אלטע חסידישע פאליטיק

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
big joe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 177
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 9:55 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

אלטע חסידישע פאליטיק

שליחה דורך big joe »

[center]מחלוקת קאצק ואיזביץ
[/center]


אין יאר תקע"ה איז דער חוזה נפטר געווארן, און זיינע חסידים האבן זיך צוטיילט ביי זיינע ממשיכים, צווישען די חסידים איז געווען ר' מרדכי יוסף ליינער זצ"ל. ר' מרדכי יוסף איז געפארן צו ר' מנחם מענדל מארגענשטערן זצ"ל, דער קאצקער רבי, זיי זענען געווען נאנטע חברים נאך פון טאמאשאוו, כאטש ר' מרדכי יוסף איז געווען צוואנציג יאר יונגער ווי ר' מענדל. (ר' מרדכי יוסף איז געווען א טאמאשאווער, און ר' מענדל האט חתונה געהאט קיין טאמאשאוו). אבער יעצט איז ר' מרדכי יוסף געקומען ווערן א חסיד. ער פלעגט אפזיצען דארט פאר וואכן אין א ציה, און פארן אויף אלע ימים טובים, אע"פ וואס ער איז געווען א עני ואביון.

דער קאצקער רבי האט שטארק געהאלטן פון ר' מרדכי יוסף'ן, ער פלעגט שיקן יונגעלייט זיך לערנען חסידות ביי אים, ווען ער איז געווען פארנומען. ווי למשל ווען ר' לייבעלי אייגער (א זוהן פון ר' שלמה) איז געקומען קיין קאצק דאס ערשטע מאהל האט אים דער רבי געשיקט צו ר' מרדכי יוסף'ן. און ווי מער דער קאצקער האט זיך אנגעהויבן פירן מיט התבודדות און פרישות, אלץ מער האט זיך פארגרעסערט די השפעה פון ר' מרדכי יוסף. עס איז שוין אנגעקומען צום מצב אז חסידים האבן אים געגעבן קוויטלעך מיט פדיונות.

אט די התנהגות האט געבאדערט די הייסע חסידים, מ'האט שוין געזען בעשיינפערליך אז ר' מרדכי יוסף גרייט זיך צו פירן א רבי'סטעווע אליינס. אבער קיינער האט אים נישט גע'רודפ'ט אדער אפילו מעורר געווען איבער דעם. (די קאצקער פאליטיקאנטן האט געזאגט אז אויב מ'וועט אים רודפ'ן וועט ער ווערן גרעסער און שטערקער).

שמיני עצרת פון יאר ת"ר האט די פאליטיק דערגרייכט צום הויכפונקט. ס'האט זיך פארזאמעלט א גרופע חסידים אין די סטאנציע פון ר' מרדכי יוסף, וואו מ'האט געפראוועט הקפות, געפירט טיש און געזאגט תורות, ווי דער שטייגער איז ביי א רבי. דעמאלס האט מען קלאר געזעהן אז נפל דבר בישראל, עס איז געשעהן א מרידה, דער תלמיד האט מורד געווען אין רבי'ן. אין אסרו חג פון שמחת תורה האט ר' מרדכי יוסף פארלאזט קאצק און א היבשער עולם איז מיטגעפארן מיט אים. (די קאצקער פארציילן אז ר' מרדכי יוסף האט געשריגען "מי לד' אלי" (דור ישרים, בילגוריי תרפ"ח)). צוערשט האט ער געפירט רבי'סטעווע אין זיין היימשטאט, טאמאשאוו, און שפעטער האט ער זיך אריבערגעצויגען קיין איזיביצע (קאצקער חסידים האבן געגלייבט אז ער האט עס געטוען צו טשעפענען קאצק, ווייל איזביצע איז נאר 13 מייל פון קאצק)

אסאך פון די גאר גרויסע קאצקע חסידים האבן איבערגעלאזט קאצק און געפארן צום איזביצער. דער וואס האט געמאכט דאס גרעסטע רושם איז געווען טאקע ר' לייבעלע אייגער, און אסאך זענען אים נאכגעגאנגען.

די מרידה פונעם איזביצע האט גאר שטארק וויי געטוען דעם קאצקער, און די משפחה. (אויף אזוי ווייט אז ס'דא וואס טענה'ן אז דער קאצקער האט געכאפט א בראך, ואכמ"ל). אבער וואס איז זיכער, אז דער קאצקער איז געווארן גאנץ א אנדערע מענטש נאכדעם, ער איז געווען צוגעשפארט אין זיין שטוב פאר א סאך יאר ביזן פטירה, כמעט נישט ארויסגעקומען.

דאס איזביצע חסידות איז געוואקסן און געבליעט, און אסאך גרויסע קעפ זענען געווארן זיינע חסידים. למשל דער באוויסטער מתנגד, ר' צדוק הכהן פון לובלין איז געווארן א איזביצע חסיד. ר' צדוק אין זיינע ספרים שרייבט זייער גרויס אויפן איזביצער, סיי בנוגע צדקות סיי בעניני חסידות, פלפול און הלכה. אין זיין ספר תפארת צבי טיטול'ט ער אים, "הגאון הקדוש אשר כל רז לא אניס ליה".

13 יאר האט דער איזביצער געפירט רבנות, א' טבת תרי"ד איז ער נסתלק געווארן אין עלטער פון 54 יאר. דעמאלס האט זיך דער עולם צוטיילט, טייל זענען געגאנגען צום זוהן ר' יעקב, און טייל צו ר' לייבעלע אייגער. (דער קאצקער איז נפטר געווארן כ"ב שבט תרי"ט).



עס איז אמאל אריין א קאצקער חסיד צום איזביצ'ער זיך אפרעדן אז זיין זוהן איז געווארן א איזביצע חסיד, די רבי זאל אים צוריק שיקען קיין קאצק, ווייל דער רבי איז א בעל מחלוקת, און זיין זוהן באלאנגט נישט ביי א בעל מחלוקת. האט דער איזביצער געזאגט: את חג המצות תשמור, חג דאס איז א רבי, מצות דאס איז מחלוקת, מלשון מצה ומריבה, די פירוש איז, אז אזא רבי זאלסטו האלטן, וואס האט אויף זיך מחלוקת...

קאצקע חסידים האבן געזאגט אז משיח האט געדארפט קומען אין יאר ת"ר, און די מחלוקת האט עס צוריקגעהאלטן. ווייל אין זוהר שטייט (פרשת וירא קכ"ט) אז אין יאר ת"ר וועלן זיך עפענען די קוואלען פון חכמה, וואס איז א רמז אויף די גאולה, אבער די מחלוקת האט עס געשטערט.

זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל... אמן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום big joe, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
.Knowledge is never something to be feared, those who do fear it are generally the ones who do not posses much

דער אשכול פארמאגט 176 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר