"the great American eclipse" ער"ח אלול תשע"ז

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

"the great American eclipse" ער"ח אלול תשע"ז

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

[justify]אויגיסט איין אין צוואנציג!


ווי וואלט דער האריגער ווערטל-שפרעכער דרעזנער ממליץ געווען: הימל און ערד און ליקוי החמה...


דער קומענדיגער  solar eclipse ווערט באצייכענט צו זיין פון די שפיץ אסטראנאמישער געשעענישן אינעם יאר הונדערט!  ווי הונדערטע אסטראנאמיקער, טויזענטער יוניווערס ליבהאבער און מיליאנער בירגער קוקן ארויס און ווארטן פאר די מינוטן.

אין די סטעיטס ארעגאן, איידעהא,  אילינאוי, קענטאקי,  און אין  די ארומיגע שטאטן ביז נארט און סאוט קארעליינע איז יעדער איינציגער האטעל צימערל צוכאפט. עס ווערט געשאצט אויף עטליכע מיליאן באזוכער וואס וועלן וויילן דארט אין די טעג. האטעל און מאטעל שטובער זענען שוין העווי  געבוקט געווארן די לעצטע אנדערטהאלבן יאר.  

א ליקוי חמה איז א שטיקל זעלטענער געשעעניש, אבער נישט גענוג אויף צו פארנעמען די אויבנאן העדליינס טאג אויס טאג איין, ווי עס דאמינירט די נייעס די לעצטע תקופה, אזש מ'ציילט ספירה די מינוטן און רגעים.  די ספעציעלקייט יעצט איז וויבאלד עס גייט א דורך גיין אין צענטער פון די יוניידעט סטעיטס, פון די וועסט פאסיפיק אושען  ביז די איסט ביים אטלענטיק. ערלויבענדיג פאר אלע פופציג שטאטן עס צו קענען מיטלעבן, וואס די לעצטע מאל איז דאס געווען מיט 99 יאר צוריק June 1918.  

 עס איז ערווארטעט א געשאצטע האלב ביליאן מענטשן פון די צפון אמעריקאנער קאנטינענט וועלן קענען קענען מיטהאלטן די eclipse, אריינגערעכנט די איבער הונדערט מיליאן מעקסיקאנער בירגער פונעם אנדערן זייט גדר. 

די ליקוי חמה גייט דורכשניידן אמעריקע שאפענדיג 'the way of totality' דורך פערצן שטאטן אנגעהויבן פון   ארעגאן, איידעהא, מאנטאנע, ווייאומינג, נעברעסקע, קענזעס, מיזורי,אייאווע, אילינאוי, קענטאקי, טענעססי, דזשארדזשיע,  נארט און סאוט קארעליינע.  
[center]
TSE2017-usa.jpg
[/center]
[center]וואס איז א total solar eclipse:[/center]
אין קורצן: די זון שיין ווערט פולשטענדיג באדעקט פון קענען גרייכן אונזער וועלטל.
עס וועט הערשן א חושך ווי זמן ר"ת, די פייגלעך וועלן סוויטשען מיט זייערע נאכט געזאנגען, די שטערנס פינקלען און היישעריקן זינגען, ווען אלעס וועט  פאסירן אינמיטן העלן טאג. 

וואס געשעט איז, דער לבנה (238.900  מייל ווייט פון אונז),  שטייט דעמאלטס פונקט צווישן דער זון און אונזער וועלטל, בלאקירענדיג יעדעס ביסל לעכטיגקייט פון גרייכן צו אונז, פארמירענדיג א total solar eclipse.

כ'שרייב אביסל פון וואס כ'האב געליינט און געהערט, כ'בין נישט דער גרויסער פארשטייער דערצו.

[center]
eclipsesHOW.png
[/center]הגם, די גרייס  פון די זון איז 400 מאל גרעסער פונעם לבנה וואלט עס לכאורה נאכאלץ געדארפט שיינען אויף אונזער וועלט; איז אבער די לבנה 400 מאל נענטער צו אונז שאפענדיג אין רעזולטאט די זעלבן diameter angular. 

ווען די לבנה איז טאקע אביסל ווייטער -  ווי עס פאסירן גאר א סך מאל - איז  ווירקלעך נישט דא קיין total solar eclipse, ווייל די לבנה איז נישט גענוג ברייט צו פארשטעלן די זון שיין, שאפענדיג אן annular eclipse.

צו באמערקן,  אז אפי' ווען די לבנה איז נאנט צו אונזער וועלטל, איז איר שאטן וואס זי שטעלט צו ביז אונזער וועלט  נישט מער ווי עטליכע מייל ברייט, אבער אין די געקאווערטע שטח ווערט פינסטער און טונקל, ווי אינמיטן נאכט. דאס מאל שטעלנדיג אין שאטן א  צורקע 67 מייל און די ברייט.   


[center]א ראנדאון פונעם ליקוי:  [/center]


א פולער רונדיכיגער לעכטיגער זון ווערט צוביסלעך קלענער און קלענער, אויסקוקענדיג ווי איינער בייסט אריין א שטיקל נאך א שטיקל. די זון קוקט אויס ווי א זיכל ביז עס ווערט גענצליך באדעקט, גרייכענדיג די מאמענט פון טאטאליטי ווען עס ווערט א פולשטענדיגער ליקוי חמה.

עס איז דא א partial eclipse, און ס'איז דא א total eclipse. דער טאטאלער ליקוי וועט נאר מיטגעהאלטן ווערן אין די אויבנדערמאנטע פערצן שטאטן, - רעלאטיוו א קליין שטח אנטקעגן גאנץ אמעריקע - מאכענדיג 'די וועג פון טאטאליטעט' אריבער פון מערב צו מזרח. ביים טאטאלער ליקוי איז דער זון באדעקט קאמפלעט אזש די זון איז איין שטיק "פגם".

די מאמענט אוו טאטאליטי דאס מאל עט מאקסימום, איז נישט מער ווי צוויי מינוט אין איין אין פערציג סעקונדעס, אבער דו גאנצע פראסעס פונעם ליקוי ווי עס איז רוב צייט א טיילווייזער ליקוי נעמט עטליכע שעה.

אינ'אמת'ן אפי' ווען עס 'טאטאליטעט' זעט מען נאך יא א שטיקל לעכטיגקייט, בעסער געזאגט נאר "וועגן" די ליקוי קען מען זען א צווייטער סארט לעכטיגקייט. דאס איז די "קאראנע". די קאראנע איז  גאזן און פייער צונגען וואס פלאקערן ארויס פונעם זון טויזענטער מיילן אינעם חלל אריין, אבער אנדערש ווען דער זון שיינט וואס מען קען נישט זעהן די קאראנע ליכטיגקייט צוליב די זון ליכטיגקייט וואס איז צענדליגער מאל שטערקער מאכענדיג די קאראנע שטראלן אומזעהבאר, איז יעצט ווען די עצם זון איז פארשטעלט קומט די קאראנע ארויס מיט אירע ריכטיגע קאלירן, אזש דאס געבט צו רייכקייט צום טונקעלן זון-באלל.

דערנאך הייבט מען צוביסלעך אן זען די זון ליכטיגקייט מער און מער, ביז עס קומט צוריק צו ווי "די זון אינמיטן העלן טאג".

מערקט די קאראנע שטראלן:

[center]
white_light_corona.jpg
white_light_corona.jpg (5.08 KiB) געזען געווארן 5010 מאל
[/center]
 נאך אן אינטערעסאנטער מחזה איז ווען דער זון געבט איר ערשטער ביס אריין אין די פינסטערע באלל, פארמירט זיך א "דיימענט רינג אפעקט" די קאראנע רינג פון אינדרויסן און די קליינע ביס פונעם זון געבט עס די לוק פון א דיימאנט רינג.


דערנאך איז דא דער טיילווייזער ליקוי. אנדערש ווי דער טאטאלער ליקוי וואס קאווערט נאר א שטח פון בערך זיבעציג מייל אין דיאמעטער; קאווערט די טיילווייזער ליקוי א שטח פון ארום פיר טויזענט מייל! סיי די גאנצער ליקוי און סיי דער טיילווייזער ליקוי קאווערן נישט די גאנצער שטח אויפאמאל. נאר, עס רוקט זיך צוביסלעך פון ים ארויף אויפן יבשה גייענדיג אינעם מזרח דיירעקציע פון איין שטאט צום נעקסטן, ווען דער קליינער 'טאטאלער' צירקל איז ארום גענומען מיטן ברייט רעביש'ן 'טיילווייזער' צירקל.

עטליכע מינוט פאר צוועלוו צופרי (אלעס ניו יארקער זייגער) וועט זיך אנהייבן די "עקליפס" איבערן פאסיפיק אושען, דערווייל נאך א טיילווייז-געשלאגענער זון, רייזענדיג אינעם מזרח דיירעקשאן. דער ליקוי רייזט מיט אן אומגעהויערע שנעלקייט געשאצט
אויף באלד צוויי טויזנט מייל א שעה, און ביז געציילטע מינוט דערגרייכט עס העכער די אמעריקאנער יבשה - דערווייל נאך אלץ בלויז א טיילווייזער פגום.

א שעה נאכן אנהייב [טיילווייזער] ליקוי, גייט זיך אנהייבן די פולשטענדיגער ליקוי. ערגעץ ווי אינעם פאסיפיק ווי דער זון שיינט יעצט אויף רוטינליך די צייט אין טאג, וועט עס דאס מאל אויפשיינען, בעסער געזאגט אויפטונקלען אינגאנצן א געשלאגענער = טאטאליטי אין אפעקט.

פערטל נאך איינס ווען דער טאטאלער ליקוי האט שוין דערגרייכט אמעריקע, האט דער ברייטערער 'טיילווייזער'צירקל שוין דערגרייכט ניו יארק. דער טאטאלער ליקוי איז איבער ניופארט ארעגאן, ווי עס שאפט א פינסטערניש. די דעגרי טראסקעט מיט ארום צען נומערן, די בלומען מאכן צו זייערע בלעטער און די פלעדערמויזן קומען ארויס ווי כאילו ס'איז הויך נאכט.

1:23 איז ווען אונז אין ניו יארק וועלן קענען מיטהאלטן (שמואל פרימו פון גוואטומאלא, ישראל גלויבער פון קאנאדא, דיפפף פון טערקיי צו גרוזיע עטץ האטס באזונדערע צייטן) די טיילווייזער ליקוי חמה וואס וועט דאן אויפן רגע דערגרייכן ניו יארק סיטי, ראקלענד קאונטי און די בערג.

יעצט געשעט די ערשטע שטאפל גערופן first contact. דאס הייסט ווען די לינקע שפיץ פון די לבנה רוקט זיך אריין אונטער די רעכטע שפיץ פונעם זון, פון דארט ביז ס'זאל אריין בייסן א חתיכה הנראה לעינים איז א קאצן שפרינג.
[center]
sunmooear2.jpg
[/center]
דער מאקסימום ליקוי ביי אונז אין ניו יארק וועט זיין 2:43 - 2:45 נאכמיטאג, ווען גאנצע 71% וועט זיין באדעקט. דעמאלדס איז דער לבנה די מערסטע אריין צווישן אונז און דער זון. פיר אזייגער וועט זיך דער טיילווייזער עקליפס איבער ניו יארק ענדיגן פארלאזענדיג אונז ביז די קומענדיגער ליקוי חמה. א שעה דערנאך וועט זיך ענדיגן אינגאנצן די עקליפס איבערן אנטלאנטיק ווען די זון גייט דארט אונטער א פגום.

סעפטי: עס איז א גרויסער סכנה צו באטראכטן די נאקעטער זון אפי' ווען ס'איז געשלאגן מיט די בלויזע אויגן. די ראדיאציע און UV שטראלן זענען גאר שעדליך פארן אויג. די אלע שטראלן זענען אומזעהבאר און ס'שאדט שטארק פאר די רעטענע אינעם אויג. די רעטענע פארמאגט נישט קיין נערוו, במילא שפירט מען נישט קיין ווייטאג, אבער דעמעדזש מאכט עס.

מאכט זיכער צו קוקן נאר מיט עקליפס ברילן וואס איז ISO אפראווד.

[center]
f94613b9478b53f98246f2e509a40e41.jpg
[/center]
דער קומענדיגער סאלאר עקליפס איבער ניו יארק וועט זיין אין אכט יאר ארום. דאס לאזט איבער שפעקולאנטן און רמזים אנטדעקערס צוזאם צו שטעלן ניעוץ סופו בתחילתו די יעצטיגער ליקוי ביים אנהייב פון מלכות טראמפ (מיט אן ארענדזשע רינדעכיגער פנים...) ביז אכט יאר ארום ווען ער קומט צו אן ענדע.

ועל קו אחד יעמדו שניהם, אז יעמוד הירח לפני השמש כעב שחורה... זאגט דאך אונז דער אינדוויאליסטישן פייטן גבירל אזוי שיין.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 63 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר