אוי מה היה לנו - תשעה באב 2.0

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

אוי מה היה לנו - תשעה באב 2.0

הודעהדורך יין שרף » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 4:57 am

מי האיש החכם ויבין את זאת ואשר דיבר פי ה' אליו ויגידה על מה אבדה הארץ נצתה כמדבר מבלי עובר.

ויאמר ה' על עוזבם את תורתי אשר נתתי לפניהם ולא שמעו בקולי ולא הלכו בה.

וילכו אחרי שרירות לבם ואחרי הבעלים אשר למדום אבותם. לכן כה אמר ה' צבקות אלקי ישראל הנני מאכילם את העם הזה לענה וגו'.

כה אמר ה' אל יתהלל חכם בחכמתו הגיבור בגבורתו ואל יתהלל עשיר בעשרו, כי אם בזאת יתהלל המתהלל השכל וידוע אותי כי אני ה' עושה חסד משפט וצדקה בארץ כי באלה חפצתי נאום ה'.


אויב איז געווען עוזבם תורתי, א חכם פעלט זיך דען אויס צו וויסן על מה אבדה?? האבן זיי צו דען נישט אליין געוואוסט לא שמעו בקולי?? לא הלכו בה??


שוין ווידער, נאך א יאר במחשכים הושיבני, סמוך לקרקע, אחו"ר וקדם צערתנ"י בבכיתי בלילה, נאר דאס מאל זענען מיר אליין די חורבן!
יא מען לערנט תורה, אבער עוזבם את תורתי. מען היט שבת, אבער לא שמעו את קולי איז נאך אלץ. אונז האב מיר זיך מחליט געווען א תורה, מכתיר געווען א גאט.
ובתורתו יהגה אבער תורת ה' איז נישט חפצו.
אונז האבן מאדיפיי"ד אידישקייט פונקט ווי די רעפארמער, און תורה, ווי די בייבל.

מען ווייסט טאקע נישט על מה אבדה הארץ. אזא שיינע דור, נאך קיינמאל געווען אזאנס. מי האיש החכם ויבין את זאת!
קומט השם יתברך אונז זאגן, על מה עשה ה' ככה? על עוזבם את תורתי! לא שמעו בקולי! לא הלכו בה!
וילכו אחרי שרירות לבם! עטץ האטס ענק געמאכט אן אייגן רעליגיע! אן אייגן אידישקייט! עסט עס אליינס אויף. הנני מאכילם את העם הזה לענה.
ההמיר גוי את אלהים? ועמי המיר כבודו בלוא יועיל!

ווי א יאר גייט פארביי, פארשטייט מען דאס אזוי פיל מאל בעסער ווען אין לך יום אשר לא הוסיפו לחטוא לפניו בדבר הזה, אלע רשעות אריינלייגן אין רעליגיע. אין אידישקייט. אין די תורה.
אנשטאט א לב חדש לשורר שיר חדש, אספוד בכל שנה ושנה מספד חדש, אוי מה היה לנו.
מה מצאו אבותיכם בי עול כי רחקו מעלי?? וילכו אחרי ההבל ויהבלו!

אויב אין די נאמען גאט קען מען פארווארפן בחורים און מיידלעך. איז עס נישט גאט!
אויב אין די נאמען פון די תורה קען מען מחפה זיין אויף חטאים און זנות. איז עס נישט מיין תורה!
אויב אין די נאמען אידישקייט קען מען צוברעכען משפחות, איז עס נישט אידישקייט!
אויב שבת טייטש שטריימל און איד מיינט אלע אויסקוקן די זעלבע, בני ישראל למה לי!
אויב קאנטרי איז אידישקייט און שייטלעך גויאיש, דאן עם חפשי נהיינה!
אויב קדושה מיינט דאסטער און טהרה מיינט ר"ת'ס דאן לא תהיה קדישה!
ידי נשים רחמניות בשלו ילדיהם, ווען עלטערן וואס פון גרויס "רחמנות" ווילן נישט קענען אייגענע קינדער! בשלו ילדיהן! לאזן אויפ'ן גאס! אווער דאזען! סועסייד!
אז א קינד איז נישט C/P פון וואס די עלטערן האבן זיך אויסגע'משל'ט ארבעים יום קודם יצירת הולד, דמו נפקרו!
ווען על פי דרכו האט עקספייער"ד, און חנוך לנער איז על פי עצמו. און אויב איז מען נישט קיין סוקסעספולער "נחת מאשין" דאן יתומים היינו ואין אב.
זכר נא עמי ווען מוסדות איז געווען פאר קינדער און חיוב חינוך אויף די טאטע, היינט איז ביידע פאר רבנים אויפן קאפ פון די עלטערן.
פון תקנת בן גמלא ביז היינט ווען מען ווארפט פון דארט כסוסים וחמורים, זענען מיר געבליבן א כחמר גמל.
היו צריה לראש. און זיי גייען אונז תורה לערנען? דיין וועג ווייזן? ווען שו"ע איז פאר גרים און חומש פאר קינדער,
דאן איז זנות פאר שיינע אידן און מחפיה רבנן. רשעות פאר מנהלים און טפשות פאר קהילות.
כנגד כסא הכבוד צלם המליכו ונס אם בחוקותי תלכו.
ידכם דמים מלאו!!
ווי זאגט נאר דער רבי נ"ע? גלות מצרים האט זיך אנגעפאנגען דורך ראובן פאסטן פאר זיינע חטאים אין די צייט וואס זיין ברודער יוסף האט מען פארקויפט!

גאט שרייט צו אונז איכה תפארתי! אבער מראשותי השליכו.
זאגט אונז דער נביא מוסר, אל יתהלל חכם בחכמתו! הערט שוין אויף! נאר מיט דעם השכל וידוע אותי! באקענט אייך מיט גאט! די אויטענטישע גאט!
כי אני ה' עושה חסד משפט וצדקה בארץ, כי באלה חפצתי נאום ה'! נאר דאס וויל איך. אלע אנדערע רשעות האט מיט מיר קיין שייכות. עס איז נישט מיין תורה, און נישט מיר.

גלתה יהודה מעוני, ואין עני אלא בדעת.

ראה ה' את עניי, אוי! אין לי מנחם.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2011
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2533 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:52 am

אוי! ציפעדיג און אזוי אמת, מי יתן והיה.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4870 מאל

אוי מה היה לנו - תשעה באב 2.0

הודעהדורך יחי המלך » פרייטאג אוגוסט 04, 2017 7:15 pm

אוי איז ער גערעכט רבותי הערטס אויף צו וויינען ביי קינות מאכטס צו די קינות הייבס ענק אן צו פאררעכטן ענקער עדיטוד הערט אויף צו לייגן מענטשן אין גארבידש קענס הערטס אויף צו באגנבנען איינער דעם צווייטן הערטס אויף צו טוהן זנות אויפטוישן זיך ווייבער וכדומה הערטס אויף ארויס צו ווארפן בחורים פון די ישיבות וכדומה הערטס אויף צו רייסן טייערע רענט פרייזען פון יונגעלייט וואס האבן קוים חתונה געהאט נישט איך זאג עס עס שטייט אין מדרש איכה
יחי המלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 29, 2016 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

הודעהדורך יין שרף » מוצ"ש יולי 21, 2018 10:51 pm

:אויוויי: :אויוויי: :אויוויי: ועדיין לא נשענו
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2011
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2533 מאל

הודעהדורך יין שרף » זונטאג אוגוסט 11, 2019 5:13 pm

שבתך בתוך מרמה, במרמה מאנו דעת אותי נאם ה'
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2011
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2533 מאל

הודעהדורך yerushalmi » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 7:05 pm

איינער זאגט מיר 5 זאכן ואס תשעה באב לערענט אונז אז ווען די זעהסט א איד 1) לייגן תפילין פארן שקיעה2) אדער זעהסטו אים א גאנצן טאג גיין מיט קראקס אדער שלאף שיך 3) אדער ווען איינער גריסט דיך נישט 4) אדער ער לערענט גארנישט א גאנצן טאג 5) און ער שמייכעלט נישט זיי אים דן לכף זכות אפשר איז ביי אים יעצט תשעה באב עפעס א חורבן הבית גייט אויף אים אריבער קבל האמת ממי שאומרו
yerushalmi
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 24, 2019 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 2 געסט