פאראויס אדער צוריק-צו-וועגס? וועקער 9#

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
נח פייפער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:25 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

פאראויס אדער צוריק-צו-וועגס? וועקער 9#

שליחה דורך נח פייפער »

מיין מנחת עני צום נייעם וועקער (אוי, וואו זענען די בלעכענע הויזן?...) איז דער ארטיקל "פאראויס אדער צוריקצואוועגס" איבער די אייגנארטיגע "צוריק-צו-וועגס" ביילאגע פון קינדליין, געשריבן אלס א סייד-באר צו ראובנ'ס לענגערע ארטיקל שקר-ליין. קאמענטארן און קריטיק (אויך קאמפלימענטס בדיעבד) זענען וועלקאם.

אריגינעל האב איך געשריבן א לענגערע ווערסיע פון דעם ארטיקל און צוליב מאנגל אין פלאץ האט מען געמוזט אהערשטעלן א פארקורצערטע ווערסיע. דאס איבעריגע וועט נאכפאלגן ווי נאר אמאזאן וועט אויספארקויפן אלע זיינע קאפיס... (נאך א סיבה פארוואס ראובן האט אפערירט מיין ארטיקל איז פשוט געווען אז עס זאל נישט שיינען כאילו "וועקער" קומט מיט אן ארקעסטרירטע אטאקע קעגן קינדליין, וואס דאס איז אינגאנצן נישט די פאל, און נישט מיין אדער ראובנ'ס ציל, נאר אונזער פולע רעספעקט פאר קינדליין און זיין רעדאקציע איז ווייטער אין ארט.)

דערווייל ווידמע איך דעם ווינקל פאר ווער עס פילט אז ער וויל עפעס צולייגן צו דער דיסקוסיע וואס איך האב האפנטליך געעפנט.

איך וויל נאכאמאל קלארשטעלן אז מיין ארטיקל זאל נישט אנגעקוקט ווערן ווי סיי וועלכע אטאקע קעגן די קינדליין אויסגאבע און אירע אפיליאירטע אדער געשריבן מיט סיי וועלכע זייטיגע אינטערעסן אויסער ווי פראפעסיאנאלע קריטיק-איבערזיכט און רעצענזיע אויף פאפולערער ליטעראטור. טיף אין הארצן האף איך אז די רעדאקציע וועט דורכזען מיין גוטער ווילן און זיך רעכענען מיט מיין ארטיקל און אפשר אפילו אפרישיעיטן מיין מי און דאס צום קענטעניס נעמען צו פארשענערן און פארבעסערן די אויסגאבע אין דעם צוקונפט.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר