עלמא.

...
זיצנדיג דא, שרייבנדיג די דאזיגע שורות, קען איך נישט קומען צו מיר, איך קען נישט שרייבן געהעריג, די אויגן שווינדלען מיר, די אויגן זענען נאס און איך ווייס נישט ווי אזוי אנצוהויבן. איך בין נאך אונטער שאק, און איך ווייס נישט אויב מיינע ווערטער וועלן ארויסקומען געהעריג. איך וויל פשוט איבערגעבן מהרהורי לבי, ווי אזוי איך שפיר און וואס דא קומט פאר.

איידער איך וועל דערציילן דברים כהווייתן, וואס עס האט פאסירט, שפיר איך פאר וויכטיג ארויסצוברענגען פאר אונזער ציבור ליינער, דעם באדייט וואס עס מיינט פאר אונז. יעדער פארשטייט אז ווען א רבי ווערט נסתלק לחי העולמים, איז דאס א קלאפ פאר די קהילה, דער הויף און דאס גאנצע כלל-ישראל. אצינד באדייט דאס אבער פיל טיפער דערפון. דער רבי איז נישט געווען סתם נאך א רבי אינעם רינגעלע פון א הויף, ער איז געווען א מחדש, ער האט געמאכט א נייעם דרך, געעפנט די אויגן פאר אונז - זיינע תלמידים, אונזער גאנצער לעבן איז אים צו פארדאנקען, אן אים וואלטן מיר גארנישט געווען. ער איז געווען אונזער טאטע, אונזער פירער. פאר טייל פון אונז איז ער ממש געווען משפחה, אנדערע האבן גארנישט געהאט אויף די וועלט אויסער אים. ער האט אונז געעפנט א נייעם שביל אין לעבן, און דא... אזוי פלוצלינג, אומגעראכטן, אין די סאמע בליענדסטע יארן פון זיין לעבן, איז פלוצלינג אלעס פארשניטן געווארן... מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס דאס מיינט פאר אונז.

אויב זאל איך פארשטעלן וואס דא טוט זיך, וועט איר עס נישט קענען באגרייפן בכלל. דער עולם דרייעט זיך דא ארום אן א קאפ, דערשיטערט, שאקירט, פארלוירן, ווערטערלאז... טייל גלויבן דאס אפילו נישט... איר האט נישט קיין השגה וואס דאס מיינט פאר פיל פון אונז... עס שפירט זיך ווי די הימל איז צוזאמענגעפאלן. איך האב געזען איינעם פרייטאג צו נאכטס, זיך ארומדרייען אין וואלד אהין און אהער, די גאנצע נאכט. שפעטער האט ער מיר געזאגט אז ער האט נישט געדאוונט קיין קבלת שבת און נישט געגעסן די סעודה. איך בין אים דן לכף זכות... אין די מצב ווייסט מען נישט וואו מען שטייט אויף די וועלט... מען ווייסט נישט וואס צו טון...

איך וועל דערציילן דברים כהווייתן, לויט וויפיל מען מעג און מען דארף ארויסגעבן פארן ציבור. ווי אזוי אני הק' האט מיטגעלעבט און מיטגעהאלטן די טרויעריגע פאסירונגען ביום המר והנמהר י"ג תמוז תשע"ז לפ"ק.

לויט ווי אזוי עס איז באקאנט געווארן אין די לעצטע תקופה, איז א חלק פון אונזער ציבור געווען געצווינגען זיך אריבערצוציען קיין מעקסיקא, צוליב געוויסע סיבות אשר אין כאן המקום לפרטם. עס איז נאכנישט געווען קלאר וואו מען גייט ווייטער, עס איז געווען כמעט זיכער אז מען בלייבט נישט אין מעקסיקא, הגם עס האבן זיך געווארבן פלענער אויף דעם אויך, אבער גארנישט איז זיכער געווען. אויף אזויפיל איז יא באקאנט, אז דער רצון פונעם רבי'ן זצ"ל איז געווען, אז אפילו נאך וואס מען פארט אוועק פון גוטאמאלא, זאל נאך אלס דארט איבערבלייבן א קהילה, און עס זאל זיין צוויי קהילות און גוטאמאלא און אויף נאך אן ארט, לויט ווי מען וועט באשלוסן.

אזוי צי אזוי, איז א חלק פונעם ציבור אריבערגעפארן קיין מעקסיקא, זיך געפינען דארט אויף דערווייל. מען האט קוים אנגעהויבן ארבעטן אויף א פרישע לעבן, האפענענדיג אויף דאס בעסטע. דער רבי, אונזער מנהיג העדה במלוא המובן, איז אריבערגעקומען קיין מעקסיקא זיך אומקוקן אויף די אקטיוויטעטן. קיין געזונטער מענטש איז דער רבי נישט געווען, דאס פארן און קומען איז נישט לייכט אנגעקומען פאר אים, אבער אלס טאטע פון די קהילה האט ער אלעס געפירט, אריבערגעקומען און ווי א העלדישער גענעראל זיכער געמאכט אז אלעס קלאפט.

פון מיטוואך מיטאג, איז דער רבי געווען עם בני קהילתו במעקסיקא און אריינגעגעבן חיות אין די עצמות היבשות, זיך ארגינאזירט מיט א תלמיד-תורה און ישיבה און ער איז נאך געווען אינמיטן די ארבעט. פרייטאג אינדערפרי איז ער אויפגעשטאנען פארטאגס, דאס דאווענען שחרית איז געווען עפעס אויסערגעווענליך. הגם יעדער דאווענען דא איז מיט א ווארעמקייט און מיט קולות, איז די דאווענען פון פרייטאג געווען עפעס אויסערגעווענליך. דורכ'ן טאג האט ער נאך געטאן עטליכע עסקנות אויף עטליכע פראנטן און עוסק געווען אין פארשידענע ענינים וואס האט אריינגעצויגן ביז אין די שפעטע נאכמיטאג שעות. דאן איז ער געגאנגען זיין לעצטן וועג, זיך טובל זיין לכבוד היום ולטהר נשמתו למרומים.

דער סדר ביי אונז פלעגט זיין, אז דער רבי איז געגאנגען לנהר לטבול עצמו, נעמט מען מיט א לאנגע גארטל (וואס קומט אין אזא ראאל). דער גבאי גייט מיט ביז צו א געוויסע פונקט, דאן גייט דער רבי אליין ווייטער ביז צום וואסער אויף אן ארט וואו מען זעט אים נישט, ביחידות, דאן בינדט זיך דער רבי צו דעם גארטל און גייט אריין אין וואסער צוגעבינדן לויזערהייט (מפני חציצה), בשעת דער גבאי כאפט אן דעם אנדערן זייט פונעם גארטל. ווי באקאנט איז דער רבי זייער שטארק פאר געזונטהייט און פאר זיכערהייט און נעמט שטענדיג אמצעים מער פון וואס אנדערע מענטשן וואלטן גענומען, און דאס איז געווען פון די אמצעים, גיין מיט א גבאי צוגעבינדן אויף אן אויפן אז עס זאל זיין זיכער.

אויך אצינד איז דער רבי געגאנגען אין מקוה, פשט, חגר ועלה, בשעת דער גבאי האלט דעם גארטל די גאנצע צייט. דער פראצודור האט גענומען גאנץ לאנג, אבער דאס האט נישט אויסגערופן וואונדער ביים גבאי, צוליב דעם וואס עס האט זיך געקענט מאכן אז דער רבי טובל'ט זיך לאנג און אסאך. אבער ביי א געוויסער פונקט האט דער גבאי באמערקט אז עפעס איז נישט גלאטיג, ער האט געשפירט אז די גורטל איז עטוואס לויז. ער האט פראבירט צו ציען איידל דעם גארטל, אבער אנשטאט ער זאל שפירן עפעס, האט זיך דער גארטל געצויגן צו אים. פון אנהויב האט ער נאך געקלערט אז אפשר האט דער רבי אויסגעטאן דעם גארטל פאר א געוויסע סיבה, אבער זעענדיג אז עס נעמט נישט קיין עק, האט ער געזען אז דער מצב טויג נישט. מען האט נאך געוואלט קלערן אז עס איז גארנישט, דער רבי האט פארבלאנדזשעט אביסל אין וואלד און וועט צוריקקומען. אבער מען האט שנעל גערופן די אינסטאנצן אונטערצונעמען א זוך אקציע, און ליידער - יצא מה שיצא, מאת השם היתה זאת, הצור תמים פעלו כי כל דרכיו משפט, אין עול צדיק וישר הוא...

גראד ווען מען האט געפינען דעם רבי'ן זצוק"ל, האט מען אים צום ערשט אריבערגעפירט אין א שפיטאל, וואו עס איז נישט געבליבן מער פון באשטעטיגן די ביטערע בשורה. לויט די געזעצן פון מעקסיקא, האט מען אים גראד אריבערגעפירט צו די מעדיקל עקזעמינער. ליידער ליגט נאך גופו הטהור ביי זיי, צוליב דעם וואס עס איז געווען היינט זונטאג און עס איז נישט געווען מיט וועמען צו רעדן. עס הייסט אז אויף מארגן וועט מען אים ארויסלאזן און מען וועט אים אפפירן קיין גוטאמאלא - גארנישט איז זיכער, אזוי הייסט עס דערווייל.

נחזור לעניננו, דעם שבת איז געווען חושך מצרים סיי אין מעקסיקא און סיי אין גוואטאמאלא. איך פערזענליך געפין זיך אצינד אין גוטאמאלא, בשעת א חלק פון די קהילה (בעיקר די וואס האבן קינדער) געפינען זיך אין מעקסיקא



נ.ב. די דברי הערכה ווערט געשריבן צוביסלעך, צוליב די שוואכע קאנעקשן וואס מיר פארמאגן דא און מעגליך אז מיר וועלן ווערן אפגעהאקט אינמיטן...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום חכמת שלמה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה

דער אשכול פארמאגט 89 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר