דורך זכרון משה שטיפער » דאנערשטאג יולי 27, 2017 6:29 pm
א גוט יאר אלע מעמבער'ס, חברים שיחיו'
זיך דרייענדיג אזוי דא אין שטיבל פאר די לעצטע פאר יאר, ליב האבנ'דיג צו זיין א צוקוקער פון זייט יעדער מיט זיינע גוטע ווערטער, נייעס, דורכטון אלע וויכטיגע נושאים וכדומה, האב איך היינט אינדערפרי אריינשפאצירט און איך טרעפ אן א נייער אשכול מיט'ן נאמען 'מען ווארפט בחורים', גיי איך אריין זע איך אז מען רעדט פין ישיבת עמק התלמוד אין ירושלים בראשות הרה"ג ר' מאיר הייזלער שליט"א וואס דארט טוט זיך א פרישע ווארפעריי, האב איך געטראכט צו מיך אלס איינער וואס האט שוין נאכגעהערט וואס דארט גייט פאר מיט די יעצטיגע פרשה דארט אין ישיבה, אז לא עת לחשות מען טאר עס נישט פארשווייגן, און איך האב אפגעמאכט ביי מיר אז איך מוז עפעס שרייבן וידע הקהל וישפוט.
יעצט לאמיר איבערגיין אביסל היסטאריע איבער ישיבת עמק התלמוד און ארום.
די היינטיגע ישיבת עמק התלמוד שטייט בראשות די ראש ישיבה הרב הגאון רבי מאיר הייזלער שליט"א, וואס ווי באקאנט איז ער געווען גאר א נאנטע תלמיד ביים הרב ש"ך זצ"ל, ער האט גאר אסאך קונה געווען ביים אים, ווי הרב ש"ך האט זיך אמאל אויסגעדריקט נאך א ריתחא דאורייתא מיט אים אז אויף רבי מאיר איז געזאגט געווארן ומתלמידי יותר מכולם, און אויך איז ער געווען גאר א נאנטע תלמיד פון רבי יחזקאל לעווינשטיין זצ"ל משגיח בישיבת פאנאוויעזש וואס ער פלעגט אים אסאך געטרויען מיט זיינע פריוואטע זאכן, און נאך אסאך גרויסע אידן, שפעטער איז ר' מאיר געווארן א שטיקל ראש ישיבה אין די אמאליגע ישיבת סאכאטשוב אין ירושלים (וואס א נאנטער ידיד מיינער האט דארט געלערנט יענע צייט), זייענדיג די משפיע רוחני דארט אין ישיבה זייענדיג מקיים דולה ומשקה מתורת רבותיו לאחרים, האבנ'דיג וואס צו משפיע זיין פון זיינע גרויסע רבי'ס, דארט אין ישיבה איז ער געווען גאר נאענט מיט יעדן בחור ממש ווי א טאטע צו א זון, ער פלעגט געבן גאר שטארקע שמועסן אין עבודת השם, און יעדן בחור וואס האט געזוכט אן אוזן קושבת פלעגט גיין רעדן מיט אים, זיך דורכרעדן אין אלע ענינים, נאך א שווערע תקופה דארט, האט ער געעפענט די היינטיגע ישיבה עמק התלמוד מיטנעמענדיג מיט זיך א גרויס חלק תלמידים וואס זיי האבן זיך נישט געקענט אפטיילן פון אים.
גוטע זיבן יאר איז אריבער אויף ישיבת עמק התלמוד ווי צענדליגע בחורים האבן געשטיגן בתורה ויר"ש, ווי בשעת'ן לערנען אלע סדרים פלעגט ר' מאיר ארום גיין צווישן די בחורים זיך מפלפל זיין בריתחא דאורייתא זה מותיב וזה מפרק, אז א בחור האט באקומען א שטארקע ליבשאפט צו לערנען און אלעס מיט אזא צוגעלאזנקייט, איבערהויפט האבן זיך די בחורים אנגעזאפט ביי די שמועסן ליל שישי וואס פלעגט נעמען א ערך פון צוויי שעה ווי ער האט ארומגערעדט אין מוסר און השקפה און די בחורים פלעגן עס גאר שטארק מקבל זיין, חוץ פון די באטעס יעדע פרייטאג צונאכטס ביים אים אינדערהיים מיט ווארימע ניגונים לכבוד שבת און אוודאי א ווארימע שמועס און אלע תלמידים אינגעלייט שוין וואס פלעגן זיין אין אר"י אויף שבת האבן זיכער געמאכט צו זיין דארט, ווי אויך פלעגט ער גיין דאווענען שבת אין ישיבה וואס איז געווען גאר א געשמאקע דאווענען, און יעדע וואך איז ער געקומען פירן שלש סעודות מיט די בחורים און גערעדט א ווארימע שמועס, און דורכדעם איז טאקע אויסגעשטיגן גרויסע תלמידי חכמים מופלגים מסלתה ומשמנה פון אלע קהילות אין כלל ישראל איבער'ן גארער וועלט, יעדער איינער האט געוואוסט צו זאגן אז עמק התלמוד איז פון די בעסטע ישיבות אין אר"י ווי א טאטע קען אהינשיקן א קינד אן זיך זארגן צו פיל, און נישט זיי האבן זיך געקלויבט ביים אננעמען די בחורים (ליידער אזויווי אסאך אנדערע פירן זיך), נאר אפילו גענומען שוואכערע בחורים און ארויפגעארבעט גאר גאר שטארק אז ביי שידוכים האבן זיי שוין געהאט גאר א גוטע נאמען, און אלעס איז געווען אונטער די פירערשאפט פון הרה"ג ר' מאיר הייזלער שליט"א און אלעס איז אים צו באדאנקען, און ווען ער פלעגט אהער קומען קיין אמעריקע האט אים די עולם זייער געשטיצט סיי די אמאליגע תלמידים און סיי די עלטערן פון די בחורים, און יעדע טאטע האט זיך געקענט גיין דורכרעדן מיט אים ווי זיין זון האלט, און הערן אז ער שטייגט ב"ה.
און יעצט וועל איך צוגיין צום ענין.
לעצטע וואך מאנטאג באקום איך א טעקסט אינמיטן שחרית פון מיין חשובע ברודער 'Please Call Me ASAP' ס'מיר געווען זייער אינטערסאנט, סא גלייך נאכן דאווענען האב איך אים צוריקגערופן, הייבט ער אויף די טעלעפאון קאל און ער זאגט מיר 'דו מוזט מיך העלפן, מען האט ארויסגעווארפן מיין זון פון ישיבה!!!' איך בין געווען אין שאק ווייל איך האב געוואוסט אז ער לערנט אין ישיבת עמק התלמוד וואס האט זייער א גוטן נאמען און מען ווארפט נישט סתם קיין בחורים און מען שפילט זיך נישט מיט בלוט פון קיין עלטערן, נאכן הערן פון אים די גאנצע מעשה און זיך נאכפרעגן ביי נאך אפאר אידן שטעלט זיך ארויס אזוי, און די לעצטע יאר אהאלב-צוויי איז געווען א דראסטישע טויש דארט אין ישיבה, איינע פון די קינדער פון ר' מאיר שליט"א האט זיך אריינגערוקט אין זיין טאטנ'ס ישיבה און אנגעהויבן צו שלעפן די לייצעס צו זיין זייט דורך אריינברענגן אפיציעל א פרישן כח אין ישיבה וואס האט איבערגענומען הנהגה און קאנטראל אין ישיבה ברוחניות ובגשמיות, און דורכדעם פארעלטערן זיין חשוב'ן טאט'ן וואס זיין גאנצע חיות איז די תלמידים הקרוים בנים מיט'ן לערנען און משפיע זיין אויף זיי, און ער האט אים געלאזט נאר איינמאל א וואך יעדן מאנטאג געבן א שיעור כללי און נאר רעדן אין לערנען מיט וועם ער ערלויבט און אפהאקן א קשר מיט די אנדערע תלמידי הישיבה.
אילו וואלט עס נאר געווען דאס נישט צו האבן א קשר מיט ר' מאיר החרשתי, אבער יעצט האלט עס שוין דארט אז מען געווארפן אויפ'ן קומענדיגן חודש אלול נאך 11 בחורים אויסער מיין נעפיו על לא עול בכפם סתם וועגן פאר די פרישע כוחות איז צו שווער צו פארנעמען אזעלכע בינונים בחורים, און ער זוכט צו בויען די ישיבה אויף זיין אופן, קענענדיג מיין חשובע ברודער און מיין נעפיו, ווייס די גאר נאנטע קשר צווישן זיי ווי מיין ברודער האלט מיט יעדע זאך וואס זיין זון טוט דארט, ווייס איך אז די סיבה פארן ווארפן איז בלויז ווייל ער האט נישט די בעסטע כשרונות און אויך פארן לערנען אין ישיבה בעפאר די פרישע כוחות איז אנגעקומען, פילן זיי ווי זיי קענען אים נישט זאגן וואס צו טון, און די ערשטע פעולה וואס איז געווען אויפצוארבעטן דעם בחור זאל זיין פון די עילויים איז געווען ארויס צו ווארפן מבין כותלי הישיבה צו די פראסטע גאס, און איך האב אנגערופן מיין נעפיו אין ישיבה פרעגן פונקטליך וואס ס'גייט דארט פאר, וואס האט זיך דארט געשטוישט ווי יעדער ווייסט פון אפאר יאר צוריק, האט ער מיר פארציילט די גאנצע השתלשלות און די מצב הישיבה אמאל און היינט, און ווי אויך הער איך נאך אז ס'נישט די ערשטע מאל דארט אין ישיבה, דער זון פון הרה"ג ר' מאיר האט שוין געסטראשעט א משגיח נאכן ווינטער זמן אז אויב גייט ער נישט ווארפן די בחורים וואס ער הייסט, פארלירט ער זיין פאסטן און ס'געווען בבחינת אין ברירה.
אלזא, פיל איך א חוב אז עת לדבר, און צו קענען פילן אז ידינו לא שפכו את הדם הזה, זאג איך וואס איך האב צו זאגן כדי אז אויב איינער האט עפעס א שטיקל השפעה באיזה דרך שהוא צו העלפן בחורים פון פארפאלן ווערן לבאר שחת בעט איך אייך בכל לשון של בקשה צו טון כל מה שבידם להציל!
כל המציל אפילו נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא!!!