ווערים אין די טרויבן

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1558 מאל

ווערים אין די טרויבן

שליחה דורך שמואל הלוי »

ר' ברוך וואלף גרינבערגער וויל איינקויפן עטליכע קעסטלעך טרויבן צו מאכן מאסט לכבוד יו"ט, אבער ער ווערט אינגאנצן ערשטוינט פון די אומגעהויערע הויכע פרייזן, זאגט אים זיין ידיד ר' מרדכי אביגדור אפפעל וואס איז געשטאנען נעבן אים אין געשעפט: "מיר איז עס בכלל נישט קיין וואונדער... היי יאר צאלט מען אויך פאר די ווערים"... ע"כ המעשה.


יעצט ערנסט גערעדט: עולם גולם ווייסט צו זאגן אז די טרויבן זענען ווערעמיג, איי מען זעהט דאס נישט? אבער וואס הייסט ס'הענגט דאך פלאקאטן און מודעות פון יענע און יענע רב אז ס'איז ווערעמיג, נו ווילסט מיר זאגן ער ווייסט נישט וואס ער רעדט? אזוי ארום איז נשתרבב געווארן איבעראל די שמועה אז די טרויבן זענען ווערעמיג.

וויל איך אבער פארשטיין, ווען איך נעם א געהענגל טרויבן אין די הענט, און איך בין עס בודק, און איך טרעף נישט קיין ווערים, מוז איך נאך אלס גלייבן אז ס'איז דא ווערים? אין שו"ע שטייט אז אויב ס'איז נישט נראה לעינים הייסט נישט אז ס'איז ווערעמיג, ווי אויך הייסט די שו"ע נישט נעמען א פארגרעסערונג גלאז און בודק זיין, אלזא מה כל הרעש הזה? אויב האט עמעצער געטראפן אפאר ווערעמליך אויף זיין טרויבן מיינט דאס שוין אז גאנץ כלל ישראל טאר נישט עסן קיין טרויבן ווייל ס'איז ווערעמיג?

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר