די טיילונג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 719
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 686 מאל

די טיילונג

שליחה דורך נעגעל וואסער »

ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט הערט מען אלס מענטשען וואס זענען נישט צופרידען מיטן "סיסטעם", אלע פראבלעמען וואס מ'האט בלעימד מען גלייך אויפן סיסטעם, הצד השווה וואס באדערט מענטשען איז די קאנטראל וואס איז משעבד איינער וואס טראכט נאר א משהו אנדערש פון די אנגענומע מיינונג פון די סביבה, דאס אנטי-אינדיווידואליטעט עטיטיוד וואס הערשט במחנינו אונטערדרוקט א יעדער וואס פרובירט נאר צו טרעפן זיין פינטעלע זיך. נישטא דא קיין פלאץ פאר גארנישט ניי. דאס זוהן דארף אויסזעהן פונקט ווי זיין טאטע, וואס מאכט נאך זיין פאטער -וואס האט עס גראדע געמיינט אמת'דיג- אבער בדורנו זה איז עס אסאך מאל בלויז פון דרויסן, נאכצומאכן יענער אין אויסזעהן די זעלבע ווי יעדעם, הן ברוח והן בגשם.

ווי יעדער איז עדות, איז אין די לעצטע תקופה צוהט די שטריקן גאר שטארק אויף רעכטס, און א מיינאראטי עסקנים ואישי ציבור און עקסטרעמע רבנים שטעלן אראפ די טאון פון די קומענדיגע דורות וואס ווערן ב"ה פרומער און פרומער כן ירבה וכן יפרוץ. דאס ערשיינונג חזר'ט זיך איבער טעגליך בכל מיני הינזיכטן, און מ'קען זאגן ס'איז אכשר דרא אויפן העכסטע דרגא. מאידך גיסא וועט קיינער נישט לייקענען, אז מבפנים האט מען געכאפט א שיפע דריי אויף לינקס, הן די גאס איז נישט אזוי ווי אמאל וואס דאס איז משפיע דיירעקט אויף אונז הייפעלע יודען, און פארשטייט זיך ווען ס'מקיום געווארען די פסוק ומלאה הארץ דעה, מיט די ערפונדונג פון די אינטערענעט, ווי אינגערלייט און ווייבלעך קריכן ארויס צוביסלעך פון זייערע פארמאכטע לעכער וואס מ'האט זיי מחנך געווען די אלע יארן, און זייערע לייף סטייל שטומט נישט היינט מיט זייערע סביבה, טו סעי זע ליסט. דאס סתירה פראסקעט אין פנים, און מ'ציעט אונז פון ביידע זייטן מיט אייזענע כחות.

ווען אימער איך ברענג ארויף דעם שמועס ביי שאלעשידעס, איז מערווייניגע די נחמה אז מ'וועט נישט קענען ווייטער אזוי אנגיין, ס'איז אוממעגליך! סוף כל סוף גייט דא בעל כרחו זיין א טיילונג! די חעברע ציען אזוי שטארק אויף רעכטס אז א גרויסן עולם וועט זיך מער נישט לאזן פירן אזוי, און ס'וועט געשעהן עווענטיאל א געהעריגע טיילונג. און אונז חברים זענען זיך מנחם איינער דער צווייטען אז מ'דארף נאך דורך שטופן א פאר יאר אבער מ'וועט אי"ה איינטאג אנקומען צו דעם, מ'וועט קענען פירן אידישקייט מיט שטאלץ אהן די אלע עקסטרעמע מנהגים און מנהיגים.

אזוי בליקענדיג און דעם נייעם וועקער (5), זעה איך אז קטלא קניא איז פיין מסכים מיט מיר. אזוי שרייבט ער: "עס פרעגט זיך שוין נישט די שאלה פון עד מתי, ווייל עס איז נישט מעגליך אז אונזער דור וואס האלט ביי אזוי ווייניג מיט אזא דעקאדענטע פירערשאפט זאל קענען אויפצוען א דור ווי אונז. ערגעץ וואו וועט עס קראכן!" און אזוי הער איך כסדר ווי מענטשען פלוידערן אז וואן דעי קומט די קראך.

אבער די מיליון דאלאר פראגע וואס מוטשעט מיר איז ווי איז די קראך? פארוואס האט דאס נאכנישט עמטליך פאסירט? אויב ס'איז דא אזא גרויסן עולם וואס באלאנגט נישט דא, פארוואס מאכט מען נישט איינמאל פאר אלעמאל שבת פאר זיך? איך פרוביר שוין צו אויס ארבעטען פלענער, אויב געשעהט יא א טיילונג, ווי טיילט מען דאס איין? יעדע וועט טיילען כלל ישראל ווי ער האלט מ'דארף שניידן, אריינקומענדיגע די וואס ער האלט זענען מיט איהם בדעה אחת - און ארויסווארפן ס'איבעריגע אויף די אנדערע זייט מחיצה..

עד שבאה מלך שפירא און מיר אויפגעוועקט פון מיין חלום.. פריי דיך נאך נישט אזוי שנעל.. קיין טיילונג פאסירט גארנישט אין די ניר פיוטשער. "עס איז אמת אז א סך חרדים זענען נישט צופרידען וכו' אבער איך האלט נישט אז מ'קען ערווארטן אן אויפשטאנד. למעשה קוקט אויס אז די אינטעלעקטואלן זענען צופרידן צו בלייבן אין זייערע קהילות אפילו אויב זיי זענען נישט בסדר מיט אלעם וואס זיי זעען. וכו'. דהיינו אז מ'קען נישט אוועק גיין ווייל ס'וועט יצא שכרו בהפסדו, דאס לעבען וועט זיין פיל גרינגער און לייכטע אויב באשליסט צו בלייבן, עס לוינט זיך צו קאמפראמייזן דאס ביסעל הרחבת הדעת, פאר א ראויגע לעבען. אין אנדערע ווערטער, אונזער סיסטעם איז אזוי שטארק אז איינער וואס גייט ארויס אביסעל פון די סיסטעם איז שוין אוטומאטיש ארויס פון די סיסטעם, און די סיסטעם איז, אז איינער וואס איז ארויס פונעם סיסטעם, איז שוין נישט א חלק פונעם סיסטעם.

איז דא דא איינער וואס קען מיר נאך געבען האפענונג? גיי איך נאך דערלעבן א טיילונג? און אויב שוין יא א טיילונג, וועט עס זיין גענוג שטארק, אז ס'וועט מיר לוינען צו זיך אריבער כאפן אהין? ועל כולם איז שייך צו מאכן א טיילונג וואס מיינט נאך אלס זיין א חרדי אבער אהן די אלע קרעפ און פרעשור? וועט זיין א טיילונג וואס מ'וועט זיך מוזן מוסר נפש זיין צו זיין א חלק דערפון? וועט דאס זיין ג'אסרט דארך די הייליגע רבנים אלס די נייע משכילים?

אדרבה, וואס וועט דא זיין?

נ. ב. ווי איר זעהט דאס איז געשריבן געווארען לאנג צוריק, כ'האב געהאפט צו פארבעסערן די שפראך און גראמאטיק אבער לא עלתה בידי. די עיקר איז די מעסעדזש..

דער אשכול פארמאגט 73 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר