צושנייד מיך נישט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3589 מאל

צושנייד מיך נישט

שליחה דורך ברסלבער »

עס איז יעצט געדרוקט געווארן א קונטרס דברי הספד וואס מוהרא"ש ז"ל האט געזאגט עטליכע וואכן נאכדעם וואס לייבי קלעצקי איז צעשניטן געווארן רח"ל. זייער שטארקע דיבורים אז מען וויל אונז ווייזן אז קינדער ווערן צעשניטן טאג טעגליך דורך מלמדים אין די חדרים. שטארק רעקאמענדירט צו ליינען פאר יעדן איינעם, און ספעציעל פאר מלמדים און מחנכים.
קונטרס צושנייד מיך נישט
*

[justify]צושנייד מיך נישט

הארצרייסנדע דברי הספד אויף הילד לייבי קלעצקי ע"ה, וואס איז אומגעברענגט געווארן רחמנא ליצלן אויף א שרעקליכן אופן אום י' תמוז תשע"א, און אויף רבי אלעזר אבוחצירא ז"ל וואס איז דערשטאכן געווארן צום טויט רחמנא ליצלן אום כ"ז תמוז תשע"א; וואס מיר דארפן זיך לערנען פון די צוויי שוידערליכע מעשיות. געזאגט געווארן דורך כבוד קדושת מוהרא"ש זי"ע, ליל ששי פרשת דברים תשע"א לפ"ק.

א
מען וויל אונז עפעס ווייזן

חז"ל זאגן (חולין ז:) "אין אדם נוקף אצבעו מלמטה, אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה" - א מענטש צעקלאפט זיך נישט זיין פינגער דא אונטן אויף די וועלט, נאר אויב מען רופט קודם אויס אויבן אין הימל אז דאס דארף פאסירן. די נאטור פון א מענטש איז אז ווען ער כאפט א קלאפ, באשולדיגט ער זיך אליין אז ער האט נישט גוט אכטונג געגעבן, דער אמת איז אבער אז יעדע קליינע זאך וואס פאסירט צו א מענטש, האט א פונקטליכער חשבון פארוואס דאס איז געשען, עס איז געווען אזוי אנגעשריבן פון אויבן אז דאס זאל פאסירן. חז"ל זאגן (יומא ל"ח.) "בשמך יקראוך ובמקומך יושיבוך ומשלך יתנו לך, אין אדם נוגע במוכן לחבירו, ואין מלכות נוגעת בחברתה אפילו כמלא נימא", עס איז נישט דא אזא זאך אז איינער זאל קענען עפעס צוכאפן פון א צווייטן, אז איינער זאל קענען עפעס שלעכטס טון פאר א צווייטן, אויב דאס איז נישט אנגעשריבן פון אויבן.
דאס איז ביי יעדע קליינע זאך אזוי, און זיכער ווען עס פאסירט גרויסע זאכן, שרעקליכע זאכן, שוידערליכע אומגליקן, אזוינס וואס מען הערט נישט יעדן טאג, דארף מען זיכער וויסן און גלויבן אז עפעס ליגט אונטער דעם, ס'איז נישט פונקט אזוי געשען, נאר דאס קומט אונז עפעס ווייזן און לערנען, און מיר דארפן גוט אריינטראכטן און זען פארוואס דאס האט פאסירט, און וואס מיר דארפן זיך אראפלערנען דערפון.
עס האט יעצט לעצטנס פאסירט צוויי שרעקליכע מעשיות; חרדי'שע אידן, אידן וועלכע רופן זיך שומרי תורה ומצות, זענען געווארן רוצחים, און גע'הרג'ט א צווייטן איד רחמנא ליצלן. אפילו ביי אידן וועלכע זענען ליידער ווייט פון תורה ומצות הערט מען אויך זייער זעלטן אזא זאך אז זיי זאלן דורכפאלן מיט רציחה, און ביי פרומע אידן וועלכע זעען אויס ווי שומרי תורה ומצות הערט מען זיכער נישט אזעלכע מעשיות. ליידער האט דאס אבער יעצט יא פאסירט, אין אן אפשניט פון בלויז צוויי און האלב וואכן זענען געשען די צוויי רציחות, אין אמעריקע האט א איד פארכאפט דעם טייערן אינגל הילד לייבי קלעצקי ע"ה, אום י' תמוז תשע"א, און אים אומגעברענגט אויף א שרעקליכן אופן רחמנא ליצלן; און אין ארץ ישראל האט דאס פאסירט אום כ"ז תמוז תשע"א, מיט רבי אלעזר אבוחצירא ז"ל, אן ערליכער איד, א צדיק תמים וואס האט קיינעם נישט געטשעפעט, וואס א איד איז אריינגעקומען צו אים און אים דערשטאכן צום טויט רחמנא ליצלן.
ווען מיר הערן די צוויי שוידערליכע פאסירונגען קענען מיר נישט בלייבן רואיג, דאס וועקט אונז אויף און מאנט פון אונז אז מיר זאלן אריינטראכטן און זען וואס דער אייבערשטער וויל פון אונז, מיט וואס מיר דארפן זיך פארבעסערן. און נאכדערצו אז דאס האט פאסירט אין די טרויעריגע טעג פון בין המצרים, איז זיכער אז דער אייבערשטער וויל אונז עפעס ווייזן מיט דעם.
דער מאירי שרייבט (יבמות ע"ח:) א מורא'דיגער לשון, אז אויב מען איז נישט מספיד א חכם ווי עס דארף צו זיין, דארף מען זייער תשובה טון, ווייל אויב נישט קען דערפון ליידן דער גאנצער ציבור, דעריבער וועלן מיר היינט רעדן דברי הספד.
רבנים, ראשי ישיבות, בעלי דרשנים, זאגן דרשות און הספדים אויף די שרעקליכע טראגעדיעס, יעדער זאגט מוסר אויף זיין אופן, יעדער פרובירט צו טראכטן פארשידענע סיבות פארוואס דאס האט פאסירט און וואס דער אייבערשטער מאנט פון אונז, אבער ווי עס זעט אויס האט יעדער מורא צו זאגן דעם אמת'ן אמת, קיינער דערוואגט זיך נישט צו זאגן פארוואס מען האט גענומען אן אומשולדיגן אינגל און אים אומגעברענגט מיט אזא מיתה משונה, צעשניטן זיין קערפער אויף שטיקער רחמנא ליצלן. דער אמת מוז אבער געזאגט ווערן, און איך האב נישט מורא צו זאגן דעם אמת. איך האב דאס שוין געזאגט פאר פערציג יאר צוריק, און ווער עס האט געוואלט הערן האט דאס געהערט, אזוי ווי אסאך האבן אבער דאס נישט געוואלט הערן, האט מען ליידער געדארפט צוקומען צו אזעלכע שרעקליכע מעשיות וואס שוידערט אויף יעדע אידיש הארץ.

ב
נישט יעדער קען זיין א מלמד

עס איז געקומען אמאל א איד צו רבי מאיר שפירא זצ"ל זיך דורכצורעדן מיט אים, דער איד איז געווען א שוחט און מען האט אים אפגעזאגט פון די שחיטה, און ער האט זיך געוואלט שואל עצה זיין וועלכע פרנסה ער זאל נעמען. רבי מאיר האט אים געפרעגט וואס ער טראכט צו טון, האט דער איד געזאגט אז ער האט געקלערט אז אזוי ווי ער האט נישט קיין פרנסה, זאל ער ווערן א מלמד. האט אים רבי מאיר געזאגט: "אז דו האסט נישט געקענט שחט'ן אקסן, ציגן, און הינער, וועסטו יעצט גיין שחט'ן קינדער?! ניין! ניין! און נאכאמאל ניין! דו זאלסט קיין מלמד נישט ווערן!"
מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, אין יעדע פרנסה וואס א מענטש וויל זיך אריינלאזן, דארף ער זיך קודם לערנען די פאך, און ערשט נאכדעם קען ער אנהויבן צו ארבעטן מיט דעם. עס זענען דא פאכן וואס מען קען זיך גרינגער לערנען, און עס זענען דא וואס זענען שווערער און נעמען לענגער זיך צו לערנען. צום ביישפיל ווען איינער וויל ווערן א דאקטער, דארף ער גיין לערנען און שטודירן פאר לאנגע יארן ביז ווען ער קען זיך דערלערנען און קענען גוט דעם פאך. אפילו אבער ביי קלענערע פאכן דארף מען זיך אויך לערנען קודם, איינער וויל ארבעטן מיט עלעקטריק דארף ער זיך דאס אויסלערנען קודם, אויב נישט וועט ער זיך עלעקטערעזירן חס ושלום; איינער וויל זיין א פעינטער, א סטאלער, אדער סיי וואס, דארף ער קודם וויסן אויב ער טויג דערצו, ער דארף קענען דעם פאך, ער דארף ליב האבן דעם פאך. און פארשטייט זיך אז קיינער וועט נישט אויפנעמען א פאכמאן צו טון פאר אים אן ארבעט וואס יענער האט נישט קיין אנונג ווי אזוי מען טוט עס.
עס איז אבער דא איין פאך וואס איז אן אויסנאם, דאס איז ווען איינער וויל ווערן א מלמד. עס זענען טאקע דא אסאך גוטע מלמדים, עס איז אבער געווארן אזוי איינגעפירט אז ווער עס האט נישט קיין פרנסה, ער איז א שלימזל און טויג צו גארנישט, דער ווערט א מלמד. דאס איז זייער מאדנע, פארוואס פונקט ביי דעם פאך קוקט מען גארנישט אויף דעם מענטש, איידער מען נעמט אים אויף אלס מלמד, צו זען אויב ער טויג טאקע צו דעם פאך אדער נישט. שטעלט אייך פאר אז איינער האט נישט קיין פרנסה און ער איז מחליט אז אזוי ווי ער האט נישט וואס צו טון וועט ער ווערן א דאקטער... דאס איז דאך ממש רציחה, ער וועט הרג'ענען מענטשן רעכטס און לינקס רחמנא ליצלן.
חז"ל זאגן (בבא בתרא ח:) אויפ'ן פסוק (דניאל י"ב, ג') "ומצדיקי הרבים ככוכבים לעולם ועד, אלו מלמדי תינוקות של בית רבן" - די מלמדים וואס לערנען תורה מיט אידישע קינדער, זייער שכר איז אזוי פיל און אזוי גרויס ווי די שטערנס אין הימל. ווען מען קוקט ארויף אין הימל זעט מען די געוואלדיגע נפלאות הבורא, די גרויסקייט פונעם אייבערשטן וואס האט באשאפן אזויפיל ביליאנען שטערן. און דאס וואס מען זעט מיט די אויגן איז נאך גארנישט קעגן דעם וואס מען זעט קוקנדיג מיט א ספעציעלע פארגרעסערונג גלאז (טעלעסקאופ). עס איז דאך ממש נישט מעגליך צו ציילן די פילע ביליאנען שטערן וואס דער אייבערשטער האט באשאפן, און ער האט זיי אלע געגעבן א נאמען. זאגן חז"ל אז אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס אין הימל, אזוי קען מען נישט ציילן און אפשאצן די געוואלדיגע שכר וואס ווארט אפ פאר א מלמד וואס געבט זיך אפ מיט קינדער ווי עס דארף צו זיין און לערנט מיט זיי תורה.
ווען א קינד קומט אין חדר צום ערשטן מאל, קען ער נאך גארנישט, ער ווייסט נאך גארנישט. דער מלמד לאזט זיך אראפ צו אים און לערנט מיט אים די הייליגע אלף-בית, און דערנאך לערנט ער אים אויס צו קענען עברי, צו דאווענען אין סידור, און אזוי ווייטער שטייגט דאס קינד יעדעס יאר, מען לערנט מיט אים חומש, משניות, און דערנאך גמרא און הלכה, און אזוי ווערט דאס קינד אן ערליכער איד. קומט אויס אז די מלמדים זענען די וואס מאכן דאס קינד פאר א איד, און דעריבער איז מלמדות די וויכטיגסטע און הייליגסטע ארבעט, א מלמד נעמט א אידישע נשמה און בויט אים אויף צו ווערן אן ערליכער איד און צו מצליח זיין אין לעבן.
פון די אנדערע זייט איז מלמדות אבער אויך זייער א האקעלע ארבעט, חז"ל זאגן (בבא בתרא כ"א: ועיין רמב"ם הלכות תלמוד תורה, פרק ב', הלכה ג') אויפ'ן פסוק (ירמיה מ"ח, י') "ארור עושה מלאכת ה' רמיה" - פארשאלטן זאל זיין דער וואס טוט דעם אייבערשטנ'ס ארבעט מיט פאלשקייט. זאגן חז"ל אז דאס גייט ארויף אויף א מלמד וואס טוט נישט די ארבעט מיט די קינדער ריכטיג, ער גייט ארויס פון קלאס און לאזט די קינדער זיצן אליין, ער לערנט נישט מיט די קינדער ווי עס דארף צו זיין. א מלמד דארף זייער גוט אכטונג געבן זיך אפצוגעבן מיט די קינדער די גאנצע צייט און טון זיין ארבעט מיט'ן פולסטן ערנסטקייט. אויב טוט ער דאס ווי עס דארף צו זיין, איז זיין שכר נישט צו באשרייבן. און פארקערט, ווען ער איז נאכגעלאזט און טוט נישט זיין ארבעט ריכטיג, איז זיין שטראף גאר גרויס רחמנא ליצלן.
וואלט מען דאך געדארפט זייער אכטונג געבן וועמען מען נעמט אויף אלס מלמד, מען וואלט געדארפט גוט נאכקוקן א מענטש צו זען אויב ער איז אן ערליכער איד און א ירא שמים וואס וועט טון א גוטע ארבעט מיט די קינדער. דערווייל זעט מען אבער אז עס ליידער נישט אזוי, ווער עס האט נישט קיין פרנסה, ער טויג נישט צו קיין שום פאך, ער איז גאר דער וואס ווערט א מלמד. און דאס איז נישט קיין נייע זאך וואס האט זיך לעצטנס אנגעהויבן, דאס גייט שוין אזוי אן פאר לאנגע יארן.
אין שלחן ערוך ווערט גע'פסק'נט (יורה דעה סימן רנ"ג, סעיף א') אז ווער עס האט נישט קיין פרנסה קען גיין נאך געלט, ער קען צוזאמנעמען צדקה אז ער זאל האבן פון וואס צו לעבן. ער טאר אבער נישט ווערן קיין מלמד. איינער וואס האט נישט קיין פרנסה, און ווער רעדט נאך איינער וואס האט נאך אויך חובות, טאר זיכער נישט זיין קיין מלמד. א מלמד דארף דאך האבן די גרעסטע מאס רואיגקייט זיך צו קענען אפגעבן מיט די קינדער מיט גרויס סבלנות, און אויב איז ער נערוועז צוליב זיינע חובות און ווייל ער האט נישט קיין פרנסה, וועט ער דאך זיכער נישט האבן קיין געדולד צו די קינדער.
אין שלחן ערוך (יורה דעה סימן רמ"ה, סעיף י"ז) שטייט קלאר אז א מלמד טאר נישט פאסטן, נאר ער דארף גוט עסן און גוט שלאפן, אז ער זאל זיין רואיג און פרייליך און אזוי וועט ער האבן געדולד צו די קינדער און קענען לערנען מיט זיי ווי עס דארף צו זיין. דאס איז דער עיקר טאלאנט וואס א מלמד דארף האבן, צו האבן געדולד צו די קינדער, און זיך אראפלאזן צו זיי. און אויב איז דער מלמד נערוועז, האט ער נישט וואס צו זוכן בכלל אין א קלאס מיט קינדער.

ג
אידישע קינדער ווערן צעשניטן טאג טעגליך

מיר זענען אלע צעטרייסלט פון די שרעקליכע מעשה וואס האט יעצט פאסירט, עס איז געקומען א איד וואס פאררופט זיך צו זיין א שומר תורה ומצות, ער האט ערשט יעצט געענדיגט דאווענען מנחה און מעריב, און ער האט גענומען אן אומשולדיג טייער קינד און אים צעשניטן אויף שטיקער. פארוואס זאלן מיר אבער נישט ווערן דערציטערט און צעטרייסלט אז קינדער ווערן צעשניטן טאג טעגליך אין די חדרים און שולעס דורך מלמדים און לערערינס.
יעצט האט מען ליידער צעשניטן דער קערפער פון א קינד, וואס דאס זעט יעדער מיט די אויגן. ליידער זענען אבער דא מלמדים וואס צעשניידן קינדער יעדן טאג! מען קען דאס טאקע נישט זען מיט די אויגן, איך בין אבער בכלל נישט מגזם. יא, עס איז ממש אזוי! מען הרג'ט קינדער! ווען א מלמד טוט נישט זיין ארבעט ווי עס דארף צו זיין, ער טשעפעט א קינד, ער דערנידערט א קינד, ער שפעט אפ פון א קינד; ווערט די נשמה פונעם קינד צעשניטן, זיין מח ווערט צעשניטן, דאס הרג'ט אים אפ פאר זיין גאנץ לעבן, ער בלייבט א בעל מום פאר אלע זיינע יארן!
דאס הויבט זיך אן פון די גאר קליינע קינדער אין קינדערגארטן, און אזוי גייט עס ווייטער ווען מען הויבט אן לערנען די אלף-בית, עברי, ביז ארויף צו די בר מצוה, און שפעטער אין ישיבה. מען קען זיך איינרעדן אז א קליין קינד פארשטייט נאכנישט און ווערט נאכנישט אזוי צעקלאפט ווען מען דערנידערט אים, דער אמת איז אבער אז אפילו גאר קליינע קינדער ווערן אינגאנצן צעשניטן ווען מען נעמט זיך צו זייערע ביינער. א מלמד וואס טשעפעט און שפעט אפ פון א קינד, האט אים ממש צעשניטן, גע'שחט'ן, און גע'הרג'ט!
א מלמד דארף האבן די וועלט'ס געדולד צו די קינדער, זיך אראפלאזן צו זיי און רעדן שיין צו זיי, זיי מאכן פרייליך, און נאר אזוי קען ער מצליח זיין מיט זיי, נאר אזוי קען ער לערנען מיט זיי, און זיי אנגרייטן אויף זייער לעבן. ער קען נישט ווערן נערוועז פון די קינדער און האקן, שלאגן, און זעצן פון אלע זייטן, ווייל די איינציגסטע זאך וואס ער וועט אויפטון איז נאר אז ער וועט אפ'הרג'נען די קינדער פאר זייער לעבן.
איך זאג אלעמאל אז א מלמד וואס קען נישט האלטן די הענט ביי זיך, ער האקט און שלאגט די קינדער, דארף ער ענדערש גיין ארבעטן ביי די "סעניטעישאן" - צוזאמצונעמען די מיסט פון די גאסן... מען קען זען ווי די גוים וואס ארבעטן מיט די מיסט, וואס דאס איז זייער נישט קיין געשמאקע ארבעט, פון די מיסט קומט ארויס א שלעכטער גרויך, און ווער רעדט נאך אין די זומער טעג ווען די גרויך איז ממש נישט אויסצוהאלטן, און די ארבעטער זענען ברוגז אז זיי דארפן טון די שמוציגע ארבעט, און זיי געבן אויס זייער כעס אויף די מיסט קאנעס (גארביטש קענס), זיי ווארפן עס ארום ווי שפילצייג, עס צעברעכט זיך, און דערנאך קען מען גיין אריינרופן זיך צו באקלאגן, און פארשטייט זיך אז מען וועט קיינמאל נישט באקומען קיין ענטפער אויף צוריק...
דאס איז דער ריכטיגער פאך וואס א נערוועזער מלמד דארף צו טון... אויב קען ער נישט האלטן די הענט ביי זיך, ער קען זיך נישט איינהאלטן פון צו פראסקען און שלאגן די קינדער, זאל ער גיין ארבעטן ביי די מיסט און זיך אויסגעבן זיין גאנצער כעס אויף די מיסט קאנעס וועלכע האבן נישט קיין געפילן, ער זאל ווארפן די קאנעס מיט'ן גאנצן כח, עס צעברעכן אויף שטיקער, ער זאל אבער נישט אויסגעבן זיין כעס אויף אומשולדיגע קינדער וועלכע ווערן גע'הרג'ט אינגאנצן דורך דעם.
איך האב געהערט הספדים פון גרויסע בעלי דרשנים וועלכע האבן פרובירט צו זוכן וואס מען דארף זיך לערנען פון די שרעקליכע טראגעדיע, זיי לייגן עס אן אויף די טעכנעלאגיע, אויף די טעלעפאונס און די קאמפיוטערס וואס פירן אראפ אידישע קינדער פון וועג. איך וויל אבער פארשטיין פארוואס א קינד זאל וועלן נעמען די אלע כלים? פארוואס פעלט אים דאס אויס? פארוואס דארף ער דאס האבן בכלל?
דאס איז דאך נאר דערפאר ווייל זיינע מלמדים האבן נישט געהאט קיין געדולד צו אים, אנשטאט זיך אראפצולאזן צו אים מיט ליבשאפט, צו לערנען מיט אים ווי עס דארף צו זיין, און אריינברענגען אין אים א ליבשאפט צו די הייליגע תורה, וואס דאן וואלט דאס קינד בכלל נישט געגאנגען זוכן קיין שלעכטע זאכן; אנשטאט דעם גייט דער מלמד און שפעט אפ פונעם קינד, ער טשעפעט אים און שלאגט אים מיט רציחה, און דאן פארלירט דאס קינד זיין גאנצער חשק צו תורה און צו אידישקייט, און גייט זיך זוכן גליקן אין די פרעמד.
א גוטער מלמד, אן איבערגעגעבענער מלמד, וואס ווייסט אז מען האט אים אנפארטרויעט טייערע אידישע נשמות אז ער זאל לערנען מיט זיי און זיי אויפבויען, ווען ער וויל אויסלערנען אלף-בית פאר די קינדער, וועט ער זיך אראפזעצן מיט זיי אויף דער ערד, ער וועט שפילן מיט זיי מיט די שפילצייג, און מיט די שפילצייג וועט ער זיי אויסשטעלן אן "אלף", און דערנאך א "בית", און אזוי ווייטער. ווען איינער וועט אריינשפאצירן אין קלאס און זען ווי דער מלמד זיצט אויף דער ערד און שפילט זיך ווי א קליין קינד, וועט ער מיינען אז דער מענטש איז אראפ פון זינען. אבער שפעטער ווען דאס קינד קומט אהיים, וועט ער ווייזן פאר זיינע עלטערן ווי גוט ער קען די "אלף-בית", ער וועט ווייזן מיט זיינע שפילצייג ווי אזוי דער מלמד האט אים אויסגעלערנט צו מאכן די אותיות. דאס הייסט א גוטער מלמד, ער האט געדולד צו די קינדער, ער לאזט זיך אראפ צו זייער שטאפל, און מען זעט צום סוף ווי זיי קענען זייער גוט וואס ער האט מיט זיי געלערנט.
דער מלמד דערציילט שיינע מעשיות פאר די קינדער, ער ווייזט זיי ווי דער אות "אלף" איז ווי א מענטש וואס שטייט שיף, ער האלט איין האנט אויף ארויף, צו נעמען פונעם אייבערשטן, און איין האנט אויף אראפ, וואס מיט דעם געבט ער פאר א צווייטן.
און אזוי גייט עס ווייטער ווען דער קומענדיגער מלמד לערנט מיט די קינדער עברי, און דערנאך לערנט מען מיט זיי חומש, דער מלמד הויבט לערנען מיט די קינדער א פסוק אדער צוויי חומש, מיט געדולד דערציילט ער קודם פאר די קינדער וואס די פרשה איז, וואס די תורה לערנט מיט אונז די וואך, און ער לערנט מיט זיי עטליכע פסוקים חומש, און מיט די צייט גייט ער ווייטער צו לערנען מער און מער חומש, דערנאך הויבט ער אן לערנען מיט זיי אביסל רש"י, און אלעס מיט א רואיגקייט און געלאסנקייט, אז די קינדער זאלן בלייבן מיט א גוטן טעם אין מויל פון די הייליגע תורה, נישט אז דאס זאל זיין באגלייט מיט פעטש, שלעק און בושות.
לאמיר נעמען א ביישפיל פון א קינד וואס שטאלפערט. א מלמד מיט אביסל שכל וועט נישט הייסן פאר אזא קינד צו זאגן הויך די חומש, ווייל די אנדערע קינדער וועלן אים אויסלאכן. זענען אבער דא רשעות'דיגע מלמדים וואס וועלן יא הייסן פאר דעם קינד זאגן הויך די חומש, דאס קינד ציטערט פונעם מלמד און הויבט שטאלפערן ביי יעדן אות, אלע קינדער לאכן אים אויס, און דער מלמד איז נאכאלץ נישט צופרידן, ער הויבט אן צו שפעטן און נאכצומאכן דאס קינד ווי ער שטאלפערט, און שרייט אים נאך אן אז ער זאל זאגן שנעלער. וואס האט דער מלמד יעצט געטון? ער האט גענומען א מעסער און צעשניטן דאס קינד אויף שטיקער! און נאך ערגער פון דעם! ווייל ווען מען הרג'ט א קינד פיזיש, איז דאס נאר אן איינמאליגע זאך; ווען מען הרג'ט אבער א קינד גייסטיש, האט מען אים גע'הרג'ט לעבעדיגערהייט, ער וועט דאס געדענקען זיין גאנץ לעבן, און ער וועט שוין האבן א גע'הרג'טער לעבן!
ווי אזוי קען מען איבערגעבן א קינד פאר א מלמד און אים געטרויען אז ער וועט זיך אפגעבן מיט אים ווי עס דארף צו זיין? אז מען נעמט אויף מלמדים אין די וועלט אריין, מען קוקט נישט פארדעם צו זען אויב ער טויג טאקע זיך אפצוגעבן מיט די קינדער, ווי אזוי קען מען וויסן אויב דער מלמד וועט נישט אויסגעבן אלע זיינע אנגעצויגענע נערווען אויף די קינדער? ווי אזוי קען מען וויסן אויב דער מלמד וועט נישט שלאגן און הרג'ענען די קינדער מיט מכות רצח פאר יעדע קלייניקייט וואס וועט אים נישט שמעקן?

ד
המלבין פני חבירו ברבים, אין לו חלק לעולם הבא

חז"ל זאגן (בבא מציעא נ"ט.) "המלבין פני חבירו ברבים, אין לו חלק לעולם הבא" - איינער וואס פארשעמט א צווייטן ברבים, האט נישט קיין חלק לעולם הבא. דאס איז נישט נאר ביי א גרויסער מענטש, די זעלבע זאך איז אויך ביי א קינד. מען טאר נישט פארשעמען און דערנידערן א קינד, עס איז נישטא אויף דעם קיין שום תירוץ.
א איד האט מיר דערציילט א מורא'דיגע מעשה וואס ער האט אליין מיטגעהאלטן. איין נאכמיטאג גייט ער אויפ'ן גאס, און ער זעט ווי א גרויסע גרופע קינדער, א דרייסיג פערציג קינדער, באגלייטן איין קינד און זיי זינגען אויף אים: "דו ביזט א שלעכטער אינגל! דו ביזט א שלעכטער אינגל!". דער איד גייט צו צו זיי צו זען וואס גייט פאר, זעט ער ווי דער אינגל האט אנגעטון א קרוין אויפ'ן קאפ און עס שטייט דארט אויפגעשריבן "איך בין א שלעכטער אינגל".
דער איד האט נישט געקענט אויסהאלטן צו זען ווי מען פארשעמט אזוי א קינד, ער האט פארגעהאלטן די קינדער פארוואס זיי טוען דאס, האבן די קינדער זיך פארענטפערט אז זיי דארפן דאס צו טון ווייל זייער רבי האט זיי אזוי געהייסן, דער מלמד האט געהייסן פאר די קינדער אז זיי דארפן אהיים באגלייטן דעם קינד און זינגען אויף אים די גאנצע וועג אז ער איז א שלעכטער אינגל. דער איד האט אראפגענומען דעם קרוין פון קינד'ס קאפ און עס אנגעטון אויף זיין אייגן קאפ, און געזאגט פאר די קינדער אז זיי זאלן אים אנהויבן צו באזינגען אז ער איז א שלעכט אינגל... די קינדער האבן זיך געשעמט פון דעם עלטערן איד און זיי האבן געוואלט אוועקלויפן, דער איד האט זיי אבער נישט געלאזט, ער האט זיי געהייסן אז זיי זאלן אים נאכשרייען אזוי ווי זיי האבן נאכגעשריגן דעם אינגל. און ווען די קינדער האבן אים געזאגט אז זיי ווילן אים נישט פארשעמען, האט ער זיי שיין מסביר געווען אז א צווייטן אינגל טאר מען אויך נישט פארשעמען. און דערווייל האט דער איד אריינגעלייגט דעם קרוין ביי זיך אין טאש, און האט געפרעגט די קינדער אין וועלכע תלמוד תורה זיי לערנען.
דעם קומענדיגן טאג איז דער איד אריבערגעגאנגען צו דעם תלמוד תורה ביי מיטאג צייט, ווען די מלמדים פארזאמלען זיך אינעם מלמדים-צימער, דארט האט ער ארויסגענומען דעם קרוין פון טאש און געפרעגט די מלמדים ווער פון זיי האט געמאכט דעם קרוין. איין מלמד איז רויט געווארן און זיך אנגערופן צו דעם איד אז ער זאל ארויסקומען אינדרויסן צו רעדן מיט אים דערוועגן. דער איד האט אבער נישט מסכים געווען, ער האט דוקא אים געוואלט פארהאלטן אין פארנט פון אלע מלמדים. דער מלמד האט זיך געבעטן ביי אים: "זייט מיר נישט מבזה דא ברבים, קומט ארויס אינדרויסן און איך וועל רעדן מיט אייך", האט דער איד אנגעהויבן שרייען אויף אים: "מען טאר נישט מבזה זיין א איד ברבים?! און דאס הייסן פאר א גאנצע קלאס קינדער צו גיין נאכשרייען און נאכזינגען א אינגל און אים פארשעמען אויפ'ן גאס, דאס איז נישט קיין פראבלעם?! דאס איז דער וועג ווי אזוי א מלמד דארף לערנען מיט קינדער?! דו וועסט נישט אזוי שנעל פטור ווערן פון מיר!" און דער איד האט טאקע געמאכט אן איבערקערעניש דארט אין מוסד, אז אזא זאך זאל זיך מער קיינמאל נישט איבער'חזר'ן.
יעצט פרעג איך אייך, איז דאס קינד נישט צעשניטן געווארן לעבעדיגערהייט? איר ווייסט אז א קינד וואס גייט דורך אזעלכע בושות ווערט געשעדיגט אין מח פאר זיין גאנץ לעבן?
איך וועל אייך דערציילן נאך א מעשה פון א אינגל אין חדר, דער טאטע פון דעם אינגל זיצט דא יעצט ביים שיעור. דער אינגל איז נעבעך געווארן א יתום ביי די פינף יאר, זיין מאמע איז נפטר געווארן יונגערהייט. איין טאג האט מען געגעבן צו עסן אייער אין חדר פאר מיטאג, דאס קליין אינגל האט שטילערהייט אריינגעלייגט עטליכע אייער אין טאש, און דער מנהל האט דאס באמערקט.
מער האט נישט אויסגעפעלט, דער מנהל איז אריין אין א ווילדע כעס אז דער אינגל האט גע'גנב'ט עטליכע אייער, און ער האט אנגעהויבן צו שלאגן דעם קינד מכות רצח, ער האט אזוי געפראסקעט און געשלאגן, אז דער מלמד פונעם אינגל האט דאס שוין מער נישט געקענט צוקוקן, האט ער גענומען דאס קינד אין די זייט און אים געפרעגט פארוואס ער האט גענומען די אייער, האט דער אינגל געזאגט אז ער האט זיך געשפילט מיט די שניי אויפ'ן גאס און ער איז געווארן זייער קאלט, דעריבער האט ער געוואלט אריינלייגן עטליכע ווארימע אייער אין טאש זיך אנצואווארימען מיט דעם, ער האט נאכדעם געוואלט צוריקלייגן די אייער.
יעצט לאמיר פארשטיין וואס איז געווען די גרויסע עבירה פון דעם אינגל אז ער האט געדארפט כאפן דערפאר אזעלכע גע'הרג'טע שלעק. קודם האט ער בכלל נישט געוואלט גנב'ענען די אייער, ער האט זיך נאר געוואלט אנווארימען דערמיט פאר עטליכע מינוט, וואלט ווען דער מנהל אים געדארפט קודם פרעגן פארוואס ער האט דאס געטון, און דאן וואלט עס שוין געווען אן אנדערע מעשה אינגאנצן. צווייטנס, אפילו לאמיר זאגן אז ער האט יא געוואלט גנב'ענען די אייער, קומט זיך אים פאר דעם מכות רצח? לערן אים אויס און זאג אים אז ער זאל דאס נישט טון נאכאמאל. און דריטנס, אפילו אויב דער מנהל האלט יא אז עס קומט זיך א שטראף פאר דעם אינגל, איז דאך דא גענוג נארמאלע שטראפן אים צו געבן, ער קען אים זאגן אז מארגן וועט ער נישט קענען ארויסגיין שפילן ביי מיטאג, אדער עפעס ענליך; עס קומט זיך זיכער נישט קיין שרעקליכע שלעק פאר א קליין אינגל וואס האט גע'גנב'ט אפאר אייער.
אן ענליכע מעשה האט איך געהערט פון א מלמד פון אן אנדערע תלמוד תורה. דערציילט ער מיר אז איין טאג ביי מיטאג איז געווען דארט א מלמד וואס האט געפערליך געשלאגן א קינד, ממש גע'הרג'טע קלעפ פאר א קליין אינגל. די איבריגע מלמדים זענען געקומען צו לויפן צו זען וואס עס האט פאסירט, זאגט יענער מלמד אז אזוי ווי דארט איז נישט געווען קיין האנטוכער אפצואווישן די הענט, נאר עס איז געווען דארט א בלאזער וואס בלאזט ארויס הייסע לופט און מיט דעם טרוקנט מען זיך אפ די הענט, איז געגאנגען דער אינגל און ער האט געוואלט אריינשטופן אן איי אין די מאשין, און אזוי צעברעכן די מאשין, און דעריבער קומט זיך אים גוטע פעטש.
יעצט איז ווידער די זעלבע מעשה, קודם פרעג דעם קינד וואס ער האט געוואלט טון און פארוואס ער האט דאס געטון, איידער דו מאכסט אפ אז ער האט זיכער במזיד געוואלט צעברעכן די מאשין. דערנאך קוק טאקע אויב דער מאשין איז צעבראכן געווארן. און אפילו אויב ער האט טאקע במזיד צעבראכן די מאשין, איז ער אויך נישט מחויב מיתה פאר דעם, רעד מיט אים און לערן אים אויס אז מען טאר דאס נישט טון, און גיי בעט פון זיין טאטן צו באצאלן די שאדן.
דערווייל געבט מען א קוק אויפ'ן מאשין און מען זעט אז עס בכלל נישט צעבראכן, דאס קינד שטייט אין די זייט און וויינט בכיות נוראות פון יסורים, און ווען מען פרעגט אים וואס ער האט געטון, זאגט ער אז זיין איי איז פשוט אראפגעפאלן אויף דער ערד, איז ער געגאנגען עס אפוואשן, און דערנאך האט ער עס געוואלט אויסטרוקענען ביי דעם מאשין. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער אינגל האט בכלל נישט געטון, און נישט געוואלט טון, קיין שום עולה.
דאס קינד וועט אבער קיינמאל נישט פארגעסן די מעשה, ער וועט אייביג געדענקען די שלעק וואס ער האט געכאפט פאר אומזיסט. דער אינגל האט נישט צעבראכן דעם מאשין, דער מלמד האט אבער יא צעבראכן די נפש פון דעם קינד און אים געמאכט פאר א בעל מום אויף זיין גאנץ לעבן.
אן אנדער אינגל איז געווען נעבעך א יתום פון זיין מאמע, זיין טאטע האט געדארפט שווער ארבעטן צו ברענגען פרנסה, שוין גאר פרי האט ער געדארפט ארויסלויפן פון הויז צו די ארבעט, האט ער געבעטן פונעם גרעסטן אינגל אז ער זאל אכטונג געבן אויף די קלענערע קינדער, ער זאל זיי אנטון און זיי שיקן אין חדר און אין שולע. פארשטייט זיך אז דאס איז נישט קיין גרינגע ארבעט אפילו פאר עלטערן און זיכער פאר א קינד, און ביז ער האט אלעס געענדיגט איז געווארן שפעט, און ער איז אנגעקומען א שעה שפעט אין חדר.
ווען ער קומט אריין אין קלאס, איז דער מלמד אים מקבל פנים מיט פעטש און פרעסק, און שרייט אויף אים: "פארוואס ביזטו געקומען אזוי שפעט?" דער אינגל וויינט נעבעך, ער ווייסט דעם אמת אז ער איז נישט שולדיג, ער האט נעבעך נישט קיין מאמע, און ער דארף טון די ארבעט פון א מאמע יעדן אינדערפרי. און דער מלמד שרייט ווייטער: "מארגן זאלסטו זיכער מאכן צו זיין צייטליך אין חדר, ווייל אויב נישט וועסטו ערשט כאפן פון מיין שטעקן!"
פארשטייט זיך אז צומארגנס האט דער אינגל ווייטער נישט געקענט קומען צייטליך, און ער האט מורא געהאט צו זאגן א ווארט פאר'ן מלמד, און אזוי האט ער געכאפט און געכאפט אן אויפהער. הייסט דאס דען נישט צעשניטן א קינד?! קודם פרעג זיך נאך און ווער געוואויר וואס די מעשה איז, אפשר איז דאס קינד בכלל נישט שולדיג?
איר ווילט הערן נאך א מעשה? א איד האט בר מצוה געמאכט זיין זון, און איך בין געגאנגען צו די שמחה. אינמיטן די בר מצוה קומט דער טאטע צו לויפן צו מיר און זאגט מיר אז ער איז אויף גרויסע צרות, זיין עלטערער זון זיצט דא ביים טיש, און ער האט באמערקט ווי זיין אלטער מלמד איז אריינגעקומען, און ער זאגט פאר'ן טאטן: "טאטי, איך נעם יעצט א מעסער און איך גיי אים שטעכן! עס גייט מיך נישט אן וואס עס וועט זיין נאכדעם, זאל די פאליציי קומען און מיך איינזעצן אויף מיין גאנץ לעבן, עס אינטערעסירט מיר גארנישט! איך וויל אים נאר הרג'ענען!" דער בחור האט נעבעך גוט געדענקט די מכות רצח וואס ער האט געכאפט פון דעם מלמד איבער די מאס, און זיין בלוט איז אים ארויפגעקומען אין קאפ ווען ער האט נאכאמאל געזען דעם מלמד. איז דער טאטע געקומען צו מיר און זיך געבעטן אז איך זאל עפעס טון צו בארואיגן זיין בחור.
איך האב צוגערופן דעם בחור און גערעדט שיין מיט אים און אים בארואיגט, איך האב אים געגעבן אפאר דאלער אז ער זאל ארויסגיין אין א געשעפט זיך צו קויפן עפעס א גוטע זאך צו עסן. אויף די מינוט האב איך אים טאקע בארואיגט, וואס איז אבער שפעטער געווארן מיט דעם בחור? ער איז ליידער ארויס לתרבות רעה, אלעס נאר ווייל דער מלמד האט אים אזוי גע'הרג'ט און געשלאגן, אז ער האט פארלוירן דעם טעם פון לעבן בכלל און פון אידישקייט בפרט.
איך האב אייך דערציילט נאר עטליכע מעשיות וואס איך האב אליין מיטגעהאלטן און געהערט ערשטהאנטיג, איך קען זיצן דא א גאנצע נאכט און דערציילן אזעלכע מעשיות, איך האב אבער נאך וויכטיגע זאכן פון וואס מען דארף רעדן. וואס איר דארפט זיך אבער ארויסלערנען פון דעם איז אז ווען מען שלאגט א קינד מיט רציחה, ווען מען שפעט פון א קינד און מען דערנידערט א קינד, איז דאס ממש די זעלבע ווי מען נעמט א מעסער און מען שחט דאס קינד רחמנא ליצלן! יעדער איינער איז צעטרייסלט פון די מעשה אז מען האט צעשניטן נעבעך דעם טייער אינגל לייבעלע ע"ה, דער אינגל איז שוין מער נישט דא רחמנא ליצלן, עס איז שוין געווען די לויה, צענדליגע טויזנטער אידן האבן זיך באטייליגט, מען האט געוויינט און געטרויערט, מען האט געזאגט הספדים, און דאס איז עס. דערווייל איז אבער דא נאך צענדליגע 'לייבעלעך' וואס לערנען יעצט אין תלמוד תורה, און מען שניידט זיי און מען שחט זיי יעדן טאג, און קיינער קימערט זיך נישט אויף די שרעקליכע מעשים.
די פאך פון א מלמד איז גאר הייליג און טייער, אז מען נעמט איינעם אויף צו זיין א מלמד, דארף ער זיך אנגארטלען מיט די גרעסטע מאס סבלנות און געדולד, און לאנגזאם לערנען מיט די קינדער וואס זיי דארפן צו קענען, לויט זייער עלטער, און מיטפילן און מיטארבעטן מיט'ן קינד אינאיינעם, און זען אים אויפצובויען שיינערהייט און איידעלערהייט ביז ער וועט ווערן א לייט. און פארשטייט זיך אז דער מלמד דארף זיצן אין קלאס די גאנצע צייט און זיך אפגעבן מיט די קינדער, נישט לאזן די קינדער אויף הפקר, און נאכדעם נאך ווערן ברוגז אויף זיי און זיי שלאגן ווען זיי האבן זיך נישט אויפגעפירט ווי עס דארף צו זיין.
אויב די מלמדים פירן זיך אויף מיט געדולד און סבלנות צו די קינדער, איז דאס א הייליגע תלמוד תורה וואו מען בויעט אויף אידישע נשמות. אויב אבער מען דערנידערט דארט קינדער, מען שפעט פון די קינדער, מען טשעפעט און מען שלאגט די קינדער, איז דאס נישט קיין תלמוד תורה, נאר א שלאכט-הויז. א פלאץ ווי מען שחט קינדער, מען שחט 'לייבעלעך', די קינדער בלייבן אפגע'שחט'ן פאר זייער גאנץ לעבן רחמנא ליצלן.

ה
א קינד מאכט נאך זיין טאטע

דער אמת איז אז דאס איז נישט נאר ביי מלמדים, די עלטערן אליין דארפן אויך וויסן ווי אזוי מחנך צו זיין קינדער. מיט'ן שלאגן און האקן קומט מען אין ערגעץ נישט אן. קינדער דארף מען מחנך זיין מיט ליבשאפט און געדולד. עס איז דא אזויפיל סארט וועגן און עצות ווי אזוי מחנך צו זיין קינדער, אבער שלאגן איז זיכער נישט די עצה, דאס קומט נאר פון נערוועזקייט, דער טאטע איז נערוועז און אנגעצויגן און ער לאזט זיך אויס זיין כעס אויף די קינדער.
די וויכטיגסטע זאך אין חינוך איז צו זיין אליין א ביישפיל פאר די קינדער, ווען די קינדער זעען ווי די עלטערן פירן זיך אויף ווי עס דארף צו זיין, וועלן זיי דאס אויך נאכמאכן. אויב אבער די עלטערן אליין פירן זיך נישט ריכטיג, וועט גארנישט העלפן צו שלאגן און שרייען אויף די קינדער, דאס וועט זיי נישט מאכן גוט.
אפילו ווען דער טאטע איז פארנומען א גאנצע וואך מיט פרנסה, עס קומט אים כמעט נישט אויס צו זען און צו רעדן מיט די קינדער במשך די וואך, דארף ער כאטש אויסנוצן דעם שבת ווי עס דארף צו זיין, און ווייזן א ביישפיל פאר די קינדער אז זיי זאלן אויך וועלן נאכמאכן דעם טאטן. אויב אבער עס קומט שבת און דער טאטע אליין פירט זיך אויף נישט ווי עס דארף צו זיין, וואס קען ער נאך נאכדעם פארלאנגען פון די קינדער?
לאמיר נעמען א ביישפיל דאס דאווענען, דער אינגערמאן קומט אן שפעט אין שול, מען האלט שוין ביי ברכו. דארף ער זיך כאטש שעמען אז ער איז אזוי פארשלאפן און כאפן דעם טלית און זיך שטעלן דאווענען און פרובירן זיך מיטצוכאפן מיט'ן בעל תפלה. גייט נאך דער אינגערמאן און שטעלט זיך שמועסן אין דער זייט, ער איז נאך א חוטא ומחטיא את הרבים, נישט נאר וואס ער דאוונט נישט, שטערט ער נאך אויך אנדערע פון דאווענען; ערשט ווען מען שטעלט זיך שוין דאווענען די שטילע שמונה עשרה, געבט ער זיך א כאפ און ער הויבט אויך אן דאווענען. און דאן באמערקט ער ווי זיין זון האט נאכנישט געעפנט זיין סידור, ער רעגט זיך אויף און דערלאנגט אים צוויי קלינגעדיגע פעטש ברבים, און שרייט אים אן פארוואס ער דאוונט נישט...
דאס איז נישט דער וועג מחנך צו זיין א קינד. א קינד קוקט נאך זיין טאטע, און ער מאכט נאך וואס דער טאטע טוט. אויב דער טאטע דאוונט נישט, וועט דאס קינד אויך נישט דאווענען, און קיין פעטש וועט גארנישט העלפן. אויב דער טאטע האנדלט נישט ערליך, ער גנב'ט און גזל'ט, ער צאלט נישט קיין חובות, וועט זיין קינד זיך אויך אזוי פירן. און ער וועט עס מאכן נאך בעסער, ער האט דאך א בעסערער קאפ, ער וועט נאך מער גנב'נען און גזל'ן.

ו
וועקט אייך אויף!

יעצט לאמיר רעדן פון נאך אן ערגערע פראבלעם, דאס איז אז עס זענען ליידער פארהאן מלמדים און מגידי שיעור וואס זענען מנולים, זיי טוען שמוציגע זאכן מיט די קינדער, זיי מאלעסטן די קינדער. און אויסער די הארבע עבירה וואס דאס איז, שעדיגן זיי מיט דעם די קינדער אויף זייער גאנץ לעבן.
גאר אסאך בחורים און אינגעלייט קומען זיך אויסרעדן צו מיר איבער דעם געפערליכן ביטערן פראבלעם, א קינד אדער א בחור וואס ווערט געטשעפעט אויף אזא מיאוס'ן אופן, איז שוין גע'הרג'ט פאר זיין לעבן, עס איז אים זייער שווער חתונה צו האבן, ער האט מורא חתונה צו האבן, און ווען ער האט שוין יא חתונה האט ער נאכדעם שווערע שלום בית פראבלעמען, און דאס איז אלעס צו פארדאנקען די מלמדים און מגידי שיעור, וועלכע זענען פשוטע רוצחים, וואס זיי האבן אפגע'הרג'ט דאס קינד.
מען קען הערן פון מענטשן וואס זאגן אז ביי אונז איז נישט דא די אלע סארט זאכן, מען פרובירט עס צו באהאלטן און זיך איינרעדן אז דער פראבלעם עקזיסטירט נישט. ליידער פאסירט עס אבער יא אסאך, און דאס איז א גרויסע צרה וואס מען מוז פון דעם רעדן. עלטערן דארפן אנזאגן די קינדער אז קיינער טאר זיי נישט אנרירן אויף אן אומאיידל וועג, און אויב איינער טוט דאס יא צו זיי, מוזן זיי קומען אויסזאגן פאר די עלטערן ווי שנעלער. דער רוצח און מנול איז זייער קלוג, ער וועט אנשרעקן דאס קינד אז ער זאל זיך נישט דערוואגן אויסצוזאגן פאר קיינעם ווייל אויב יא וועט ער אים הרג'ענען, ער וועט הרג'ענען זיינע עלטערן, און ווער ווייסט וואס נאך ער וועט אים טון. און דאס דארף מען גוט אנזאגן די קינדער אז זיי זאלן נישט מורא האבן, נאר דוקא ווען איינער טוט עפעס און ער זאגט אן אז מען זאל נישט אויסזאגן פאר די עלטערן, דוקא דעמאלט דארפן זיי ערשט שנעל לויפן צו די עלטערן און דערציילן.
א בחור האט זיך אמאל אויסגערעדט צו מיר איבער זיין מגיד שיעור וואס האט אים מאלעסטעד, ער איז געווען א שיינער בחור און דער מגיד שיעור האט אים מאנס געווען. איך האב אים געפרעגט פארוואס ער האט זיך געלאזט, פרעגט ער מיר צוריק וואס ער וואלט געדארפט צו טון, האב איך אים געזאגט אז ער וואלט אים געדארפט געבן אזא שטויס אז ער זאל פליען, אז ער זאל נישט וויסן ווי אזוי ער הייסט. זאגט מיר דער בחור אז יענער האט אים אזוי אנגעווארנט און געסטראשעט אז אויב וועט ער עפעס טון אדער אויב ער וועט אויסזאגן פאר איינעם, וועט ער זיכער מאכן אז ער זאל נישט קענען טרעפן א שידוך, און דער בחור האט מורא געהאט פון יענעם און ער איז טאקע געבליבן שטיל און גארנישט געטון, און צום סוף איז דער בחור אויך נעבעך אראפ פון אידישן וועג. עלטערן און מחנכים טארן זיך נישט פארהוילן פון דעם, מען מוז רעדן צו קינדער און זיי ערקלערן אז עס זענען דא מנולים און רוצחים אויף דער וועלט, און מען דארף זיך זייער היטן פון זיי, מען טאר נישט מורא האבן פון זיי, מען טאר זיך נישט לאזן פון זיי; מען מוז שרייען, מען מוז פארפירן, און מען מוז אויסזאגן.
עס איז נישטא אויף דעם קיין שום תירוץ, דער מלמד און מגיד שיעור קען זיך נישט פארענטפערן אז ער איז נאר איינמאל דורכגעפאלן, דאס איז נישט קיין שום תירוץ צו מעגן הרג'ענען אידישע קינדער. אויף אזא מענטש טאר מען נישט רחמנות האבן, אויב קען ער זיך נישט איינהאלטן, דארף מען אים מסרס זיין, אז ער זאל נישט קענען מער טשעפען און רצח'ן אידישע קינדער.
שטעלט אייך פאר אז עס זאל אנקומען איינער וואס זאל יעצט רחמנות האבן אויף דעם רוצח וואס האט גע'הרג'ט און צעשניטן לייבעלע ע"ה, אדער אויף דעם אנדערן רוצח וואס האט דערשטאכן רבי אלעזר אבוחצירא ז"ל. יענער וואלט גע'טענה'ט אז מען דארף רחמנות האבן אויף זיי, ער וואלט זיי פרובירט צו פארענטפערן אז זיי זענען נאר איינמאל דורכגעפאלן, און אזוי ווייטער אזעלכע נארישקייטן. וואלט דאך יעדער פארשטאנען אז דאס איז זייער נאריש, אזעלכע מענטש דארפן זייער הארב באשטראפט ווערן. און ווער ווייסט אויב ס'וועט נישט אריבערגיין עטליכע יאר און עס וועלן טאקע אנקומען מענטשן און זאגן אז מען דארף רחמנות האבן אויף די רוצחים און זיי באפרייען. דאס פארשטייט יעדער איינער אז עס גייט נישט אזוי, אויב הרג'ט מען א צווייטן איז נישטא קיין רחמנות, מען דארף שטרענג באשטראפט ווערן אויפ'ן הארבסטן אופן. די זעלבע איז נישט שייך רחמנות צו האבן אויף די אנדערע רוצחים, די וואס נעמען אומשולדיגע קינדער און זענען זיי מטמא, און הרג'ענען זיי אפ פאר זייער גאנץ לעבן.
נישט אומזיסט האט מען אונז געוויזן די שרעקליכע מעשיות, דאס דארף אונז אויפוועקן אז מיר זאלן זיך אנהויבן אומצוקוקן אויף אונזערע קינדער, מיר דארפן זען וואס עס גייט פאר אויף דער וועלט, ווי אזוי קינדער ווערן נעבעך צעשניטן טאג טעגליך.
וועקט אייך אויף פון שלאף! אז מען האט צעשניטן א קינד רחמנא ליצלן, דארפן מיר זיך אויפוועקן אז מיר זאלן מער נישט צעשניידן קינדער, אז מיר זאלן מער נישט צולאזן אז מען זאל צעשניידן קינדער אין די חדרים, אין די שולעס, און אין דערהיים, און אין דעם זכות וועט דער אייבערשטער זיכער העלפן אז מען וועט מער נישט הערן אזעלכע שרעקליכע מעשיות.

ז
שטעך נישט קיין צדיקים

לאמיר יעצט זען וואס מיר דארפן זיך ארויסלערנען פון די צווייטע שרעקליכע פאסירונג, אז עס איז אריינגעקומען א רוצח צו רבי אלעזר אבוחצירא ז"ל און אים דערשטאכן צום טויט רחמנא ליצלן.
רבי אלעזר ז"ל איז געווען אן ערליכער איד, א צדיק תמים, ער האט ארויסגעהאלפן אזויפיל אידישע קינדער, געטון אזויפיל טובות פאר אידן, אויסגעהערט אזויפיל אידן וואס זענען זיך געקומען זיך אויסצורעדן זייער שווער הארץ פאר אים.
עס איז בכלל נישט קיין גרינגע זאך אויסצוהערן צעבראכענע אידן וועלכע ווילן זיך אויסרעדן זייער שווער הארץ, זיי ווילן אראפנעמען פון זייער הארץ די שווערע לאסט פון צרות און יסורים, זיי ווילן אז איינער זאל זיי אויסהערן און זיי געבן אן עצה אין לעבן. ווען מען איז זוכה אויסצוהערן א צווייטן איד איז דאס די גרעסטע מדריגה אין חסד, דאס איז נאך פיל מער ווי ווען מען וואלט יענעם געגעבן געלט.
א צדיק געבט זיך אוועק זיין לעבן פאר אנדערע אידן, ער געבט אוועק זיין צייט און כח צו אויסהערן אידישע קינדער, זיי מחזק צו זיין און שטארקן אז זיי זאלן זיך קיינמאל נישט פארלירן, אפילו אין די שווערסטע מצבים.
ווער איז א צדיק? דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצ"ז) אז א צדיק איז נישט דער וואס גייט מיט אן אראפגעבויגענעם קאפ און מאכט מאדנע תנועות, דאס הייסט סתם זיך נאריש געמאכט. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קט"ז) אז א צדיק קען מען בכלל נישט דערקענען פון אינדרויסן, ווען מען קוקט אים אן זעט ער אויס ווי א געווענליכער מענטש, אבער פון אינעווייניג איז ער גאר עפעס אנדערש אינגאנצן, ער איז גענצליך צוגעקלעבט צום אייבערשטן, ער טראכט נאר פונעם אייבערשטן, ער לעבט נאר מיט'ן אייבערשטן, און ער איז גרייט יעדער מינוט און יעדע סעקונדע אויסצוגיין פאר'ן אייבערשטן.
ווען מיר הערן נאר עפעס א ווארט פונעם יום המיתה, ווערן מיר שוין טרויעריג און נערוועז און מיר ווילן דאס נישט הערן. ווען מען זאגט נאר פאר א מענטש אז מען בלייבט נישט דא אייביג לעבן אויף דער וועלט, עס וועט קומען א טאג וואס מיר וועלן זיך מוזן שיידן פון די וועלט, מען וועט אונז אריינלייגן אין קבר און מיר וועלן מוזן צוריקגיין צום אייבערשטן, און דארט וועט נאר זיין חשוב דאס ביסל גוטע זאכן וואס מיר האבן אריינגעכאפט אויף דער וועלט, דאס דאווענען דריי מאל א טאג מיט מנין, דארט קען מען נאר נוצן דאס וואס מען האט ארויסגעכאפט אן אמן יהא שמיה רבא, א קדושה, א ברכו, און אזוי ווייטער, נאר דאס איז חשוב אויבן אין הימל. און די זעלבע מיט די הייליגע תורה, נאר דאס ביסל תורה וואס א מענטש כאפט אריין יעדן טאג, נאר דאס איז חשוב ביים אייבערשטן, ווען א איד איז זוכה צו לערנען אביסל חומש יעדן טאג, ער איז מעביר סדרה יעדן טאג א חלק פון די פרשה, אזוי אז ווען ס'קומט סוף וואך האט ער שוין געענדיגט די גאנצע פרשה, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן רפ"ה, סעיף ג') אז פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה צו זיין. און אזוי ווייטער ווען א מענטש איז זוכה צו לערנען יעדן טאג אביסל משניות, אביסל גמרא, ער זאגט אביסל תהלים, יעדער איינער כאפט אריין אביסל תורה לויט וויפיל ער קען; נאר דאס באגלייט דעם מענטש נאכדעם וואס ער גייט אוועק פון דער וועלט.
ווען מיר הערן נאר רעדן פון דעם אז איין טאג גייען מיר מוזן שטארבן און איבערלאזן די וועלט, און מיר דארפן זיך גוט צוגרייטן צו דעם טאג, פאלט שוין ארויף אויף אונז א מרה שחורה. א צדיק איז אבער פונקט פארקערט, ער טראכט יעדע סעקונדע אז ער וויל נאר אויסגיין פאר'ן באשעפער.
אזא צדיק, וואס איז אזוי דבוק צום אייבערשטן, ער דינט דעם אייבערשטן מיט מסירת נפש, ווען עס קומט אבער אריין צו אים א איד וואס דארף אן עצה, ער דארף א ישועה, ער וויל זיך אויסרעדן זיין שווער הארץ; וועט דער צדיק אוועקלייגן אין די זייט אלע זיינע זאכן מיט וואס ער איז פארנומען, און ער וועט זיך פארנעמען נאר מיט דעם איד, אים אויסצוהערן און אים ארויסצוהעלפן אין זיין שווערע מצב.
ווער רעדט נאך ווען עס קומט אריין צו אים א פאר-פאלק מיט שלום בית פראבלעמען, זיי מוטשען זיך און קענען זיך נישט אויסקומען צווישן זיך, וועט דער צדיק נישט קוקן אויף קיין שום זאך, ער וועט אוועקלייגן דעם זייגער, און נאר זיך אפגעבן מיט זיי און זיכער מאכן אז זיי גלייכן זיך אויס און גייען אהיים צוזאמען און קענען לעבן בשלום א גליקליך לעבן אינאיינעם.
דאס איז נישט קיין גרינגע זאך, דאס איז נישט קיין געשמאקע זאך, דער צדיק איז אבער גרייט מוותר צו זיין אויף אלעס, אבי נאר ארויסצוהעלפן אידישע קינדער. אזוי ווי חז"ל זאגן (ברכות ד'.): דוד המלך האט געזאגט פאר'ן אייבערשטן: "אלע אנדערע קעניגן שלאפן אריין ביז דריי שעה אין טאג, און איך בין פארנומען א גאנצן טאג צו העלפן אידישע קינדער, לטהר אשה לבעלה, צוריק צו שטעלן שלום ושלוה אין א אידישע שטוב". א צדיק נעמט נישט קיין געלט פאר דעם, ער דארף גארנישט אויף צוריק, ער וויל נאר איין זאך אז די פאר-פאלק זאל ארויסגיין פון זיין שטוב פרייליכערהייט און האבן א שיין לעבן.
און אז מיר רעדן שוין פון דעם ענין פון שלום בית, איז כדאי נאכאמאל צו דערמאנען ווי ווייט מען דארף זיך אכטונג געבן פון די וואס טוען אין שלום בית און נעמען גרויס געלט פאר דעם. פארוואס זאל אזא 'שלום בית מאכער' וועלן אמת'דיג צוריק שטעלן א שלום בית? ער וועט דאך נאר פארלירן זיין פרנסה אויב מאכט ער שלום בית. ער איז נאר אינטערעסירט אז די פראבלעמען זאלן זיך ציען ווי לענגער, ווייל אזוי וועט ער קענען באקומען פאר דעם אסאך געלט. ער וויל נאר אז די פאר-פאלק זאלן זיך צעטיילן פאר א שטיק צייט, ווייל אזוי וועט ער קענען פארדינען פון ביידע זייטן באזונדער. און נאכ'ן אויסציען די צייט דאס מערסטע וואס ער קען, וועט ער זיי געבן אן עצה אז זיי זאלן זיך גט'ן. חז"ל זאגן (קידושין ו'.) "כל שאינו יודע בטיב גיטין וקדושין לא יהא לו עסק עמהם", ווער עס פארשטייט נישט אין די ענינים פון גיטין און קידושין, זאל זיך נישט וואגן צו טון אין די זאכן. איינער וואס קען נישט צוריק שטעלן א שלום בית, זאל שטיין אין די זייט און זיך נישט אריינמישן אין זאכן וואס באלאנגען נישט צו אים. פאר זיינע קינדער און פאר זיך אליין וואלט ער נישט אזוי שנעל אפגע'פסק'נט אז מען דארף זיך גט'ן.
אן ערליכער איד וועט נישט נעמען קיין געלט ארויסצוהעלפן צוריקצושטעלן א שלום בית. ער וועט אוועקגעבן זיין צייט און כח און אלעס וואס ער האט צו קענען העלפן די פאר-פאלק, ווייל זיין ציל איז נישט צו מאכן געלט, ער וויל נאר ארויסהעלפן אידישע קינדער.
דער צדיק האט גענוג וואס צו טון, ער פארמאכט אבער זיין גמרא, ער פארמאכט זיין משניות, ער פארמאכט זיין זוהר, ער לאזט אפ אלע זיינע באדערפענישן, און ער געבט זיך אפ מיט א בחור, מיט א אינגערמאן, מיט א פאר-פאלק. אלעס נאר זיי ארויסצוהעלפן און זיי צו שטעלן אויף די פיס. זיי מחזק זיין אז עס ווארט זיי נאך אפ גוטע צייטן אין לעבן, אז עס וועט זיי נישט אייביג גיין אזוי שווער, זיי זאלן זיך דערהאלטן און זיך שטארקן אין לעבן.
דער צדיק נעמט א מענטש וואס איז שוין געווען טיף פארזינקען אין די טומאה ביז איבער די אויערן, דער צדיק רעדט מיט אים, ער איז אים מעורר און מחזק, ער שלעפט אים ארויס פון זיין שמוץ, ער וואשט אים אפ, און ער העלפט אים ארויס אז ער זאל קענען מצליח זיין ברוחניות ובגשמיות. צוביסלעך הויבט דער מענטש אן צו לערנען, ער הויבט שוין אן צו דאווענען, ער הויבט שוין אן זיך אויפצופירן ערליך.
וואס טוט מען נאכדעם פאר אזא צדיק? אנשטאט זיך צו באדאנקען פאר אים, הויבט מען גאר אן צו רעדן קעגן אים כל דבר אסור. אויף אלע וועגן זוכט מען נאר וואס מען קען טרעפן עפעס שלעכטס צו רעדן אויף אים. וואס טוט מען מיט די ספרים פונעם צדיק? אנשטאט זיי צו האלטן טייער און חשוב, צו לערנען די ספרים און זיך מחזק זיין מיט די ספרים, גייט מען גאר און מען צערייסט די ספרים רחמנא ליצלן.
דאס איז וואס דער אייבערשטער האט אונז געוויזן מיט די שרעקליכע מעשה אז מען האט געשטאכן און אומגעברענגט א צדיק תמים. דאס האט אויפגעשוידערט יעדן וואס האט געהערט איבער דעם. דאס איז אבער נישט נאר אן איינצעלנער פאל וואס האט נאר יעצט פאסירט, נאר דאס איז א זאך וואס חזר'ט זיך איבער יעדן טאג; מען שטעכט דעם צדיק, און מען פארגיסט זיין בלוט טאג טעגליך.

ח
די הארבקייט פון מחלוקת

דער רבי האט דערציילט, אין די מעשה פונעם רב מיט'ן בן יחיד (ספורי מעשיות, מעשה ח'), אז דער סמך-מם האט זיך פארשטעלט ווי א סוחר און איז געקומען צום רב וואס זיין בן יחיד האט געוואלט פארן צו א צדיק, און דער סמך-מם האט אים געזאגט אזוי דרך אגב מיט א תמימות אז ער אליין האט געזען ווי דער צדיק טוט אן עבירה, און אז ער איז בכלל נישט קיין ערליכער איד, ער איז גאר א קל, און דער רב האט עס נאך אנגענומען. און שפעטער, ווען דער בן יחיד איז שוין געשטארבן, האט דער רב זייער חרטה געהאט ווען ער האט אויסגעפינען אז דער סוחר איז גאר געווען דער סמך-מם אליין.
דאס איז וואס דער יצר הרע טוט, מען וועט נישט רעדן אויף צדיקים, נאר מען וועט אים קודם מאכן אויס צדיק, און נאכדעם וועט מען רעדן אויף אים. דער פסוק זאגט (ישעיה ה', כ') "הוי האמרים לרע טוב ולטוב רע, שמים חשך לאור ואור לחשך, שמים מר למתוק ומתוק למר", מען מישט אויס די יוצרות, אויף קלים ורקים זאגט מען גאר אז זיי זענען ערליכע אידן, און אויף אן ערליכער איד זאגט מען אז ער איז א קל. מען הערט זיך אן מיט לשון הרע'ס, מען הערט א ווארט דא און א ווארט דארט, און מען הויבט שוין אן צו רעדן אויף צדיקים און אויף ערליכע אידן, וואס דאס איז גאר שרעקליך, דאס איז ממש א שפיל מיט פייער.
דער אמת איז אז מען טאר זיך בכלל נישט מישן אין קיין שום מחלוקת, קוים וואס א מענטש קען זיך אן עצה געבן מיט זיך אליין, מיט זיינע רמ"ח אברים און שס"ה גידים, עס ברענט אין אים דער יצר הרע און ער ווייסט נישט וואס צו טון, דער מענטש אליין דארף נאך גרויס רחמים; ווי אזוי האט ער נאך צייט זיך אפצוגעבן מיט אנדערע, צו זיין פארנומען מיט דעם און מיט יענעם און זיך מישן אין מחלוקת.
חז"ל זאגן (במדבר רבה, פרשה י"ח, אות ד'): "קוק ווי הארב עס איז צו זיין פארמישט אין מחלוקת; ביים בית של מעלה שטראפט מען נישט א מענטש פאר ער איז צוואנציג יאר אלט, אין בית של מטה שטראפט מען נישט איידער מען ווערט דרייצן יאר אלט, ווען עס קומט אבער צו מחלוקת קענען געשטראפט ווערן אפילו פיצעלעך קינדער וואס זענען קוים א טאג אלט, אזוי ווי דער פסוק זאגט ביי קרח (במדבר ט"ז, כ"ז-ל"ג): ונשיהם ובניהם וטפם, וירדו הם וכל אשר להם חיים שאלה". אזוי שטארק איז דער אייבערשטער ברוגז אויף מחלוקת. עס לוינט זיך בכלל נישט צו זיין פארמישט אין דעם.
ספעציעל ווען עס האנדלט זיך פון א מחלוקת קעגן אן ערליכן איד, דארף מען נאך מער אכטונג געבן, מען קען ווערן זייער שטארק אפגעבריעט פון זייער פייער. חז"ל דערציילן (בבא מציעא פ"ד:) אויף דעם גרויסן צדיק רבי אלעזר דער זון פון רבי שמעון בן יוחאי, אז ווען ער איז נסתלק געווארן האט ער געזאגט פאר זיין ווייב אז זי זאל אים לאזן ליגן אין בוידעם, און זי זאל גארנישט מורא האבן, ווייל עס וועט אים גארנישט פאסירן קיין שלעכטס.
איין טאג איז זי ארויף אין בוידעם און זי האט געזען ווי עס גייט ארויס א ווארים פון זיינע אויערן, און זי האט זיך זייער דערשראקן פון דעם. איז ער געקומען צו איר אין חלום און געזאגט אז זי זאל נישט מורא האבן, דאס איז נאר געווען אן איינמאליגע זאך, ווייל ער האט געדארפט באקומען א שטראף אויף דעם וואס ער האט איינמאל געהערט ווי מען פארשעמט אן ערליכער איד און ער האט נישט מוחה געווען.
זעט מען פון דעם ווי ווייט עס גייט די הארבקייט פון רעדן קעגן ערליכע אידן, אז אפילו דער גרויסער צדיק האט געמוזט באקומען א שטראף בלויז ווייל ער האט נישט מוחה געווען אויף איינעם וואס האט גערעדט אויף אן ערליכן איד.
לאמיר זיך אפלאזן פון מחלוקת, נישט קריגן אויף קיין שום איד, און זיכער נישט אויף אן ערליכן איד, און ווער רעדט נאך ווען איינער דערוואגט זיך צו קריגן אויף זיין רבי'ן וואס האט אים געברענגט צום אייבערשטן, וואס האט אים מחזק געווען אין זיינע שווערע צייטן און אים געשטעלט אויף די פיס, איז נישטא די ווערטער צו באשרייבן די שרעקליכע שטראפן וואס וועט קומען אויף אזא מענטש.

ט
די ווערטער זאלן גיין איבער די גאנצע וועלט

איר זאלט מיר מוחל זיין פאר'ן אויפהאלטן אזוי לאנג, ווען עס פאסירט אבער אזעלכע שרעקליכע מעשיות קען מען נישט בלייבן שטיל. איך האב געמוזט זאגן דעם הספד, און ארויסזאגן דעם אמת וואס דער אייבערשטער וויל פון אונז אין אזא צייט, און מיט דעם אראפנעמען דעם חרון אף כאטש פון אונזער קהלה. איך בין אבער זיכער אז די ווערטער וועלן נישט בלייבן נאר דא, די ווערטער וועלן גיין איבער די גאנצע וועלט, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן י"ז) אז ווען מען רעדט דיבורי אמונה אין א ווינקעלע, גייען די ווערטער זייער ווייט און קומען אן איבער די גאנצע וועלט.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן מער נישט הערן פון קיין צער, פון קיין רציחות און הריגות רחמנא ליצלן, און מיר זאלן זיך גוט אפלערנען די מוסר השכל אז מיר זאלן זיך נישט מישן אין קיין מחלוקת, נישט רעדן אויף קיין ערליכע אידן; און זייער אכטונג געבן וועמען מען נעמט אויף פאר מלמדים, אז זיי זאלן זיין נאר אמת'דיגע יראי ה', וואס ווייסן ווי אזוי זיך אפצוגעבן ריכטיג מיט די קינדער, און האבן געדולד און סבלנות צו די קינדער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך האב גע'פועל'ט, און דער בורא כל עולמים זאל אונז אודאי העלפן אז מיר זאלן שוין זוכה זיין צו בנין בית המקדש, און מיר זאלן שוין אלע אויסגעלייזט ווערן במהרה בימינו אמן.[/justify]
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר