ר"א מיללער: "פארשקלאפטע שווארצע האבן געלעבט א חיים טובים"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

ר"א מיללער: "פארשקלאפטע שווארצע האבן געלעבט א חיים טובים"

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

[justify]פאריגער וואך האב איך געוויילט אויף וועקאציע אין א רעזארט פלאץ. אזוי פארברענגענדיג איינגענעם צווישן די האטעל געסט האט זיך פארמירט א שיינער שמועס צווישן אונז על דא ועל הא. אינמיטן האט איינער א שחור אנגעהויבן פארציילן פון זייערע 'דור צו דור געבעקסן' ווי רחמנות'דיג זיי זענען געווען אלע יארן, בלא בלא בלא...

איך האב נישט געהאט קיין געדולט פאר זיינע געבאקענע שטותים. איך האב אפן געזאגט: דריי די בייצים פאר א צווייטן! פארקויף מיר נישט קיין שטותים, עטץ האטס קיינמאל נישט געליטן פון קיינעם נישט, מאך דיך נישט פאר קיין רחמנות און פארטיג.

און דער שחור דרשנט ווייטער, וואט אר יו טאלקינג עבאויט בראדער? מיי גרענד בלא בלא פאטער וואס א סלעיוו טילל היס דעט. מיי מאטער איס סטילל טראמעטייזט ווען דעי סענט הער אין בעק אוו דע באס.

איך האב שוין געפלאצט. נישט נאר וואס דו מאכסט אויף היסטאריע - איך קען נאך אזוי גוט היסטאריע ווי דיר, זאג איך אים. נאר פריי דיך אז עטס זענטס געווען קנעכט... צודרייט איז דער וואס האט ענק דעמאלדס באפרייט. עטס זענטס געווען א באנדע אלפאבעטן אומצוויליזירטע בריות, מען האט ענק דא געגעבן אויף א גאלדענער טאץ גענוג און נאך. שעמסט דיך נישט דער לאנד וואס האט דיר געראטעוועט און אויפגעבויט אזוי רעדסטו?! שטפ"א.

דער עולם איז געזיצן דארט מיט אפענע מיילער אז מ'האט געקענט אריין שטיפן א גרעיפפרוכט אין יעדענס מויל. איין גוי נעבעך טרייט מיר צו קאנווינסן מיט א 'כאפ' פון א טיפשות, און רופט זיך אן, ווער נאך ווי א דזשו וואס האט איבערגעלעבט א האלעקאוסט דורך מענטשן וואס האבן נישט געגליכן א צווייטער רעיס קען בעסער פארשטיין די פילינגס פון א צוקלאפטער פאלק?

יא יא, וואס נאך מיין פריינט? ס'איז ביי דיר די זעלבע זאך? זאג איך אים. זעקס מיליאן אידן זענען געשטארבן פלעין פאר פיינטשאפט און ראסיזם, גייסטו עס צוגלייכן צו אפאר שחורים וואס באקען מעשיות? אר יו קידדינג מי? איך האב זיי אלע שטיל געמאכט.

דער שחור איז געווארן באליידיגט, און האלב וויינענדיג האט ער אוועק געוואקט מורמעלנדיג די דזשוס בלא בלא - ס'אינטערעסירט מיר נישט וואס ער האט געזאגט - ווען איך שריי אים נאך, געדענק, דיינע באנעבעכטצטע מעשה'לעך זאלסטו טרייען איינצורעדן פאר א צווייטן. איי דאנט ביי יור בעלאניס...[/justify]

[center]* * *[/center]

לעצטענס איז פארשפרייט דער נייער זשורנאל "לאמטערנע" ארויסגעגעבן דורך די געטרייע שרייבער פון אייוועלט. צווישן די ארטיקלען איז מיין אויג געפאלן איבער אן ארטיקל פונעם שרייבער בנימין קעניג. דער שרייבער ציטירט און טייטשט איבער "שאלות ותשובות פון ר' אביגדור מיללער". איך וועל איבער געבן דאס ווארט פאר רב קעניג:


[justify] קשיא: איז עברעהעם לינקאן
געווען א רעכטעפארטיגע גוי?


ענטפער: דאס איז פארן רבוש"ע שוקל צו זיין. אבער איך האלט קעגן אים ווייל ער האט באפרייט די שווארצע. שווארצע פלעגן זיין אויסגעצייכנט, זייי האבן געלערנט אז מען דארף זיין מענטשליך און ציווליזירט אינטער זייערע ווייסע הערן. זיי האבן נישט געקענט גנב'נען, זיי האבן נישט געקענן הרג'נען, זיי האבן נישט געקענט נעמען קיין דראגס, זיין האבן נישט געקענט זיין אוממאראליש. זיי האבן געליינט די בייבל פון זייערע ווייסע הערן. זיי האבן געמאכט פארשריט.

אויב ער וואלט געווארט, לאמיר זאגן נאך א פופציג אדער הונדערט יאר, און דאן וואלט ער זיי באפרייט, דאמאלטס וואלט עס געווען עפס אנדערש. אבער ער האט זיי באפרייט צו פרי. זיי זענען געקומען פון אפריקע, און אין אפריקע זענען זיי געוווען פארנומען זיך אויסצוהרג'נן צווישן זיך, און זיך אויפעסן צווישן זיך, זיי האבן נישט געהאט קיין שום פרינציפן אויף זעלבסט קאנטראל. אזעלכע מענטשן האבן געדארפט ווערן געלערנט צו ווערן ציוויליזירט, און זיי האבן זיך עס געהאלטן אינמיטן לערנען. וואס קען זיין בעסער צו
לעבן אין א וועלט וואו מען הרג'ט נישט פאר שוואולטאג. זיי פלעגן זיך הרג'נען פאר פאן. זיי פלעגן האבן די ציינער פון אנדערע שבטים
ארום זייער האלז, די ציינער פון זייערע שונאים, וואספארא מין ציוויליזאציע איז דאס?

זיי זענען אבער געקומען קיין אמעריקע, זיי האבן מער נישט געהרג'ט, זיי האבן געדארפט ארבעטן. ביינאכט זענען זיי געשלאפן רואיג, קיינער האט נישט געקענט אטאקירן אנדערע שבטים, צופרי זענען זיי אויפגעשטאנען זיי האבן געהערט פרעפלען, זונטאגס האבן זיי געהערט דעם בייבל. זיי פלעגן זינגען מזמורים אין זייערע קאבינעטן, זיי האבן געהאט אביסל איבריג צייט. וואו קענסטו היינט באקומען מזמורים פון זיי, אפשר אין הארלעם? זיי זינגען מער נישט. בקיצור זיי פלעגן באקומען גוטע בענעפיטן, און פלוצלינג איז ער געקומען און געסטאפט די פרעצעדור.
זיי קומען אים נישט קיין שום דאנקבערקייט, און עס איז א ריזן טעות צו זיין דאנקבאר צו אים.[/justify]


כ'ליין איבער און איבער און כ'טראכט צו אפשר ליין איך נישט גוט, אפשר האב איך א שווארצע פינטל אויף מיין גלעזער? כ'קען נישט ר' אביגדור ושיטתו פערזענליך, ס'האט מיר עפעס קיינמאל נישט געצויגן, אבער דאס איז דער געלערענטער חכם וואס מען רעדט כסדר? איי מין סיריעסלי?? שווארצע קנעכט האבן געלעבט א חיים טובים מיט בענעפיטן?

מילא ווען איינער האלט אז דער תורה האט פארלאנגט אז יעדער בן חם דארף זיין א קנעכט ביז משיח וועט קומען צו רייטן פון 770 אויפן וועג צום בעלזער ווינקל טייטלענדיג מיט'ן פינגער קיין סאטמאר צו די קינדער וואס האבן אים געברענגט החרשתי.

ווי נישט ווי, דאס אינטערצושטיצן האמיר א דאזן גע'ממית'טע קענעדי'ס וואס דער שאצער האט ארויסגעשמיסן פון עראפלאן און צוגאב פון ראפאל קרוז וואס האט ארלעדיגט ס'איבריגע...

אונטערעסאנט איז נאר, אז סאם האו זענען נאר טינקל הויטיגע אייניקלעך... ווער האט אפגעמאכט אז נאר טינקל הויטיגער זענען אייניקלעך פון חם. כנען איז דאך נישט געווען שווארץ.

און נאך מער, יעדער טינקל הויטיגער איז אוטאמאטיש אן אייניקעל פון חם? פון ניגעריע, ליביע, עגיפטן ביז קאנגא אפריקע? איינער ווייסט בכלל נאך סנחרב'ס מישמאש ווער ס'איז ווער? און אפשר די טינקל הויטיגע פאלאשן דארפן אונז אויך פארקנעכטיגן אונטער די שטיוול?



בכלל איז עמעראציש און ראסיסטיש אזוי צו זאגן. און ארויף צו שמירן אויף די תורה ארויף לעגענדעס מיט באבסקע מעשיות האט קיין שום פשט נישט. ס'איז כדאי צו ציטירן די ווערטער פונעם רמב"ם איבער הילכות עבד כנעני:

מותר לעבוד בעבד כנעני בפרך, ואף על פי שהדין כך, מדת חסידות ודרכי חכמה שיהיה אדם רחמן ורודף צדק ולא יכביד עולו על עבדו ולא יָצֵר לו, ויאכילהו וישקהו מכל מאכל ומכל משתה. חכמים הראשונים היו נותנין לעבד מכל תבשיל ותבשיל שהיו אוכלין, ומקדימין מזון הבהמות והעבדים לסעודת עצמן, הרי הוא אומר 'כעיני עבדים אל יד אדוניהם כעיני שפחה אל יד גבירתה', וכן לא יבזהו ביד ולא בדברים 'לעבדות מסרן הכתוב לא לבושה', ולא ירבה עליו צעקה וכעס אלא ידבר עמו בנחת וישמע טענותיו וכן מפורש בדרכי איוב הטובים שהשתבח בהן 'אם אמאס משפט עבדי ואמתי בריבם עמדי, הלא בבטן עושני עשהו ויכוננו ברחם אחד'. ואין האכזריות והעזות מצויה אלא בעובדי כוכבים ומזלות עובדי עבודה זרה אבל זרעו של אברהם אבינו והם ישראל שהשפיע להם הקב"ה טובת התורה וצווה אותם בחוקים ומשפטים צדיקים, רחמנים הם על הכל. וכן במידותיו של הקב"ה שצוונו להדמות בהם הוא אומר 'ורחמיו על כל מעשיו' וכל המרחם מרחמין עליו שנאמר 'ונתן לך רחמים ורחמך והרבך'.

(רמב"ם הלכות עבדים פ"ט ה"ח)

ואיזו היא עבודת פרך זו עבודה שאין לה קצבה ועבודה שאינו צריך לה.

[justify]א זאך וואס איז קיינמאל נישט געווארן אויסגעפירט אין די דרום שטאטן, א פלאץ ווי פייניגן שווארצע פאר שוואויל-טאג איז געווען א נארמאלער ערשיינונג.

אפגערעדט אז נאך ער ווערט צומזיקט דארף ער באפרייט ווערן, וואס איז דאכטזעך מיר אויך נישט פראקטיצירט געווארן דורך די קנעכט אייגענטומער.

ס'איז אויך כדאי אריין קוקן אין תפארת ישראל אויף נזיקין אבות פרק ג', אויב איינער קען עס ציטירן דא.

און אז איינער וויל נאך מער, קען ער זעהן די ריינע רייד פונעם הייליגן מאירי.



ר' אביגדור קומט אבער נישט מיט קיין לעגענדעס און לעקעך ברוינפן מעשה'לעך ווי גוים שטארבן מיסטעריעזיש אפ צווישן איין בראוני סלייס און דער צווייטער. רב מיללער קומט גאר מיט א לאגישער סברה, אזש ס'וויל זיך מיר פארשטיין.

טויזענטער שווארצע האבן ניטאמאל געקענט טרערן לאזן פון די אויסגעטריקענטע אויגן זייערע, דאס איז בענעפיטן? הונדערטע שווארצע זענען צופליקט געווארן בארבאריש דורך מחנות הונטן וואס זענען זיי נאכגעלאפן און צופליקט לחתיכות, טאקע פאר דער איינער עוולה פון ווילן אנטלויפן פון זייערע 'גוטע' בענעפיטן, איז דאס א חלק פון די חיים טובים וואס די שווארצע האבן געהאט?

הונדערטע ציווילע בירגער פון ניו יארק זענען פארכאפט געווארן קיין דרום, צוריסן זייערע משפחות צוגרינד געלייגט זייערע שטיבער און אים געפירט צו א בריטאלן הער שמאכטענדיג פאר די רעסט אוו היס לייף, פשוט א בענעפיט פאר אים ניין? ער מענטשעלט זיך אויס! ער לערענט זיך אויס מזמורים! פשש..

צענדליגער סאלאמאן נארטאפ'ס האבן פשוט געהאט די זכיה צו קענען געמענטשלט ווערן דורך בארבארישע אויסגעמענטשעלטע בענעפיטן טיילער'ס.

א פרוי פון צפון וואס איז פארכאפט געווארן אומלעגאל און געפירט קיין ווירדזשיניע, זי איז טראגעדיג אבער איז געצווינגען צו ארבעטן אכטצן שעה א מעת לעת ביזן געבוירן דאס קינד, דאס איז אויך א פארט פון די גוטע בענעפיטן פון קענען צוהערן איר "בענעפעטירער טיילער" פרעפלען?

נישט גענוג וואס רב מיללער לייקענט אפ זייערע רדיפות אין איין האנט בארעכטיגט ער נאך זייער קנעכטשאפט מיט די צווייטער האנט.

מיט די הוגי דיעות פון דער לאמטערנע וועל איך מיך אין דעבאטע נישט קרנים מנגח זיין. נעמליך, די געגענטער ארום די מוחות הייסן דארט צו זיין שטארק נאכגעלאזטע געגענטער ווי עס וואקסן שיכטן און קרייזן שימל... די טירן צום מח סעקשאן האט מען פארשלאסן ביים געבורט און געלאזט די שליסלען אינעווייניג...

אבער ר' אביגדור מיללער וואס ברויך צו הייסן א גרונטליכער ברייטער און אויסגעהאלטענער איד, זאל איך זאגן אז רב מיללער האט פשוט נישט געהאט די נויטיגע ידיעות איבער אמעריקאנער היסטאריע; אויב יא, ווער ווייסט ווי פול נאך דיעות און מיינונגען מען שווערט זיך נאך אין רב מיללער'ס נאמען זענען פשוט'ע מיססלידינג פוינטס געבויט אויף האלבע אומוויסענדע פאקטן און לעכערדיגע מציאות'ער?

או יאמר, אז רב מיללער איז געווען א זענעפאביסט, מיט ראסיסטישע מיינונגען כלפי די שווארצע.

צו די באיאנעטן, שפיזן און העק געפיטערט פון זענעפאביע און ראסיזעם האט דער וועלט שוין - און איז נאכאלץ - מקריב געווען מיליאנען מיליאנען נפשות, קליינע אפרוחים ביז אלטע זקינות, זייגעדיגע מאמעס ביז אומבאהאלפענע זקנים ביז טויזענטער טאטעס ברויט-ברענגערס און שטוב אריין.

גאלאנען בלוט ווערן נאך יעצט די רגע וואס דו ליינסט די שורות געגאסן אויפן מזבח פון ראסיזעם. ווער ווייסט ווי פול מענטשליך בלוט עס וועט נאך טריפן ביז דאס מענטשליך הארץ וואס דער באשעפער האט די בריאה באשאנקן וועט זיך אויפוועקן...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 75 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר